בראש ובראשונה וויל איך דא אויסדריקן מיין הערצליכן דאנק, פאר האחד המיוחד מבני חבורתא הדין, וואס האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אינעם עסק ארויסצוגעבן אן אינהאלטסרייכע אויסגאבע לכבוד חג הסוכות, ושמו יקבנו 'פרי עט הדר'. און ער האט נישט געשוינט קיין צייט און קיין מיה, ארויסצוגעבן א הערליכע אויסגאבע לשם ותפארת, וה' הצליח בידו אז מיר זעען אזא וואונדערבארער קונטרס.
יעמוד מורינו הרב @moshav zekeinim שליט"א, ויקח ממני ומאת כל קהל עדת 'קאווע שטיבל' את אות הכרת הטובה והתודה מאתנו!
ומשנהו בדומה לו, דער ברייט-בארימטער גראפיקער של עירנו בית הקפה, מורינו הרב @מה הוא, וואס איתמחי גברא ואיתמחי קמיע, ביים ארויסגעבן דעם פריערדיגן קונטרס 'פה סח', און האט געמאכט א הערליכער ארבעט שוין צום צווייטן מאל, אזוי אז דער קונטרס איז ראוי לעלות על שולחן מלכים.
היות איך האב אויך אריינגעלייגט אן א שיעור שעות ארבעט במלאכת ההגהה ועוד, קען איך מעיד זיין אביסל ווי שווער די ארבעט איז געווען אונטער די קוליסן, וואס דער עולם מערקט קוים אן זעענדיג א שוין-פארענדיגטן הערליכן פראיעקט, און דערפאר דריק איך מיך אויס מיט א ספעציעלע דאנק פאר די צוויי חברים הנ"ל וואס האבן בעצם דורכגעפירט דעם וואונדערבארן פראיעקט. ובהאי שעתא וויל איך אפגעבן א באזונדערע דאנק פאר מיינס א חשוב'ער ידיד, וואס האט אויך אריינגעארבעט מגיה צו זיין וכו', ה"ה מורינו הרב @געוואלדיג, 'דאנקע שעהן, קאלעגע'... און אזוי אויך די אנדערע וואס האבן ארויסגעהאלפן מגיה זיין וכו'.
אזוי אויך דאנק איך דא אלע חברים וואס האבן אפגעשריבן די אינהאלטסרייכע ארטיקלען, וואס זענען בלי שום ספק איינס בעסער פונעם צווייטן, מלא וגדוש בכמות ובאיכות, מלאים זיו ומפיקים נוגה. און א באזונדערע דאנק פאר די וואס האבן זיך לכה"פ משתתף געווען בנתינת ממון למען הצלחת המפעל.
תודה רבה לכולכם.