וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]

שליחה דורך יהושפט קליין »

כ'לייען אזוי אין א פאר אשכולות דא און דארט, אזוי אויך פין שמועסען מיט פריינד און נאנטע שטעלט זיך ארויס א בילד אז צווישען היימישען ציבור איז איינגעווארצעלט א טיפע פחד צי זאגען א שלעכט ווארט איבער איינער וואס וויקעלט זיך ארום מיט אן אדמו"ר'ישען פעלץ,

כ'דענק כ'האב אמאל באזוכט ביי א פריינד מיינעם א געוויסען מוצש"ק, און דער שמועס האט זיך אזוי געפירט אז כ'האב אביסעלע חוזק געמאכט פין איינעם פין די אדמו"רים וואס שפילען גאט, אין א בחינה פין ליצנותא דע"ז, זיין ווייב האט עס נישט געקענט פארנעמען, זי האט מיר ממש געבעטען מיט א שרעק אין די אויגען כ'זאל נישט רעדען אזוי אויף א "רבי" ווייל אויף א "רבי" טאר מען נישט רעדען, ס'האט ממש אויסגעזעהן ווי זי האט מורא אז איר הויז וועט איינפאלען טאמער זי וועט איינעם לאזען אזוי רעדען ביי איר הויז...

ס'הייסט אזוי אויף סתם א יונגערמאן א תלמוד חכם וואס געבט זיך אוועק זיינע טעג און נעכט על התורה ועל העבודה, איז נישט אזא פראבלעם צי רעדען אויף עים אדער זאגען עפעס קריטיק, אבער איינער מיט א טיטול "רבי" אדער "צדיק" זאל עס אפילו זיין א פוסטע שטריק איבערגעפילט ווי א האלאפטשע מיט מידות משחתות, אויף אים טאר מען חלילה נישט רעדען,

קומט אויס אז ס'האט גארנישט מיט די מאמר חז"ל פין היזהר בגחלתן וואס זיי האבען עס געזאגט איבער תלמידי חכמים עובדי ה' באמת ובתמים, נאר ס'איז פשוט א שם מושאל איבער א דיסארדער פון פחדים פון פוסטע יונגען וואס זענען גראדע געבוירען און א דינסטיע פין "רבי'ס",

די שאלה איז קודם צי ס'בכלל דא וואס צי מורא האבען, ס'הייסט דאס איז זיכער אז ס'האט נישט מיט עפעס ווי "אז מן השמים נעמט מען זיך אן פאר זייער כבוד" נאר די שאלה איז צי די מציאות אז זיי שפילען קעניג איבער א גרויסע ציבור וואס גלייבען אין זיי ווי די בארפיסיגע אראבער גלייבען אין מוחמד, איז קען זיין אז די אנערגיע וואס זיי באקומען פין זייערע גלויביגע קען זיך אויסדרייען אין טאקע שאטען פאר זייערע פיינט,

אדער איז עס סתם א אמונה טפילה אנע שום האפט, וואס איז דורעך די יארען געווארען איינגעבאקען אין די דערשראקענע שעפסעלאך, וואס וואקסען אויף מיט אזא פחד פין א "הקפדה" פין דעם צדיק אדער רבי אדער כ'ווייס נישט וואס פאר א שווארצע יאר מען ריפט זיי אן,

ס'מיר צימאל זייער אינטערעסאנט, ווען בי אזא אזוי געריפענע "רבי" ווערט יעדע קליינע גוטע זאך וואס זיי טוען פארוואנדעלט אין א מדריגה גדולה, מיט אומפארשטענדליכע מידות טובות, ווען ביי א פלעינע יונגערמאן וואס פירט זיך אויף אסאך בעסער איז ער א פשוטע "פיינע יונגערמאן",

אבער צירוק צים HBD דיסארדער, ס'איז א רחמנות צי זעהן אז מענטשען האבען עכט מורא,
כ'טראכט אז אפשער איז דאס א חלק פין וואס שטייט אין די תוכחה :
וְהַנִּשְׁאָרִים בָּכֶם וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם בְּאַרְצֹת אֹיְבֵיהֶם וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף וְנָסוּ מְנֻסַת חֶרֶב וְנָפְלוּ וְאֵין רֹדֵף.
אדער:
וְנָתַתִּי פָנַי בָּכֶם וְנִגַּפְתֶּם לִפְנֵי אֹיְבֵיכֶם וְרָדוּ בָכֶם שֹׂנְאֵיכֶם וְנַסְתֶּם וְאֵין רֹדֵף אֶתְכֶם.

מענטשען ציטערען פין זייער שאטען, לאזען זיך פיהרען פין ליידיגע זעק (אויפען בעסטען פאל) און ציטערען צי זאגען א ווארט,
כ'מיין קאם אן, מען טאר שוין נישט האלטען אנדרעש?!, מען טאר שוין נישט קריטיקירען?!, מען ברויך אריינגלייבען אין יעדע אפגעריסענער וואס שפילט "רבי" וואס איז דעיס, וואס איז דעי משוגענע ווירטשאפט,
אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך !

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר