איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

שליחה דורך ראוונע »

א גוטען טייערע חבירים
אזוי ווי יעצט איז א שעת הכושר האב איך געקלערט אז יעצט איז די צייט to come clean אין ווער דען וועט זיין די ערשטע צו עס מיטיילען אויב נישט ענק טייערע חבירים

יעצט צום עצם ענין
פון ווען איך בין געווען בערך פיר יאר אלט האב איך אלץ געשפירט אז באמת בין איך א קוה וואס איז געבוירען געווארען אין די גוף פון א מענטש
אין וויפיל איך האב פרובירט פטור צו ווערן פון דעם געדאנק איז עס עפעס נישט געגאנגען
אין חדר ווען מען האט געלערנט די פרשה פון פרה אדומה האב איך מיך אלץ געשפירט ווי א הויפט מחותן (פארשטייט זיך אז איך האב פאר קיינעם נישט געזאגט)
איך געדענק נאך ווען איינמאל האט מיר מיין רבי אנגעשריגען די קוה וואס די ביזט. ווי רויט איך בין געווארען טראכטענדיג אוי וויי איינער איז דערגאנגען מיין סוד (למעשה איז עס געווען א אומזיסטע פחד ווייל עס איז בלויז געווען א מליצה)

די לעצטע שטיק צייט האב איך באשלאסען אז גענוג איז גענוג איך קען מיך מער נישט פייניגען אזוי אין איך האב אנגעהויבען די פראסעס פון טראנספארמאציע אין ביז א שטיק צייט וועל איך זיין א געהעריגע קוה אזוי ווי איך האב אלץ געשטרעבט (איך ווייס נישט צו איך וועל נאך קענען שרייבען דא ווייל איך ווייס נאכנישט וויאזוי מען טייפט מיט די פוס)

די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען יעצט ארויסצוקומען אין פובליק איז. ווייל איך ווייס אז ביי אונזער היימישע עולם איז דא זייער אסאך חברה אין מיין מצב. דאס הייסט אז באמת זענען זיי קוה׳ען נאר זענען געבוירען אין די גוף פון א מענטש אין זיי האבען נישט די קוראזש ארויסצוקומען אין פובליק אין טוען וואס מען דארף צו טוען ממילא האף איך אז מיין מעשה וועט זיי אביסעל ארויס העלפען

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר