בלאט 1 פון 1

שייכות פון סאציאלע און עקאנאמישע פאליסיס אין פאליטיק

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:43 pm
דורך חיים נחום הלוי פריעד
מיר האלטן איצט אינמיטן דעם 2016 פרעזידענט קאמפיין, און ווידעראמאל וואונדערט מיר א נקודה איבער די פאליסיס פון די ליבעראלן און קאנסערוואטיוון.

עס זענען דא צוויי סעטס פון פאליסיס: סאושעל אישוס און עקאנאמישע אישוס. ליבעראלן האלטן אז מ'דארף געבן מער רעכטן פאר מינאריטעטן, געי מערידזש, גלאבעל ווארמינג, וכו', און אויך האלטן זיי פון מער פראגראמען און מער שטייערן פאר די רייכע. די קאנסערוואטיוון האבן שוואכערע פאליסיס פאר מינאריטעטן, זענען קעגן געי מערידזש, לאכן פון גלאבעל ווארמינג, און אויך שטיצן זיי בעסערע ביזנעס פאליסיס.

אין בין נישט קיין עקאנאמיסט און איך ווייס באמת נישט ווער עס איז גערעכט לגבי עקאנאמישע אישוס. וואס איז בעסער פאר די עקאנאמיע: העלפן די ארימע מיט ווייניגער שטייערן און מער פראגראמען, אדער מאכן ביזנעס בעסער פאר די רייכע כדי זיי זאלן קענען בעסער געבן דזשאבס פאר די ארימע? כ'בין זיכער אז ס'איז נישט אזוי פשוט, און ס'איז מסתמא דא געלערנטע עקאנאמיסטן אויף ביידע זייטן פון די דעבאטע. ווידער די סאציאלע אישוס האט צוטאן מיט אייגענע מיינונגען, בעיקר רעליגיעזע.

וויל איך פארשטיין, וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? פארוואס איז א גרויסער רוב פון די וואס זענען איבערצייגט אז געי מערדיזש טויג נישט אויך איבערצייגט אז די קאנסערוואטיווע עקאנאמישע שיטות זענען גערעכט, און פארוואס איז א גרויסער רוב פון די וואס שטיצן געי מערידזש אויך איבערצייגט אז די עקאנאמישע שיטות פון די ליבעראלן זענען גערעכט? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?