הבא להרגך השכם להרגו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך פליקער »

הבא להרגך השכם להרגו

און ליכט פון די לעצטע אנטוויקלינגען אין ארץ ישראל, האב איך אנגעהויבן אריין קלערן וואס איז אינזער פראבלעים, פארוואס ווען א מענטש ווערט אטאקירט, נעמט ער מאכן נערישע קאלקעלאציעס, ער גיבט זיך געוועינטלעך אינטער, בעיט זיך ביים מערדער, פראבירט זיך דורך קומען מיטנעם, אנטלויפן אדער שרייען, אדער פשוט פאכן מיט די הענט בשעת יענער שטעכט, פראסקעט, נאר נישט וואס מען ברויך.

און חז"ל שטייט הבא להרגך השכם להרגו, מען לערנט דאס ארויס פון א פסוק, צרור את המדינים, פארוואס שטייט נישט השכם און זיי אים מסביר אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיין אימשילדיגע פיצל קינד, אדער ווייב אדער טאטע מאמע, אדער השכם ו'לייג זיך אראפ און זיי און שריי שמע ישראל, ווייל די אלע זאכן העלפן נאר צי צים אייגענעם מערדעריי, וויפיל ווידיא'ס איך זעי פון מענטשן וואס ווערן אטאקירט, זעי איך א זייער אינטערעסאנטע זאך רוב מאל העלפט דער הרוג צו צים אייגענעם מערדעריי.

ווי אזוי איך קיק עס אן איז אזוי, אז דער מערדער ווען ער מערדערט האט איין זאך אין זיין מוח ער וויל שעידיגן, שעידיגן שעידיגן, ער טראכט גארנישט מער, איין זאך און עס איז זייער גרינג צי טיען, דעריבער איז ער געוועינטליך מצליח, משא"כ דער נרדף ער נעמט טראכטן טויזנט זאכן וואס ער טאר דאן נישט טראכטן דאס טראכט ער, ער\זי הייבט אן טראכטן וואס זאל איך טיען, וואס וועט זיין מיט די קינדער, גייט עס וויי טיען, ועוד נערישקייטן וואס העלפן נישט, די תורה לערנעט אינז א לעקציע, ביטע טראכט נאר איין זאך, נעם אויך טראכטן פון שעידיגן שעידיגן שעידיגן.

על כן אן קיין שום ציטער, אן קיין שום הכנות, נעם זיך שעידיגן, ווייל ווי ווייסן מיר שוין היינט אז איין זאך קען העלפן און עס איז נאר יענעם צי שעידיגן, ממילא ווען אימעצער קומט דיך קעיגן מיט א קלארע ווילן דיך צי שעידיגן, דאן שעידיג יענעם.

די מציעות צייגט ווען מען קוקט איבער ווידיאס פון וויילאנץ, זעיט מען אז ציריק וויילאנץ וואלט געהאלפן, אבער די סיבה פארוואס דער געטראפענער טיילט נישט קיין מכות איז נישט ווייל ער קען נישט, און איז נאר ווייל ער ווייסט נישט אז נאר דאס וועט אים ראטאווען, דערפאר זאגט אים נישט זיין מוח אז ער זאל אויסניצן א געלעיגענהייט און אים אריין ריקן א געזינטען מכה, נאר קומט אויפ מיט וואזשנע המצאות וואס ארבייטן נישט און זענען צימאל פאטאל.

קאמפעטישן פייטינג, מיר זענען זייער ציגעוואוינט צי זעין געשלעיגן וואס זענען על פי רוב געווידמעט פאר קאמפעטישן פייטינג, ווי צים ביישפיל באקסינג, קאראדי אדער קראוומעגא, דאס גיבט די איינרעדעניש אז נאר מיט טאקטיקן ווערט מען געראטעוועט, וואס מיר נעמען נישט אין מוח איז עס איז דארט א געים, און אז ביי אזא געים ווען איינער ווערט טאקע פארווינדעט דאן איז דער באקסינג מעטש פארטיג, יעדער ווערט פארגרוילט, אלעס אנטלויפט, א נארמאלע ציווילאזירטער מאן קען נישט זעין קיין עכטע עקסידענט, ווען מען זעיט א פיס זיך ציטיילן און צוויי אדער ווי איינער גיבט דעים אנדערן א באקס ווי ער טאר נישט און ער פאלט אויפן ארט ציזאם, איז געים אווער, פארוואס, ווייל עס איז נישט קיין עכטע פייט, זיי האבן כל מיני געזעצן קעיגן א עכטע פליק, קיינער וועט נישט זעין א שטויס אינדע בצים כאטש דאס ענדיגט דאך די פייט, אבער די רול איז אז אויב איינער געבט אים א צישטויס דעים ברית, דאן איז ער גאר א פארלירער, ווייל יעדער וויל אהיים גיין גאנץ, עס איז נאר א טעקניק קאמפעטישן, נישט ווער עס קען וועימען דערהרגנען, אבער א עכטע פייט ווי מען הרג'ט זיך איינער דעים צווייטן קוקט אויס אינגאנצען אנדערש, קיינער מאכט נישט קיין שום טאנץ מענאווערס, מען גייט מיטן מעסער און שטעכט ביז איינער שטארבט, עס איז זייער גרויליג אבער א פאקט.

דערפאר קומען די אלע טעכניקן פון קאראטי נישט אריין ביי א עכטע פייט, עס איז נישט דא קיין באקסינג הענטשקעס ביי א עכטע פייט, עס איז נאר הרגע אדער ווער געהרגעט, און אויב זאל מען פראבירן אלע ערליי טעכניקן וועט עס זעלטן העלפן, און פאר אפאר סיבות, איינס ווייל עס איז גאר שווער זיך אויסצילערנען, עס נעמט יארן זיך אויסצילערנען, און פראפעקטירן יעדע מאנאווער, און ווען עס קומט די עכטע פייט ברויך אנהייבן אויפשטויבן די קעמערלעך פון מוח וואס זענען איצט בדעת סכנה גאר פארשטייפט, און דער עיקר וואס מען ברויך טיען ווערט פארגעסן, שעידיג יענעם קודם, השכם להרגו, נישט קיין חיליק ווי אזוי, ניץ אויס א אפערטוניטי און דערלאנג איינס ווי עס ברויך צי זיין, גיב אים ווי לאנג יענער פגר'ט אדער ווערט אימשעידלעך, און עס איז גאר ווינדערלעך אז עס איז זייער גרינג צי טיען אויב ווייסט מען וואס מען ברויך צי טיען, עס איז נישט שווער זיך אויסצילערנען, און אזוי לאנג ווי דער מוח איז גרייט יענעם צי אימשעדליכען וועט זיין מוח אויפקומען מיט די מהלך עס צי טיען, אויב וועט זיין מוח טראכטן דאן פיפציג אנדער וועיגן ארויס וועט ער לכאורה פארלירן די קריג.

נאך א טעות וואס מען מאכט כסדר איז א פחד פונעם מערדער, אז יענער איז דאך זייער גרויס פיל גרעסער, שטערקער, מער געבויט, מער פלינקער, און וועט זיכער געווינען, אקעי ממילא לייג זיך אראפ און זאג שמע, דאס איז א שוידערליכע טעות, ווייל אויב איז מען גרייט צי טיילן מכות וועט יענער כאפן נישט קיין חיליק ווי גרויס און שטאלץ ער איז, נעמט א ראיה פון דוד מלך ישראל, ער האט מיט איין פיצי שטיינדל אינעם ריכטיגן פלאץ אראפ געריקט גלית, אפילו ער איז געוועין א קליינער פימפענוטער, משה רבינו האט מיט א האק ביי עוג'ס קנעכל אים געמאכט אימשעידלעך אפילו די זין איז אנגעקומען ביי זיין האלז, און זיין קנעכל איז געוועין דרייסיג איילן אינדע הייעך. פארשטייט זיך אז עס איז געוועין א נס, אבער איך מיין אז די נס איז געוועין די קאראש וואס זיי האבן געהאט אויך, דאס איז א גרויסע עסק, מען מיז דאס כסדר חזר'ן קיין מאל נישט אויפגעיבן אפילו חרב חדב מנחת על צווארו, איז נאך אלס דא צייט אוועק צי ריקן יענעם'ס דיכט, א ציבראכנע קני טוט נאך אלס שוידערלעך וויי, זיין קאלער ביין גייט זיך גענוי ציברעכן ווי א צווייטן'ס, מען ברויך נאר זיין גרייט עס צוברעכן, מען זעיט ביי גרויסע געלערנטע באקסערס ווען זיי כאפן א זעץ ביי די מילצען פאלן זיי ציזאם אויפן פלאץ אפילו ער איז א געבוירענער באקסער.

רוב עכטע מערדער'ס וואס זענען מצליח צי דערהרגנען א צווייטען, ווען מען קוקט איבער זייער היסטאריע זענען זיי על פי רוב תפיסה חיות, בכלל נישט קיין פראפעסיאנאלע חברה, קיין מאל זיך נישט געלערנט ווי אזוי מען ברויך שטעכן מיט א מעסער אדער ניצן סיי וועלכע געווער, פיל מאל ברויכן זיי שטעכן צעינליגע מאל איידער איין שטעך האט כדי להמית, שטעלט זיך די שאלה פארוואס זעהען זיי מצליח, די תירוץ איז ווי פריער געזאגט , ווייל זיי ווילן הרגנען, זיי באניצען זיך מיט וויילאנץ, האבן נישט גארנישט אינזין חוץ דאס, סיי ווי לאנג עס וועט נעמען, דערפאר אפילו מען ווערט געשטאכן מיינט דאס בכלל נישט אז מען קען נישט געיבן יענעם מכות להמית, וטילאנג מען איז קאנטשעס האט מען א טשאנץ יענעם צי דערהרגענען, און אהיים גיין, דער וואס פראבירט נישט בלייבט טאקע געוועינטלעך טויט.

איצט נאך איינמאל בקיצור אלע נייע רולס,

יעדער קען ווערן געשעידיגט

יעדער קען שעידיגן

סייז שטארקייט פלינקייט איז בכלל נישט נוגע ווען איך בין דער ערשטער וואס גיבט דעים שיס שטעך אדער מכה אינעם ריכטיגן פלאץ.

די איינציגע זאך וואס ראטעוועט פון א געפאר איז דיין מוח, וויליקייט צי ענטפערן וויילאנץ מיט וויילאנץ, געווער איז נאר א געצייג אינעם האנט פון א מערדער, דער געווער איז בכלל נישט שילדיג, נאר דער מערדער איז, און יעדע מענטש איז א געווער ווען ער נעמט ניצט דאס אלס א געווער.

געווער האט איין פרינצעפל פארס עגענס מעסס, ווען א קויל פליט איז עס פארס עגענסט מעסס און די מעסס ווערט פארשוועכט דאן ווערט מען געשעידיגט, ווען מען ניצט א עלענבויגן אדער א קני צי ציברעכן יענעם'ס האלז אדער פיס, דאס האט די רווחים גענוי ווי א ביקס אדער מעסער.

ווען איך האב וועין א ביקס, דאס איז א גרויסער טעות אויך, צי ניצן א ביקס און אראפקניידלען א צווייטען ברויך מען קודם האבן די רצון, מען ברויך אפמאכן אז איך האב נישט קיין אנדערע וועיג ארויס דאן ניצט מין דעים ביקס, אבער אויב האט מען שוין דעים רצון, די החלטה גמירה דאן סארפרייזינגלי איז דער ביקס נאר א שטער, ווייל עס איז נישט דא קיין צייט, א ביקס איז נאר גיט ווען מען שטייט ווייט פונעם מערדער, כאטשיג פערציג פיפציג פיס און מען שרייט פריז, מיט א אויסגעשטרעקטע ביקס, אבער כמעט קיין מאל פאסירט נישט אזוי קיין וויילאנץ, געוועינטלעך איז עס איינער לאקערט און קומט פון אינטען, אדער ביי א עי-טי-עם מאשין, צי פליצלינגע אימגעראכטענע איבערפאל, דאן איז נישט דא קיין צייט פאר קיין ביקסן, דאן ברויך מען א שטויס טיען אין די מעשה אריין וכדומה.

איצט צים פונקט וויפיל געוועיר האט א מענטש וואס זענען אים אלס צי די האנט אפילו פליצלינג, לאמיר זעין די וויכטיגסטע געווער איז מיין מוח, מיין החלטה מקיים צי זיין השכם להורגו, האלטן די איינע זאך פארן מוח מ'גיימר שעידיגן שעידיגן שעידיגן, יעדע זאך וואס איך גיי פון איצט טיען אויפן אטאקירער גייט ביי אים עפעס ציברעכן, ביז ער גייט זיך מער נישט קענען רירן אנקאנטשעס אדער טויט, איך האב צוויי הענט צוויי פיס, ציזאמען איז פיר, מיין קאפ קען איך ניצן, מיין פויסט, מיין ארעם, עלענבויגן, קני מיין קערפער וואס אפילו איך וועיג קנאפ איז עס פארט א געשמאקע הינדערט זיבעציג פונט פון קראפט, מיין שיך פארענט און מיין היל דאס איז די שיך פון אינטען, בקיצור אזוי מיר נישט דיר נישט בין איך באוואפענט ביז די ציין.

לאמיר איצט א טראכט געיבן וואס קען איך אלס שעידיגן ביים מערדער איינס צוויי, וואס שרייט ארויס ביי אים אלעס ביז דארט, ביטע איך גיי זיין וואויל אבער פליז טאטש נישט דארט, סיניש קיין פער פייט, גראבעל אים ארויס די אויגן, די בענעפיטן זענען ווי פאלגענד, עס טוט גאר שטארק וויי פאר עטליכע סקונדעס וועט ער גארנישט טיען נאר טראכטן פון באשיצן זיינע אויגן, און די עטליכע סקונדעס איז געניג צייט אויפציזיכן נאך א פלאץ אפיר נעמען נאך א געווער פונעם ארסינאל וואס מיר האבן פריער אויסגערעכנט און אריין טיילן, נעם דיין האנט מיטן גאנצען כוח פון דיין קערפער און שיס אים אויס איין אויג אויפ אמאל, גראבעל עס ארויס צי ראטעווען דיין לעיבן, נאך א מעלה מיטן אויג איז אז עס שטארצט ארויס, ער קען עס נישט אזוי גרינג באשיצען, און כדי ער זאל דיך וועלן שעידיגן וועט ער מיזן האבן אויגן, און אויב האסטו איינגענימען זיין אויג, איז שוין ידך על העליונה.

איך הער מענטשען איצט שרייען ער גייט דאך ווערן זייער אויפגערעיגט, ער גייט זיך נישט לאזן, ער האט דאך א מעסער, אלע מיני תירוצים, דאס איז נאר ווייל דו פארענטפערסט איצט מיט אלע מיני תירוצים, ווייל דו ווילסט אים נאך נישט עכט הרג'ן, דו ביזט נאך נישט זיכער אז דו האסט נישט קיין אנדערע וועיג ארויס, דאס איז טאקע א גרויסע פראבלעים, און דאס איז דיין היים ארבייט, טראכט אריין און דיינע זיסע קינדערלעך וואס פארלאזן זיך אז דו גייסט אהיים קומען, און דיין ווייב און עלטערן וואס זענען נישט נייגעריג און קיין תירוצים פארוואס דו ביזט טויט אויפן ערד געשענדעט, זיי ווילן דו זאלסט אהיים קומען נישט קיין חיליק וויפיל פָּאר אויגן דו האסט ארויסגענימען אינעם פראצעדור.

היינט ווערט מען זייער גרינג פארמישט מיט געוועינטליכע וויילאנץ וואס איר האט שוין מסתם אמאל געזעין, אזא זעלבסט שטאלץ וואס ווערט דערנידערט דורך א ווילדע מענטש וואס שניידט אריין אינעם ווען ער דרייווט, אדער ווען איינער איז און א גוסטא צי מאכן לעיבעדיג, און בייסט אריין און א צווייטען וואס שפירט זיך געטראפן, א געשלעיג ברעכט אויס, אדער ווען איינער וויל עפעס פון א צווייטן און יענער האלט אים נישט ביים געיבן ווי א בעינקל און א באר, דאס ווערט אנגעריפן א באר פייט, איינער וואס פארקוקט זיך און א אשת איש, און יענעם'ס חברה מאן שפירט זיך געטראפן און נעמט זיך רידערן, הגם דאס קען זיך אויך ענדיגן מערדערלעך, אבער איך רעד נישט פון אזא סאציאלע וויילאנץ, ווייל דאס בדרך כלל קען ווערן פארמיטן דורך זיך אינטערגעיבן פארן גרויסן ריזיגן באלי וואס וויל פשוט פארשפרייטן שרעק, צייגן דאמינאנץ, נאר אויב דער צווייטער ווערט נישט אפגעשראקן פונעם גרויסן שרעקעדיגן מאן וואס ווארפט אן א פחד, דאן ווערט די געשלעיג צימאל מערדערלעך, אבער ווי נאר איינער פון די צוויי געבן זיך אינטער דאן איז ג'ענדיגט די געשלעיג, העכסענט וועט מען איינעם אויסלאכן אז ער איז נישט אזא שטאלצע פארך, זיין שרעק וועט ווערן פארמינערט, זיין דאמינאנץ וועט ווערן איבער געגעיבן פארן זיגער, אבער לעיבן קען ער בלייבן, מיר רעדן פון ווילאנץ וואס איז נישט סאציאל בכלל, איינער ווערט איבערגעפאלן פון אינטען, איינער ווערט סאקער פאנטשט, דאס איז א פאנטש אין קאפ פון אינטען אדער אימבאמערקטערהייט, ווייל ער וויל אים זעין טויט מחמת איזהו סיבה, אדער ווייל ער וויל אים בארויבן אדער ווייל ער איז א סאשיאפעט, אדער שיכור, אדער פארויכערט מיט דראג'ס, נישט קיין חיליק די סיבה, אויב קען ער זיך נאר רירען און טראכטן, ווי נאר זיין מוח איז גאנץ דאן איז ער גרייט און בארעכטיגט ארויסצינעמען יענעם'ס אויגן ווי נאר ער קען.

ניצן חכמה פאר א טאקטיק וועט דיר אויך מאכן פארדינען צימאל ביי געוויסע סינאריא'ס א סקונדע צוויי, וואס קען אמאל געיבן געניג צייט אפצישאצן ווי גענוי יענעם'ס אות ברית קודש געפינט זיך, און מיט זיין קני אריין שמעטרן דערין מיט א גאנצע רצון עס צי ציפליקן, און אויב געלינגט עס ווערט יענער פארלאזירט פאר א פאר סקונדעס וואס דער אטאקירטער וועט זיין א נוגע בדבר, און בלייבן פארלאזירט, און דאס וועט עפענען געניג צייט אז ער זאל נעמען איצט זיין ביין ווי עס ליגט דער האנט זייגער, און אריין שמעטערן דערמיט און זיין האלז אריין, פילייכט ציברעכן זיין קנה דער ווינט פייפ און ציזעצן זיין קאלער ביין, דאן וועט זיין געניג צייט צי ציברעכן די אנדערע זייט און אזוי ווייטער.

די האלז האט דריי זייטן, פארנט ווי מ'שעכט, און די צוויי זייטן, זיי שטארצן אלע מאל ארויס, דאן איז דא גלייך דערנעיבן די קאלער ביינער איינס אויף יעדע זייט, און ווי דערמאנט פריער מיט די אלנע ביין דארט ווי מ'האלט די זייגער, דערמיט ווען מען ניצט דעים גאנצן וואג פונעם גוף ווי מען וואלט געהאקט האלץ מיט א האק, אים וועלן אזוי ווי אפהאקן דעים קאפ, אוי לייגט דאס איינעם אראפ אינטער א סקונדע, אויב טראכט מען דאס איבער קען מען עס טיען פון סיי וועלכע זייט מ'שטייט, און אפילו פון אינטען, עס ברויך טאקע פראקטיק אבער גאר גרינג זיך אויסצילערנען.

מיט די עלענבויגן איז גאר גרינג אריין פארן ווי א טראק פארט אריין אין שניי, אריין און זיין סאלער פלעקסעס, דאס איז גלייך אינטער די ריפ קעידזש, דארט איז דא א קנעכעלע אריין קנאקן דערין מיט א ווילן יענעם צי מאכן אימשעידלעך, און גענוי דאס געשעיט, יענער פרירט ווי א פאקסי פאפ.

די פיס איז גאר גרינג יענעם צי ציברעכן מיט דיינע פיס, פשוט דורך אויף א 45 דעגרי ענגעל אריין שמעטערן פון העכער די קנעכל אויף אריין, עס ארבייט אפילו פון אינעווייניג אויף ארויס / אדער \ אראפ פארן מיט דיינע אריין און זיינע, ער קען נישט בלייבן שטיין, אזוי איז פארפרוירן אויפן ערד פאר געניג צייט אים צי ציברעכן ס'האלז, ווי פריער געשמיסט.

אלע זאכן זענען געוועינטליך לויט די סטאטיסטיק נישט נוגע פאר ציוויליזירטע בירגער, אבער די וועלט טוישט זיך גאר שנעל, ווי מיר זעיען נעבעך און ארץ ישראל, און איך זעי נעבעך ווי מען פארקויפט מעיס, אינגעלייט לערנען זיך טעכניקן, אפילו פרויען זעי איך שוין בילדער ווי אזוי מען זאל בלאקירן א מעסער, אבער אלע נפטרים אין ארץ ישראל פון מעסער'ס האבן שניטן פון דיפענץ, עס העלפט נישט דיפענץ, דאס איז וויילאנץ, נאר יענעם פארוויילאנצען העלפט, און א מוח וואס איז גרייט צי הרג'ן, זאל דער באשעפער יעדעם היטן און באשירעמען פון אלדאס בייז.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר