ווער זענען די גרעסטע פארלירער אינעם פרעזידנטליכע פארמעסט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

ווער זענען די גרעסטע פארלירער אינעם פרעזידנטליכע פארמעסט?

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

מען האלט שוין טיעף אינמיטן די פארמעסט, די מאפע איז שוין היפש אויסגעקלארט, מיט עטליכע חדשים אריין אינעם פארמעסט האט זיך די פעלד עטוואס קריסטאליזירט, צו זען דורכן פריזמע מי ומי ההולכים.

ווער עס גייט געווינען די נאמינאציע איז נאך אפען פאר דעבאטע. ביי די רעפאבליקאנער, צו דער ציפידעלטער טראמפ וואס חוץ שיקען נעסטי טוויטס וואלט איך אים געראטן צו 'ווייטענען' זיינע געלע שיני כרכשתא, אדער דער שטייפער קרוז צו גאר דער עסטאבלישמענט בא'חנ'טער רוביא וואס שפרייזן פראנויס אין די אנקעטע ציפערן.

ביי די דעמאקראטן, דער קאפ אויסגעקראכענער סענדערס האלט מער און מער אינטערשטעליג, ער איז פארנומען מיט אייזענהאוערס 90% סאושעליזם. ער האט גראדע הייסע שטיצער און שוויצער אין סטעטן איילענד, קוקט אבער אויס אז א באזע וואס באשטייט פון וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד איז נישט די זיגל פאר א זיכערע נאמינאציע. קלינטען האט גראדע ווי א געפילטע פיש מיט קלעביגע ky קאטשעניו דורכגעגליטשט די בענגאזי אימייל סערווערס, און זי שפרייזט אויף קרוז אנע רוקצאג. אבער ווי קלינטאן'ס פערזענליכע ראטגעבער זאגט, אז איר מאמענטום מיינט נאך נישט קיין דו-פאקטא.

פארלירער אינעם פארמעסט איז שוין יא דא זיכערע.

צווישן דזשים וועב צו יענקל פריינד פאטאקי ווער עס איז מער צוגעקלעבט צום 'פארלירען באנק' איז נישט זיכער. אבער די שטערקסטע פארלירער פונעם פארמעסט זענען די 'מידל עידזש-נייעס פארקויפערס'... זיי קומען אריין אין אלע אנקעטעס -רעכטע צו בייעסט לינקע- אלטץ די שטערקסטע פארלירער, נא דאוט!

ווער געדענקט נאך ווי די געציילטע 'ראדיא ליסענערס' פלעגן ביז א מינוט נאכן אנקומען אין שוהל זיין בארינגעלט מיט עטליכע צירקלען פון עלטערע ביז יונגערע צוגלייך, וואס פלעגן שלינגן די שפייאכטץ פון זיין מויל בשעת'ן נאך בלעבלען די ראדיא נאך מיט די ענגלישע טערמס אינדערמיט, אה, מי יתן ימי קדם.

בלויז די חברה האבן געהערט די גוי'אישע ראדיא, איך געדענק נאך ווי מ"ש --גערופן האט מען אים: 'דער נאסער מגיד' זייענדיג די ספאוקס מען אין די הייסע בור-- איז געקומען פארציילן אז מען האט געשאסן רעיגן, דער עולם איז געווען פארגאפט, א חלק ניכר האט פשוט נישט פארשטאנען, וואס הייסט מען שיסט רעגן? פון ווי שיסט מען די רעגן, אויף וועם שיסט מען די רעגן וואסער?...

זיי האבן פארמאגט אין קאר אדער א גרויס מאשינקע אינדערהיים, און אינדערפריה איז געקומען א ריפארט. ביי יעדער געשעעניש צו פאליטישער פארמעסט, איז די קוואל געקומען פון געציילטע קראנען. זיי האבן געאונט די מארקעט די מאנאפאל אויף די נייעס. על פיהם יושק צו עס איז אן עקסידענט צו נישט, צו ער געווינט, צו ער דערלייגט, צו עס איז קאנספיראציע וכו. וואס זיי האבן געזאגט איז געווען קודש קדשים שאין להשיב עליהן. איי, זיי האבן נאר פארשטאנען די ראדיא האלב... און ציגעלייגט איינס אין א האלב? נו, טענה מופלגת.

ויהי היום, די טעכנעלאגיע האט געבראכן די חרדי'שע מויערן, די כרם מתולעת האבן חוץ פון אינפעסטירן טרויבן און סטראבעריס אינפעסטירט די יוגענט. ר' זלמן איז ארויף אויפן ארענע, דער קאנגרעס קאנדידאט געשטעטנער האט לייוו ריפארטס אויף היימיש יודיש. יעדער שמויגער פון כולל ווייסט די זעלבע נייעס, אנאליזן, אנקעטעס, די אלטע מקוה ווייקערס זענען געבליבן אן פרנסה, אן צישויער אן חסידים, אבער א פולע מויל שפייאכטץ, קיינער איז נישט נייגעריג מער אין זייערע געבעקסן.

נו, זענען זיי נישט די גרעסטע פארלירער פונעם פארמעסט?

----------
שוין, האב מיר שוין נאך עפעס וואס די טעכנעלאגיע האט שאדן געמאכט, מקפח געווען דאס חיות און לופט אטאמען פון עטליכע זקנים.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר