דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

דער קאנפליקט ארום דעם הר הבית

שליחה דורך בר-כוכבא »

דער אנגעגעבענער אויסרייד פאר די אראבישע רציחות אין ארץ ישראל אין די לעצטע וואכן איז: "הר הבית". די אראבער האבן לעת עתה נישט קלאר געמאכט וואס ווער האט געזאלט האבן געטאן אויפן צי מיטן הר הבית, און קיינער ווייסט נישט על מה יצא הקצף. דאס איז אבער דער ניגון וואס זיי זינגען יעצט: הר הבית.

דער הר הבית קאנפליקט האט זיך נישט אנגעהויבן יעצט און אויך נישט אין יאר 2000, ווען אריאל שרון איז ארויפגעגאנגען מיט א סוויטע אויפ'ן בארג, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן פון א כוואליע אראבישע רציחות איבער'ן לאנד. די הר הבית העצערייען גייען צוריק א צירקע 85 יאר, ווען אידן האבן נאך געדארפט אויסקעמפן דאס רעכט פון באזוכן דעם כותל המערבי.

די התחלה איז געווען אין סעפטעמבער פון יאר 1928 (תרפ"ח) – צווישן ביידע וועלט מלחמות – ווען א גרופע פון אידישע איינוואוינערס פון ירושלים האט צוגעשלעפט בענק און אים אוועקגעשטעלט פארנט פונעם כותל המערבי. זיי האבן אויך געברענגט עטליכע האלצערנע ווענטלעך, וואס זענען דארט אוועקגעשטעלט געווארן אלס מחיצה צווישן די מענער און פרויען וואס פלעגן קומען צום כותל.

די אראבער פון געגנט האבן דעם העכסט-נארמאלן אקט אנגענומען ווי א פראוואקאציע פון די אידן און עס פארטייטשט אלס א פרואוו איבערצונעמען קאנטראל איבער דעם פלאץ. דער הויפט איסלאמישער גייסטליכער אין ארץ ישראל, אמין אל-כוסעיני, וועלכער האט געדינט אלס מופטי אין ירושלים, האט רעאגירט מיט א העץ-קאמפיין קעגן די אידן. ער האט גערופן די אראבער זיך נישט צו לאזן פון די אידן און באצייכנט דעם אקט פון ברענגען א באנק צום כותל המערבי ווי אן אטאקע קעגן דער מוסולמענישער רעליגיע בכלל.

דער מופטי, וועלכער איז שפעטער געווארן היטלער'ס נאענסטער פארבינדעטער אין דער אראבישער וועלט, האט זיך נישט אפגעשטעלט. אין די נאכפאלגנדע וואכן און חדשים האט ער אפן געהעצט צו גוואלדטאטן קעגן דער אידישער באפעלקערונג, וועמען די אראבערס האבן אנגעהויבן שטערן יעדעס מאל וואס אידן האבן געוואלט גיין צום כותל.

ארץ ישראל איז דעמאלט געווען אונטער דעם קאנטראל פון ענגלאנד. די אידישע באפעלקערונג אין ירושלים האט זיך געפילט באקריוודעט פון די אראבישע אגיטאציעס און האט פארלאנגט פון דער הערשנדער מאכט זי צו געבן רואיגן און זיכערן צוטריט צום כותל המערבי. די אידן האבן פאררופן א "ראליס", דורכאויס וועלכן זיי האבן פארלאנגט זייער בארעכטיגטן צוטריט צום כותל.

דער פיינטליכער מופטי האט כסדר פארשטארקט זיינע העצערייען און אפן גערופן פאר אקציעס קעגן אידן. און די אראבערס האבן אנגעהויבן אויספירן זיינע ווערטער למעשה. גוואלד-אקטן קעגן אידן האבן זיך פארמערט, און אינעם זומער פונעם פאלגנדן יאר, תרפ"ט, האבן די אראבערס דורכגעפירט פאגראמען דורכאויס וועלכע 133 אידן זענען אומגעברענגט געווארן. די אראבישע פירערשאפט אין חברון האט פארשפרייט פאלשע בילדער וואס האבן געוויזן א געשעדיגטן "אל אקצא" מאסק אויפן הר הבית און דערביי פארשפרייט קלאנגען אז די אידן האבן געשענדעט דעם מאסק. אלס רעזולטאט האבן די ארטיגע אראבערס דורכגעפירט א מערדערליכן פאגראם אויף דער אידישער באפעלקערונג אין שטאט. א דריטל פון די דערמארדעטע אידן איז באשטאנען פון תלמידים וואס האבן געלערנט אין דער חברון ישיבה, וואס זענען באערדיגט געווארן אין א מאסן קבר.

אלס רעזולטאט איז דער אידישער ישוב אין חברון בטל געווארן צום ערשטן מאל זינט כאטש זמן הבית! אידן האבן זיך אומגעקערט קיין חברון מיט צוויי יאר שפעטער, אבער באנייטע אראבישע אומרוען האבן ווידעראמאל צעשטערט דעם ישוב, וואס איז געבליבן וויסט ביזן יאר תשכ"ח, ווען דער ישוב איז בחסדי השם באנייט געווארן.

אין יענער תקופה, מיט ארום 85 יאר צוריק, האט זיך אנגעהויבן דער אראבישער קאמפיין קעגן דעם הר הבית, וואס האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט. די זינלאזע העצערייען ציען זיך ביזן היינטיגן טאג, ווען אראבערס אין ארץ ישראל ווערן כסדר געפיטערט מיט העץ און שקרים איבער דעם הר הבית בכלל און דעם שייכות פון אידן צום דאזיגן בארג. פונקט ווי דעמאלט אזוי אויך היינט הרג'ענען אראבער אידן מיט דעם זעלבן פלא'דיג-נארישן תירוץ, הר הבית, אן דעם וואס אפילו איינער פון זיי זאל אפילו וויסן וואס ער וויל און וואס שטערט אים דא.

דאס אז דער הר הבית איז א אידיש פלאץ, וואו ביידע בתי מקדש זענען געשטאנען, איז אן אנגענומענער פאקט נישט נאר ביי אידן נאר טאקע ביי די אראבער זעלבסט – די פאטאלאגישע שקרנים וואס פרובירן היינט איינרעדן זיך און זייערע קינדער אז אידן האבן קיינמאל נישט געהערשט אין ארץ ישראל און אז קיין בית המקדש איז אויפן הר הבית קיינמאל נישט געשטאנען. שוין צענדליגער יארן וואס די אראבער פארניכטן איבערבלייבענישן פון זמן הבית און צעשטערן ארכאלאגישע אוצרות וואס וואלטן געקענט מרמז זיין וועגן יענע צייטן. זיי נוצן אויס די ברייטהארציגע רעכטן וואס ארץ ישראל האט זיי געגעבן, וואס קומט מיט כמעט פולשטענדיגער פרייהייט צו טאן און פארוואלטן מיט'ן הייליגן בארג לויט זייער באגער, צו שטעכן אין ריקן און בייסן די האנט וואס גיט זיי אזויפיל (אומבארעכטיגטע) רעכטן און פרייהייט.

די גרעסטע איראניע פון דעם אלעם איז אז דער מעטשעט מיט וועלכן די אראבער זענען אזוי פארכאפט איז אייגנטליך געבויט געווארן דורך אראבער און לכבוד דעם מקום המקדש. דאס איז געווען נאך דעם וואס די טערקן האבן איינגענומען ארץ ישראל פון די קריסטן מיט ארום 600 יאר צוריק. די קריסטן האבן פריער געקוקט מיט ביטול און שאנד אויפן הר הבית, און די מוסולמענישע טערקן האבן נאכ'ן אייננעמען דאס פלאץ געוואלט מאכן א סטעיטמענט, אז זיי רעספעקטירן יא דעם אידישן הייליגטום.

דער תמצית הדברים איז, אז דער הר הבית ווערט גענוצט אלס תירוץ צו מארדן אידן שוין כמעט פאר א גאנצן יארהונדערט, און דער מעטשעט – וואס קיינער טשעפעט במילא נישט על אף דעם פאקט וואס דאס דינט היינט אלס טעראר באזע – איז געבויט געווארן דוקא לכבוד אידן און דעם בית המקדש. און דאס אלעס נאך דעם וואס ארץ ישראל, וואס איז אין קאנטראל אויפן פלאץ, גיט די אראבער מער רעכטן ווי סיי וועמען אנדערש, אריינגערעכנט אידן, וואס זענען געזעצליך פארבאטן צו דאווענען אדער זאגן א דבר שבקדושה אויפ'ן הר הבית, אויס מורא אז דאס וועט אויפרעגן די אראבער – וועמענס פרייע צוטריט צום בארג איז צום פארדאנקען בלויז דעם זעלבן ארץ ישראל אין וועמענס גאסן זיי מארדעווען אידן מיט דעם זעלבן אויסרייד שוין קרוב צו הונדערט יאר.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר