מיין רייזע קיין אומאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

מיין רייזע קיין אומאן

שליחה דורך בעל מדות »

פארנדיג פאריאר צום ערשטן מאל קיין אומאן בין איך אזוי נתפעל געווארן פונעם גאנצן פראכט און געשעעניש אפשרייבנדיג א קליינע שילדערונג איבער וואס מיינע אויגן האבן געזען באשליסנדיג אז דאס איז עפעס וואס איך מוז זען נאכאמאל.

איך האב גארנישט מיט ברסלב און זילטש מיט די גאנצע חסידות (סארי [tag]ברסלבער[/tag]) און איך שרייב אלעס אהן קיין שום נגיעה צו מאכן גרויס אדער קליין די שיטה אדער חסידות, פארוואס איך שרייב יא איז צו ברענגען הנאה צו די אידן אויף קאווע שטיבל וועלכע ארבעטן שווער א גאנצע וואך און עס קימט זיך זיי א שטיקל דערפרישונג דא און דארט.

די סיבה פארוואס מענטשן פארן און לאזן זיך אזויפיל קאסטן איז מחמת כמה סיבות טייל ווייל זיי זענען באמת אדוק ומקושר צום צדיק, (און בדרך אגב זיי זענען באמת וואס מאכן די פלאץ זאל האבן די "חן" וואס זי האט,) און דאס איז די סיבה פארוואס א אנדערע טייל מענטשן קומען, נעמליך די הוהא, פא"ן, טשיל, אדער עקספיריענס ווענדט זיך די יארגאנג פונעם פארער.

אויך איז דא א צוזאג פון ר' נחמן אז ווער עס קימט צו זיין קבר (משך פון דעם גאנץ יאר נישט נאר ראש השנה) און זאגט תיקון הכללי וכדו' וועט ער זען ארויסצושלעפן פון גיהנם, און דאס שלעפט קיין אומאן פולע געשטאלטן און שיכטן, בעלי תשובות און טונקל הויטיגע, שבטים און חסידים, בעלי עבירות און אשכנזים, וועמען מען וויל טרעפן דארט קען מען טרעפן, עס קומען אהן מענטשן מיט טאטוען און אהן קאפלעך, מיט א תמימות צו ר' נחמן, די כח וואס די פלאץ האט איז זייער שטארק און ווי פארשטענדליך ווערן זייער אסאך אזאנע פערזאנען צוגעבינדן צום צדיק און ווערן עווענטועל בעלי תשובה.

עס איז זייער שווער צו מסביר זיין פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען וואס דאס איז, עס איז א מאכטפולע מאגנעט, א העכערע כח פון אהן א מאס אהבה, יעדער שפורט וועלקאם און פלאצירט, מען קען שפאצירן מיט א הונט און א נאזבאנד אהן וואס צופיל מענטשן זאלן דיר שענקען א בליק, עס איז א פרייע ארט פול מיט העכערקייט וואס שרייט פון יעדן פלאץ ווען יעדער איז פארזאמלט פאר איין סיבה פון "זיין ראש השנה ביים צדיק", ווען מען איז אין אומאן זעט מען א קאלירפולע קרייז פון משוגעים, נ-נח'ס, דער מיטן קייטל און דער מיטן גיטאר, דער שרייט און דער וויינט, דאקעגן א ריזן צאל ערנסטע מענטשן וואס זיצן און לערנען, זאגן תהלים און נוצן אויס די צייט כולו רוחניות אזש די גאנצע פלאץ איז העשטעג מויראדיג.

איז ווי געשריבן האב איך נאכאמאל גענומען די אויסוואל פון פארן דעם יאר איך האב זיך דערמאנט שפעט און געדארפט צאלן איבער אכצן הינדערט דאלער פאר מיין טיקעט, מיין פליגער פון KLM איז ארויסגעפארן -מאכנדיג מיין וועג צו אומאן- אום זיבן אזייגער דינסטאג פאר ראש השנה מיט א סטאפ אין אמסטערדאם, איך האב געהאט א פארהאלטנימעסיג גוטע רייזע מיט גרויליגע עסן פעכך ווען איך דערמאן זיך צוריק.


איך בין דערנאך געפארן מיט יוקרעין עירליין צום לופטפעלד אין קיעוו, איך האב געהאט א פרעכטיגע ארויסקוק ביים פענסטער און גענימען שיינע בילדער פון אמסטערדאם, די עירפארט אין קיעוו איז גאנץ שיין בנוסח פון א דריטע וועלט לאנד און איז געווען זייער ליידיג, קוים וואס מען האט געזען א מענטש.


מען האט געמאכט דעם דריי שעה'דיגן וועג קיין אומאן מיט א אלטע אוקראינער גולם, קיין איין ענגלישע ווארט האט ער נישט געקענט, און עס איז געווען הויעך יום טוב ווי אלעמאל מיט דעי געלט גייצעריגע נערנים.

א קורצע דרימל און צופרוה נאך שחרית האבן מיר געמאכט די וועג צו מעזעביזש וואס איז א אינטערסאנטע און אפמוטשענדע איבערלעבעניש, מיר האבן זיך אפגעשטעלט עטליכע מאל אין געז סטאנציעס, און איך מוז אינטערשטרייכן די מאדנע פאקט אז אין אוקראינע זענען דא געז סטאנציעס וואס זענען ממש פאלאצן! מיר זענען אויסגעגאנגען פון די שיינקייט און דעטאלן וואס זענען סך שענער ווי ביי אינז אין אמעריקא, אין די בית כסא'ס זענען פאראן טעלעוויזיע'ס, און אינדרויסן אין גאס זענען פאראן טישן און בענק צו זיצן אלעס טייער און שפאגל ניי, אויסקוקנדיג ווי דערין ליגט אסאך געלט.


נאך פארן דריי שעה זענען מיר אנגעקימען קיין מעזיבוש צום ציון פון די מייסד דרך החסידות, די בעל שם טוב הקדוש, זי"ע, אינדרויסן ביים ציון האט עמיצער געשפילט אויף א פידל ניגונים מקובל פונעם בעל שם טוב, אינעווייניג אין ציון איז געזעצן א ווארעמקייט, פולע פרענק'ן האבן געוויינט מיט נאסע אויגן, עטליכע זענען געליגן אויסגעשטרעקט אויפן ציון און זיך געשאקלט מיט בכיות, איינער איז געשטאנען מיט זיין סעלפאון עס צולייגנדיג צום ציון אז זיין ווייב זאל קענען רעדן צום בעל שם טוב הקדוש...די ציבור האט געכאפט א מקוה געגעסן עפעס צוגעשטעלט דורך די הכנסת אורחים און געדאוונט תהלים ביים ציון.

פרייטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען צום פלאץ נעבן די ציון ווי מען טאנצט רונדע דעם זייגער, וואס וועט בעצם זיין זייער שווער צו אראפשילדערן, עס איז עפעס גאר אינטערסאנט און ספיריטואל, לעבעדיג און גייסטרייך, די מוזיק באכעט אויפן העכסטן, אלע סארטן אידן שפרונגען פארן רבי'ן, ראבעינו שאג בקול גדול אין שום יאוש בעולם כלל!...עס טאנצט מיט די גאנצע קרייז יעדער שוויצט, מען ווערט אריינגעשלעפט אין די ריקודים דורך א כח וואס ציעט מיט אייזן, עס איז איינס פון די מערסט קאלירפולע מאמענטן, עטליכע קינדער זענען אויף די אקסלען און ווארפן די האנט ארויף און אראפ, די נ-נח'ס מיט די שופרים און קאדאטשקעס, די חסידים מיט די האנט ארויף, קינדער מיט די ירושלימע חן און ווייסע יארמולקעס ווייזן זייערע קונצן, עס איז מלא רגש און ברסלב'יש.


שבת איז ברוך השם געווען זייער דערהויבן, טויזענטער מענטשן אויף איין ארט, דער מאכט א צעקה, דער שרייט טאטע... דער כאפט א ליבליכע האג מיט זיין פריינט וואס ער זעט נישט פון יאר צו יאר, די גאס ווירבלט, מיטן זיך אפשטעלן ביזטו פארזיכערט אז עטליכע מענטשן וועלן זיך אריינקלאפן אין דיר פון גרויס טומל, אהה סליחה עס איז זיס און עקספיריענסד, הינדערטער מנינים ענדיגן דאווענען, אלע סארט נוסחאות, עס שטרעבט א עקסטרעמע פולווער פון אהבת ישראל, יעדער איז אייניג, יעדער איז הייליג, מיט א טאטוע אדער קייטל, בעלי תשובות און גרים, עס שוועבט א פרידן און לויטערקייט, אההה...ראש השנה אין אומאן.

מוצאי איז צווישן די פילצאליגע אויך פארגעקימען א קומזיץ אין די בית המדרש משולם פייש על שמו פון הרה"ק מ'טאהש זצ"ל באקאנט אלץ "שיינער'ס שול" ווי הרב יואל לעבאוויטש און די בארימטע בעל מנגן בערי וועבער האבן געפירט א הערליך אינספירירנדע פראגראם פאר טויזענטער מענטשן די הארץ האט געקענט צוגיין פון מתיקות ווען הרב יואל לעבאוויטש האט גערעדט אין עטליכע שפראכן צו מעורר זיין דעם עולם, ער האט דערציילט א געשיכטע ווי א חתן האט אים אמאל פארבאטן צו אויסגראמען זיין פאטער ביי די חתונה! זיי זענען געווען אנגעווייטאגט איינער אויפן אנדערן רח"ל און ווען ער האט געזאגט אז אויף אזא פארנעם קען ער נישט גראמען, האט די חתן געטוישט מיינונג אבער נאכאלץ געבעטן מען זאל עס מאכן זייער געשיקט און נישט טיטולירן דעם פאטער מיט איבריגע זאכן.

ביים חתונה האט ער אויסגעגראמט, און ביים טאנצן אינאיינעם חתן מיטן פאטער האט געהערשט א קאלטקייט ווען ביידע קוקן נישט איינער אויפן אנדערן, איך האב אנגעהויבן רעדן צום חתן און אויסגעגראמט ווי די זיידע'ס קומען אראפ (ער האט מסביר געווען א געוויסע וועג וויאזוי ער האט געמאכט דעם חתן טוישן מיינונג און זיך איבערבעטן מיטן פאטער און איך האב נישט פינקטלעך פארשטאנען וויאזוי, ער האט גערעדט אין עברית ב.מ.) די חתן האט דאן געבעטן מען זאל געבן די טאטע נאך א מצוה טאנץ.

זיי זענען ארויפגעפאלן איינער אויפן צווייטן און זיך איבערגעבעטן, טאנצנדיג מיט בכיות נוראות.


איך האב באמערקט מענטשן ווישן די טרערן ווען ער האט אראפגעלייגט דעם געשיכטע ער האט אריינגעשלייפט דעם געשיכטע צו ר' נחמן, די עולם האט זיך צוגעהערט אז א פליג האט מען געקענט הערן פליען.

ביים ענדע האט ער אנגעהויבן זינגען דעם לעצטיג אויפגעכאפטן ווייל מיר זענען דיינע קינדער די ביזט אונזער טאטע, די ציבור איז געשפרונגען, מען קען עס נישט מסביר זיין, עס איז געווען זייער שיין.


איך האף צו קענען פאראויסגיין מיט די נאטיצן און באריכטן אדערווייל א גוטע וואך פאר ענק, דא איז שוין באלד פיר אזייגער און די אויגן קלעבן שוין, איך האף די ציבור וועט הנאה האבן, (און לייקן כדי צו ווייזן עפרישיעשן, עס איז נישט גרינג צו זיין פארנימען מיט אפשרייבן אויף דעם פארנעם, כ'ווייס נישט וויזוי אדנירם מאכט עס.)

הצלחה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר