דער משוגע'נער טשורטשיל (פרי עט הדר)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1310 מאל

דער משוגע'נער טשורטשיל (פרי עט הדר)

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

יא, שוין איינמאל א משוגע'נער געווען. אבער א געזונטע משוגע'נער ווי מ'רופט עס ביי אונז יידן. א געזונטער ווייל ער איז געווען גוט אהערגעשטעלט פאר זיין ארבעט, געטוהן צו דער זאך און פארשטאנען וואס ער האט צו טוהן. געקעמפט אין די צווייטע וועלט מלחמה מיט אן אייזענעם ווילן אזש ער האט נישט געקענט מוחל זיין די אמעריקאנער "יענקס" פארן אפשטעלן די מלחמה אזוי פריה. און שפעטערע יארן זיך איינגעשטעלט צו קומען צו הילף פאר יידן אין ארץ ישראל.

פאר איר שפרינגט אויף, ניין, מ'רעדט דא נישט פון דעם אלעם באקאנטען ווינסטאן טשורטשיל, דער וועלט'ס בארימטען בריטישער פרעימער מניסטער אין די מלחמה יארן. צי ער איז אויך געווען משוגע? דאס פאדערט א דעבאטע פאר זיך. אבער אונז רעדן דא פון א ריכטיגע משוגע'נער, אזאנס וואס ווען די רעגירונג קען זיך דאס ערלויבן שרייבט מען אים איין אין אן אנשטאלט.

וויאזוי האט ער נאר געהייסן? יא, טשורטשיל האט מען געשמועסט, דאס איז אבער נאר זיין לעצטע נאמען. פאר מ'גייט ווייטער, קיין שום שייכות גראדע צום בריטישן פרעימער'ס משפחה. זיין ערשטע, בעסער געזאגט זיינע ערשטע נעמען זענען געווען "דשאן מעלקאם טארפ פלעמינג", האט איר שוין פיהר. נאט אייך א פינפטען, גערופן האט מען אים "דזשעק", בלשון חבה. און שפעטער, ווען ער איז אויסגעוואקסן דאס וואס ער איז געווען האט מען אים צוגעגעבן נאך א נאמען, "דער וואנזיניגער דזשעק", אדער אין ענגליש Mad Jack, און מיט דעם נאמען איז ער שוין פארבליבן און אריין אין די היסטאריע.

דזשעק טשורטשיל.jpg
דזשעק טשורטשיל.jpg (60.88 KiB) געזען געווארן 1391 מאל



געבוירן געווארן איז ער אין 16'טען סעפטעמבער יאר 1906. וואו, דאס איז שוין אביסל פארפלאנטערט. הייסן הייסט עס אז ער איז געבוירן אין "סיילאן", היינט איז זי סרי לאנקא, אן אינזל לאנד דרום פון אינדיע. יענע יארן איז זי געווען א טייל פון די טערעטאריע וואס גרויס בריטיאן האט זיך פארשמעקט צו האלטן אונטערן בלוטיגע אקופאציע פון די "בריטישע זון וואס גייט קיינמאל נישט אונטער", און שפעטער איר איבערגעלאזט 'אויפן וואסער' דערמאלאזירט און צובלוטיגט ביזן היינטיגן טאג. דזשעק'ס עלטערן האבן געוואוינט אין סיילאן יענע תקופה וואס דזשעק איז געבוירן, טשורטשיל דער טאטע און דער זיידע האבן ביידע דארט געדינט די בריטישע מלוכה. אנדערע געבן אן זיין געבורטס פלאץ אלס "האנג קאנג", אויך אן אינזל דאן פארכאפט ביי איר מייאסטעט דער קעניגרייך. א דריטע גירסא זאגט גאר אז דזשעק איז שוין געבוירן געווארן צוריק אין ענגלאנד. בכל אופן, דאס איז יעדער מודה עכ"פ אז ער איז געבוירן געווארן, אויך שוין א געווינס. ערגעץ אין יענע צייט האבן זיינע עלטערן זיך צוריקגעקערט קיין סאורי, ענגלאנד, דרום מערב פון לאנדאן. פון דארט זענען זיי געגאנגן קיין האנג קאנג, אויך פארן קעניגרייך'ס דינסט. ביז אין 1917 ווען ער האט זיך אומגעקערט צוריק אהיים קיין ענגלאנד, גראדואירט מיליטערישע קאלעדש אין 1926, און ווייטער צוריק ארויס אויף דער וועלט, דאס מאל שוין אליינס, העלפן די בריטישע הערשער אנהאלטן זייער מאכט אויף די אקופירטע געביטען. געפארן איז ער נאך בורמא, היינט זעלבסשטענדיג אלס "מאינמאר", נאך א צופליקטע שלאכטפעלד שיריים פון די אמאליגע מלוכה. וואס האט "דזשעק דער צופידעלטער" געטוהן פאר זיין מיליטערישע דינסט אין בורמא? יא, טאקע דאס, געשפילט פידל. נישט פונקטליך א פידל, זיין באליבטע מוזיק אינסטרומענט איז געווען א "בעגפייפ", אזא סארט גרויסע כלי מיט פייפערלעך וואס אין דעם האט זיך דזשעק פארליעבט און איר קיינמאל מער נישט איבערגעלאזט וואו אין שלאכט ער איז נאר נישט געגאנגען. וואס נאך ער האט אויפגעטוהן אין יענע עק בריטישע וועלט איז געווען רייזן אויף זיין מאטערביציקל אויף די לענג און ברייט פון דעם גאנצען בריטישן אינדישע ראיאן, טייל מאל, בעיקר טאקע אין בורמא וואו אויסגעפלאסטערטע שאסייען איז נישט געווען אין טראדיציע, האט ער מיט די הענט געפירט זיין ביציקל דורך קליינע טייכן און זומפן. טויזענטער מייל האט ער אזוי ארויפגעלייגט אויף זיין לאנגווייליגקייט און דערמיט געדינט זיין לאנד. נישט ווייניג מאל האבן זיינע קאפיראזן ארויסגעברענגט זיינע אויבערהארן פון די כלים. איין עפיזאד פון יענע צייטן דערציילט ווי איין טאג האט ער זיך אנגערוקט צו א מיליטערישע פאראדע מיט א שירעם..., צו די אויפברויזענדע פראגע פון זיין קאמאנדיר וואס איז פשט דערפון האט ער גענטפערט מיט א גראדקייט "ווייל ס'רעגנט, מיין הער".

דזשעק אויף זיין מאטערביציקל
דזשעק אויף זיין מאטערביציקל



צען יאר שפעטער, אין 1936 האט ער אפגעדינט זיין חלק און פארלאזט די מיליטער. אביסל האט ער דאן געארבעט פאר א צייטונג אין ניירובי קעניע, ווי איר האט מסתמא צוגעטראפן, אויך דאן גרויס-בריטיאן'ס א שפחה נחרפת. אביסל האט ער טאקע -- צוריק אין ענגלאנד -- געשפילט זיין בעגפייפ פאר פרנסה, אביסל האט ער פרובירט זיין מזל אין די שאו ביזנעס. דא און דארט האט ער נישקשה מצליח געווען, אויסגעקוקט האט עס אז דער פארבלייבט שוין א ציווילע בירגער פאר די רעשט פון זיין לעבן.

דזשעק שפילענדיג אויף זיין בעגפייפ
דזשעק שפילענדיג אויף זיין בעגפייפ



זיין טיטול "משוגע'נער" האט ער אבער זיך נישט פארדינט פאר זיין גרויסן בעגפייפ אויף די פלייצע. הגם פאר דעם אליינס וואלט ער עס ווען אויך כשר פארדינט, האט ער אבער איבערצייגט זיינע קאלעגן און אויבערהארן אז ער איז אומשטאנד אויף סאך העכערס פון דעם. אין 1939 ווען היטלער איז אריין קיין פולין און דערמיט אריינגעשלעפט ענגלאנד אינעם קריג האט זיך דזשעק צוריק אריינגערוקט אין די ארמיי מיט א פרישע פלייסיגקייט ווי קיינמאל פארדעם און דארט זיך גענומען מאכן היסטאריע. ווער ס'האט שוין אמאל אביסל געליינט איבער די שלאכטן ביים צווייטען וועלט'ס קריג ווייסט אז איינס פון די הויכפונקטן פון דעם קריג איז געווען די וואפען פארמעסט. ביידע, די אליאירטע און די אקסיס האבן אהערגעשטעט אן אויסווייל פון נייע גאר מאדערענע סארט וואפען וואס דאס אליינס האט געגעבן דעם קריג א פנים ווי קיינמאל פארדעם. פון די דייטשע יו-באוט, די ענגלישע "עניגמע" קאוד ברעכער, די רוסישע AK-47 און מיג-15 פליגער, ביז דעם אמעריקאנער אטאם באמבע. דאס אלעס האט נישט בארירט אונזער דזשעק, ער איז געגאנגן אין שלאכט מיט א זאפאס פון מיטל-אלטער וואפען, א שווערד, א פייל-און-בויגן, און זיין באליבטן בעגפייפ. דאס זענען געווען זיין עיקר וואפן געצייג. געזאגט האט ער אז אן אפיציר וואס לאזט זיך ארויס אויף אן אקציע אהן זיין שווערד איז נישט געהעריג אנגעקליידט. דאס איז געווען וויאזוי ער האט פארשטאנען מלחמה. און נישט נאר פארשטאנען נאר אויך געטוהן למעשה. אין מאי פון 1940 איז זיין בריגאדע, די "מאנטשעסטער רעגימענט" ארויסגעשיקט געווארן צו ערפאנגען א דייטשע פאטראל גרופע אין פראנקרייך. די קאמף איז געווען א שווערע, די דייטשן האבן געהאט א בעסערע פאזיציע פון די ענגלישע און געהאמערט אהן רחמנות. טשורטשיל ווייסט נישט פון קיין ברטנורא, ער כאפט זיין פייל-און-בויגן און ציהלט צום ריכטיגן פונקט, גלייך אין ברוסט פונעם דייטשען סארדשען, די איבריגע דייטשן ווערן געכאפט אין שאק און צומישעניש זעהענדיג א פייל זיך ארויסשטעקן פונעם רוקען פון זייער הויפט, און איידער וואס וואו ווען האבן זיך די בריטישע א לאז געטוהן אויף די דייטשן און זיי באהאגעלט מיט טויטליכע פייער און געמאכט פון זיי א תל און מיט דעם אריין אין די היסטאריע אלס די איינציגסטע פייל געשאסן אין שלאכט ביים צווייטן וועלט'ס קריג.

דער משוגע'נער דזשעק מיט זיין פייל-און-בויגן
דער משוגע'נער דזשעק מיט זיין פייל-און-בויגן



נישט לאנג נאכדעם, סוף מאי פון יענעם יאר האט זיך אויסגעשטעלט אז די בריטישע זענען צו שוואך אין פראנקרייך קעגן די דייטשע אקופירער. די בריטישע, אונטער שווערע פייער, האבן זיך געמוזט צוריקציען ביז צום אנדערן זייט קנאל צוריק קיין ענגלאנד. דאס ריקצוג פאר זיך איז אויך נישט אדורך מיט ווייניג בלוט. איינע פון די שווערסטע שלאכטן איז פארגעקומען אין דאנקירק, צפון מערב פראנקרייך. דארט האט אונזער דזשעק ווידער געקעמפט ווי א לייב צו פארטיידיגן און עוועקואירן די פילע פארוואונדטע סאלדאטן. איינמאל איז אים אפילו אריין אין קאפ אפצוראטווען א צושאסענם בריטישע טאנק דורך איר איינשפאנען צו זעקס מיליטערישע טראקס. די אקציע איז גראדע אדורכגעפאלן, ס'איז אים אבער געלונגן אפצושוינען די לעבעדיגע סאלדאטן פון די דייטשע קוילן. אים אליינס האט זיי גבורה אויך געקאסט א פרייז, דארט אין ברען פון בריטישן ריקצוג האט אים אליינס געכאפט פון א דייטש א שאס. איינמאל זעהט אים זיינס א קאלעגע פונדערווייטענס רייטן אויף זיין מאטארביציקל מיט די פיילן און זיין בויגן הענגען פון די זייטן און א דייטשע העלמעט אויף זיין העדלייט. "האלאו! האסט אפשר א טרונק?" שרייט טשורטשיל צו זיין חבר. וואו ער קומט נענטער דערזעהט ער בלוט פארשמירט אויף דזשעק'ס אויער. "וואס איז דאס" פרעגט ער אים, "נעה, א דייטשע מאשין גאן", ער איז געווען צו אפגעמוטשעט אפצויאגן זאגט ער...

זיינע קאלעגען האבן אים געכאפט צו א באהעלטענישט און פארבאנדעזשירט זיינע וואונדען. צו לאנג אבער האט דזשעק נישט געקענט שטיין אוועק פון שלאכט פעלד.

'מעד דזשעק' מיט זיינע מאדנע וואפן הענגען ביי די זייטן
'מעד דזשעק' מיט זיינע מאדנע וואפן הענגען ביי די זייטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כעלעם'ר מגיד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר