פארוואס מעג מען נישט זאגן אז א געוויסע ראסע איז אנדערש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

פארוואס מעג מען נישט זאגן אז א געוויסע ראסע איז אנדערש?

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

איך שרייב די דאזיגע אשכול מיט א ציטער אבער אן ערענסטקייט. דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן, און איך בעט אז אפילו די וואס האלטן אז דער שמועס איז "אפענסיוו" זאלן פראבירן צו ענטפערן מיט שכל און ישוב הדעת.

ראסיזם... מ'האט איבעראל גערעדט פון דעם הגיבורים קובץ וואס האט געשריבן א ראסיסטישן ארטיקל. גוט אז מ'האט עס פארדאמט, און גוט אז מ'האט אויפגעשאקלט דעם דעת הציבור. עס איז קלאר אז שווארצע זענען אויך קלוג, שווארצע קענען אויך מצליח זיין, און אנדערש ווי הגיבורים, האלט איך אז פרעזידענט אבאמא איז א גוטער סעמפל פון א שווארצער וואס איז קלוג און א שטארקער מוצלח. אבאמא איז קלוגער פון מיר און קלוגער פון אלע הגיבורים שרייבערס צוזאמען.

אבער פארוואס זאל מען נישט מעגן זאגן אז שווארצע זענען דורכשניטליך ווייניגער קלוג ווי ווייסע? איך ווייס נישט אויב ס'איז אזוי, אבער ס'איז זיכער א טעאריע וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל. ס'איז א פאקט אז שווארצע פארדינען ווייניגער ווי ווייסע, זענען מער עלול דורכצופירן פארברעכנס, און זענען ווייניגער מצליח אין קאלעדזשעס. די אנגענומענע טעאריע איז אז דאס איז צו פארדאנקען הונדערטער יארן פון דיסקרימינאציע וואס האט געשטעלט די שווארצע אין א פאזיציע פון וואס ס'איז נאך היינט שווער זיך ארויסצודרייען. איך מאך נישט אוועק די טעאריע, און עס קען זיין אמת. אבער א טעאריע וואס זאגט אז שווארצע זענען דורכשניטליך ווייניגער קלוג ווי ווייסע קען פונקט אזוי זיין אמת. איז פארוואס מעג מען עס נישט זאגן?

ניין, איך זאג נישט אז וועגן דעם דארף מען דיסקרימינירן קעגן שווארצע, אבער איך זאג יא אז מ'טאר זיך נישט בלינד מאכן צו א טעאריע וואס קען זיין אמת. פארוואס זאל מען דערשטיקן דעם אמת?

מינוטן צוריק האט מען דערקלערט דעם געווינער פון דעם היי-יעריגן ניו יארק מאראטאן. ווי אין די לעצטע פינף יאר האט א שווארצער פון קעניא געוואונען. איז עס ראסיזם צו זאגן אז מענטשן פון קעניא האבן א טבע אז זיי קענען שנעלער לויפן? קען זיין אז ס'איז דא א ראסע וואס די מענטשן פון יענע ראסע לויפן די שוואכסטע? נישט נאר ס'קען זיין, נאר ס'איז זיכער דא. איז פארוואס קען מען נישט פונקט אזוי אנערקענען אז מיט חכמה קען זיין פונקט די זעלבע, אז געוויסע ראסעס זענען קלוגער פון אנדערע ראסעס?

און ווי איך האב פריער געזאגט, אוודאי טאר מען נישט דיסקרימינירן קעגן קיינעם, אבער פארוואס זאל מען נישט מעגן אויסשמועסן פאקטן - אויב די פאקטן זענען טאקע אזוי.

איך קען הערן א טענה אז אויב זאל טאקע זיין אמת אז שווארצע זענען דורכשניטליך ווייניגער קלוג ווי ווייסע, און מ'זאל דאס מעגן אויסשמועסן, וועט דאס ברענגען אז קלי הדעת און שלעכטע מענטשן וועלן דאס נוצן צו דיסקרימינירן קעגן שווארצע. ס'איז א גוטע טענה. אבער די שאלה איז צו דאס איז גענוג צו דערשטיקן א טעאריע וואס קען זיין אמת.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר