שיר ושבח צו שש משזר'ס 5000 לייקס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

שיר ושבח צו שש משזר'ס 5000 לייקס

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 3:07 pm

אפגעטיילט

מזל טוב @שש משזר די ביסט די זעקסטע איד פון אונזער שטיבל אריינצוגיין אין דער אשכול.
אבער ליידער האב איך א טריקענע פעדער און איך קען דיר נישט באזינגען ווי עס ברויך צו זיין וויל איך ליידנען @רויטע וואנצעס @שמעקעדיג @אפטעמיסט @יאיר @כוכב איבער צו נעמען די מיי"ק און דיר באזינגען כראוי.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6777 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1297 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:14 pm

ייש"כ! איך זע אז אייביג ביזטו דער וואס קוקט נאך מיין מצב...

אגב, להערה בעלמא: אפטעמיסט און כוכב זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צום חמשת אלפים. אנשטאטס זיי לייג אריין @קאווע טרינקער און @געפילטע פיש.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:29 pm

שש משזר האט געשריבן:ייש"כ! איך זע אז אייביג ביזטו דער וואס קוקט נאך מיין מצב...

הער מיר אויס א שרייבער בין איך נישט אבער וואס שרייבעס דארפן האבן צו קענען אנגיין ווייס איך זייער גוט!!!

שש משזר האט געשריבן:אגב, להערה בעלמא: אפטעמיסט און כוכב זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צום חמשת אלפים. אנשטאטס זיי לייג אריין @קאווע טרינקער און @געפילטע פיש.

איך האב זיי נישט אריינגעלייגט ווייל זיי זענען אנגעקומען צו די חמשת אלפים מצב, נאר ווייל זיי פלעגן שיין באזינגען איינער וואס עס איז זיך געקומען א מזל טוב הידוע
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6777 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1297 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:30 pm

עה... עה... מורי ורבותי, לא איש דברים אנוכי, באמת בין איך נישט קיין רעדנער און איך קען באמת נישט רעדן פאר א ציבור מחמת אימתא דציבורא, נאר ר' יוסי האט דאך שוין געזאגט מעולם לא עברתי על דעת חברי, און כ"ש ווען עס איז זיכער אז מען וואלט מיר ווען מכבד געווען צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעי אימארשענל מעמד ווען אונזער געטרייער חבר און בורח מן הכבוד כמטחוי קשת הלא הוא הר"ר זעקס איינגעדרייט הי"ו אב"י בעיר קאווע שטעטל, לרגל זיין אנקומען צו מער פון דאבל לייקס וואס ער האט באקומען פון וואס ער האט געגעבן
5000

ויה"ר אז עס זאל ווייטער וואקסן מעלה מעלה ווי א קאקטוס בוים אינעם מדבר, עד כי יבוא שלה ולא יקהת עמים בב"א.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4893 מאל

הודעהדורך אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:48 pm

שמועה שמענו גאר א גרויסע
שוין דערגרייכט צום מארק גאר און די הויכע

מיטן אונז דערפרייערן אזוי אן אהן שיעור
שענקענדיג אויף יעדע נושא אזא הערליכע ביאור
זאל דאס זיין תורה, מדע צו גאר סתם א גוט ווארט
רבינו׳יו פארנעמט דאס העכסטע ארט

ה"ה החכם השלם אונזער גריוסער חכם הכולל מורה מורינו @שש משזר

כשהחכם בשטיבל  הוא הודה זיווה והדרה


מזל טוב צום 5000 לייקס, וואס מיינט 5000 מאל האסטו אונז מחי׳ געווען!!
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: מזל טוב! 5000 לייקס!!!

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 6:57 pm

מזל טוב מזל טוב ר' שש,
עהעעם, עס איז איבריג ארויסצובאענגען שבחי רב שש, יעדער ווייסט אז ער איז ווי די לויתן אין ים ווי דער אמשינובער אין ירושלים ווי ר' שמעון אלץ סניגור ווי א חכם למעשה ווי ר' בנימן הנוסע, און ווי לען ווען עס איז איינגעדרייעט,

מזל טוב מזל טוב! תזכה לגדלם לאורך ימים ושנים וכו'

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1832
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 7:02 pm

@לית דין בר נש, דו האסט מיר אויסגעכאפט... שוין אפאר טעג וואס איך האלט א אויג אויף @שש משזר! :( .
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 677 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:17 pm

ער הייסט שש

ברענט ווי אש

עסט לייקס ווי א דראגן

ווייסט נישט וויאזוי צו שווייגן

שיסט מאמרים ווי מצה וואסער

זיך מפלפל ווי א רייסער

א פערזאן וואס תורה טוט שטודירן

א מאן מיט צענדליגע קאלירן

אמאל א לץ מיט א גוט'ן לאך

אמאל באגראבן אין ספרים ביז'ן דאך

אמאל גאר א נייס גיי

אמאל א קנאי אך און וויי

אמאל א פילאזאפער דרייט די קאפ

אמאל טיילט קאווע ביי די טאפ

אמאל א חכם אמאל א אויבער

צו אלץ דער שש טויגער

מזל טוב אויף די לייקס די גוטע

דער שש נישט גערוהט אין שמיטה

מיר ליבן יעדע ווארט דו זאגסט

פון די רייכע אוצרות דו פארמאגסט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:43 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ער הייסט שש
ברענט ווי אש

עסט לייקס ווי א דראגן
ווייסט נישט וויאזוי צו שווייגן

שיסט מאמרים ווי מצה וואסער
זיך מפלפל ווי א רייסער

א פערזאן וואס תורה טוט שטודירן
א מאן מיט צענדליגע קאלירן

אמאל א לץ מיט א גוט'ן לאך
אמאל באגראבן אין ספרים ביז'ן דאך

אמאל גאר א נייס גיי
אמאל א קנאי אך און וויי

אמאל א פילאזאפער דרייט די קאפ
אמאל טיילט קאווע ביי די טאפ

אמאל א חכם אמאל א אויבער
צו אלץ דער שש טויגער

מזל טוב אויף די לייקס די גוטע
דער שש נישט גערוהט אין שמיטה

מיר ליבן יעדע ווארט דו זאגסט
פון די רייכע אוצרות דו פארמאגסט.

מיין הארץ פאר דיר גייט אויס, און איז נוטה

מיינע געפילן צו דיר כ'בין אינעם גראם עוטה

@קאסטנער איז גערעכט איבער מיר און רויטע...

רויטע רימט מיר אזש כ'שפיר זיך ווי א שוטה

כאילו מ'רופט אויס הגה"צ פאר א נידריגע חוטא

אדער הרבנית הצדקנית פאר א שמוציגער סוטה

צו נכד הבעש"ט פאר א גוי אדער גוי'טע

מי אני ומה אני די געדאנקען זענען טויטע

א צומישטקייט, בערפל הוא לוטה



מאידך האמיר דא דעם ריכטיגן אתם קרויים אדם

נישט סתם אן אדם השלם נאר גאר אן אדמד"ם

קולו יסף בחכמה ולא נדם

משבחים אנו מול קדם

חברינו היקר מיטן רויט"ן פאדעם

בלאזט א פרישקייט ווי א רוח קדים

ווי די געטראפענע וואסער אינעם מאדי"ם



לאמיך מאכן קעדאטשקעס און טאנצעס

אויסרופן דעם מלך אן געבן קיין שאנסעס

מורה מורינו הרב @רויטע וואנצעס...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:52 pm

ער קושט ווילד מיט טאלאנט
אויפן פנים און אויף די האנט
מאכט מיר צו פעימעס און באקאנט
כ'וויל מיך פארשטעקן אונטערן וואנט

די וואנצעס מער נישט רויט
ווייס געווארן ווי פון טויט
אפילו איין רויט האר אויף א נויט
ס'ברענט די אהבה קנויט

ראביי לעווין וועט באלד שרייען
אז אויף דעם קען מען נישט פארצייען
אן קיין היתרים פון משזר'דיגע פארדרייען
טאר מען נישט דעם וואנצעס אזוי צוקייען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:09 am

ותאמר אהליבה נשרפו ארמוני, ותאמר ציון עזבני וכו'...


רויטע באהאלט דיך נישט אונטערן קארפעט

פראווע יעצט נישט קיין ענווה, 'סטאפ-עט'!

מיט די פיס ער טיפעט

רויטע, 'סקיפ-עט'!



יעדער ווייסט פון דיין פליסיגן פעדער

א געלונגענער יכול'ט אלס טעקנישן צו אלס בעדער

מאך נישט קיין צעקות, ביזט שוין איינמאל בסדר

מיינע לויב רייד זענען אמת ויציב נישט יוצאי גדר



רויטע'לע שפרייזט אין פאעזיע ווי אין קרעמל

שרייבט א שטיקל העמק, שפראצט ווי א שוועמל

פריש און פלאקערט כסדר אויף ווי א פלעמל



דזשאסט קיפ איט קאמינג כסדר נאכאנאנד

שטעל נישט מיינע ווערטער צו שאנד

ראה את הארץ הטובה - ק"ש לאנד

געב אונז פון דיין ווארע, @רויטע וואנצעס מיין פריינד.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:14 am

WOW
:lol: :lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך עזריאל » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:49 am

מזל טוב @שש.
ביזט קוים אריינגעקומען און אין אזא קורצע זמן האלטסטו שוין דא, ס׳איז מוז זיין אז דאס איז אמשינוב׳ע זמנים....
@פריעד באטשי האסט נישט פארפאסט, גאר בקרוב וועט דער שש האלטן ביי די צעהן טויזענט וועסטו דארטן אים די ערשטע באזונגען.
@רויטע זייער נישט שיין פון דיר צו געבן א ענדיג דא מיט א wow, ס׳איז געפארן אויף די ריכטיגע רעלסן אהין און צוריק, קיפ איט אפ, שטעל עס נישט אזוי שנעל אפ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עזריאל אום פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:52 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:52 am

דער שש מוטשעט מיר אויס. כ'האב מער קיין כח צו דעם רוח שאינה מצויה, האב איך געמוזט מסיים זיין ווי אן אייוועלטער. בתקוה להבנה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:02 am

שש משזר האט געשריבן:ותאמר אהליבה נשרפו ארמוני, ותאמר ציון עזבני וכו'...


רויטע באהאלט דיך נישט אונטערן קארפעט

פראווע יעצט נישט קיין ענווה, 'סטאפ-עט'!

מיט די פיס ער טיפעט

רויטע, 'סקיפ-עט'!



יעדער ווייסט פון דיין פליסיגן פעדער

א געלונגענער יכול'ט אלס טעקנישן צו אלס בעדער

מאך נישט קיין צעקות, ביזט שוין איינמאל בסדר

מיינע לויב רייד זענען אמת ויציב נישט יוצאי גדר



רויטע'לע שפרייזט אין פאעזיע ווי אין קרעמל

שרייבט א שטיקל העמק, שפראצט ווי א שוועמל

פריש און פלאקערט כסדר אויף ווי א פלעמל



דזשאסט קיפ איט קאמינג כסדר נאכאנאנד

שטעל נישט מיינע ווערטער צו שאנד

ראה את הארץ הטובה - ק"ש לאנד

געב אונז פון דיין ווארע, @רויטע וואנצעס מיין פריינד.

אם ללייקים הוא יליק ולענוים יתן חן.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2395
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1948 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:57 am

שית אלפי שני

שש אליף ותני

מוחו מבהיל – לבו מהביל

שוזר מידותיו שש

זכות מחשבתו - רווחינו

רוח בינתו - זכותינו
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7632 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:13 am

הערליך!

כ'ווייס נארנישט צו כ'זאל מער גיין פאר די 'מוחו מבהיל', צו דייקא פארן 'לבו מהביל'...
און אז מ'רעדט שוין צו א חב"ד'סקער: ס'איז מח שליט על הלב? ווייל אז נישט איז צרות ווי א בארג, מיט א לב מהביל...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:55 pm

ונבנתה אויסערגעווענליך! גוט האסטו געטון אז דיין פזמון האסטו געשטעלט אין באלד אותיות, אזוי קוקט דאס אויס ענליך צו די סליחות פזמונות מיט דיקערע אותיות און מאכט עס מער פארשטענדליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 02, 2015 3:10 pm

א דאנק.

למען הכבוד וויל איך אנמערקן אז די לעצטע צוויי שורות זענען א שפיגל איינע פאר די אנדערע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7632 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:50 pm

5,000 לייקס? אלטע חלומות.

רבותי, מיר גרייטן זיך צום 8,000'סטן לייק.


די ענדזשין ווארעמט זיך שוין...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:45 pm

קאווע שטיבל דארף פרעזענטן די Golden Globe awards פאר די מייסטער שרייבער פונעם יאר און געענדיגט ביי די גרעסטע צאל לייקס.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2064 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:31 am

@לית דין בר נש, וואו ביזטו ווען מ'דארף דיך? דו ביזט דאך אייביג דער עומד בשער...!

דאס מאל האט @געוואלדיג דיר אויסגעכאפט...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15815 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Google [Bot] און 2 געסט