פראדיקטעבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

פראדיקטעבל

שליחה דורך פליקער »

פראדיקטעבל

ב"ה אלעס ענינים זענען שוין געקאווערט, איך האב שוין נישט קיין סאך וואס מוסף צי זיין, נאר א ווארט דא דארט, בפרט היינט ווען איז א זמן וואס איך שפיר מער א זנב לאריות ווי א ראש לשועלים, וועל איך ווידמען מיין ואת האלף צי מאכן א שטיקעלע חזרה פון מיינע בויך קרעמפען, נישט מאכן ממש א חזרה נאר ארויס ברעינגען די יסוד פון אלע מיינע איבלען.

היינט איז אלעס פראדיקטעבל, און ווען אלעס איז פראדיקטעבל ווערט עס לאנגווייליג, עס איז ביי מיר א מצב וואס איך בין שוין געניג אלט און קען שוין פאראויס זאגן אלעס וואס גייט פאסירן, סיי וואס פאר א מצב, למשל עס איז געוועין א שיסעריי און סען בארנעדינא, איך ווייס שוין פאראויס וואס דער איד גייט שרייבן, וואס דער בלאט גייט זאגן, וואס די בעלי מוסר גייען מעורר זיין, וואס מארק לעווין גייט העצן, וואס די רעש מ'לימבא גייט שעלטן, וועים שאן הענעטי גייט ארויף ברעינגען, וועים ער גייט ארויסלאזן, וואס באראק אבאמא מיט הילערי קלינטען גייען באשילדיגן, וועים טראמפ גייט חוזק מאכן, וואס עס גייט זיין אויפ די ניו יארק פאסט קאווער אא"וו, אלעס האט די מהלך, אלעס פארט און די גרודע פראדיקטעבל ליניע.

ווען עס פאסירט א מצב ביי כלל ישראל ווי א כ"א כסליו ווייס איך שוין אויך פונקטלעך וואס יעדע בעל דרשן גייט זאגן, ווי שיין די עולם גייט טאנצען בך בטחו, וואס דער עולם גייט טיען ווען דער רבי באווייזט זיך, אויך ווייס איך שוין וואס ער גייט זאגן, ווי לאנג ער גייט רעדן, איך ווייס שוין אפילו פאראויס יעדע פעני וויפיל יעדער גייט געיבן, בעיקר די גרויסע סכומים, איך ווייס אז עס גייט זיין א גרויסע דריידל, איך ווייס וואס אלע בעלי דרשנים גייען זאגן ווי שווער די עסקנים ארבייטן, די דרשה און עינגליש דורך ר' משה דוד אדער ארי' לייב, אלעס איז אזוי פריקינג פראדיקטעבל, אז עס ברעינגט מיר א איבל, אפילו ווער עס גייט זיין אויבן אן, און אינטען אן.

איך ווייס שוין פונקטלעך ווען איך גיי נתעורר ווערן, ווען איך גיי זיין פריילעך, איך ווייס פונקטלעך וועלכע זמנים זענען העכער ווען זיי זענען פשוטע, וועלכע צייטן מען קען פוילן די גאולה, ווען מען קען פוילן מיט גרויס געלט פאר א גאר נויטיגע צוועק, איך ווייס אפילו ווען די צוועקן גייען אנקומען פון ארץ ישראל, ווען היימישע צוועקן פון אינלאנד, ווען עס גייען זיין די טיי פארטי'ס, ווען די צוועקן גייען זיין פאר חולי ישראל, און ווען פאר תלמידי חכמים וואס זענען ציליב אינזערע חטאים ארעם, ווען פאר א חתונה ווען פאר א כולל, ווען פאר שבת מאכן, און ווען פאר די וואס האבן ציפיל קינדער, און ווען פאר די וואס קענען נישט האבן קיין קינדער.

יעדע גרויסע מעמד ווי די כינס כלל ישראל וכדומה, האבן די זעלבע פראדיקטעבעל צוגאנג, עס הייבט זיך אן מיט פסוקי תהלים, דרשות התעוררת, עפעס אין עינגליש פאר די פרעסע, מען ברויך דאך עפעס אראפגיסן פארן טייוול, קבלת עול מלכית שמים אז עס זאל קנאקן, מעריב ברוב עם, און דערנאך גייט מען שלאפן.

ווען איך זעי היינט איינעם ווען ער איז למשל א אינגערמאנטשיק, און איך וויל טראכטן פארווערץ צוואנציג יאר, ווי אזוי דער אינגערמאן גייט אויס זעין דינסטאג ציפרי ניין א זייגער, ווייס איך איצט גענוי, איך ווייס פונקטלעך ווי ער האלט, פאר אדער נאך הכנות, פאר אדער נאכן דאווענען, פונקטלעך וואס ער גייט זיין אנגעטיען, ווי גרויס זיין קאפי גייט זיין און זיין האנט, וואס ער גייט יענעם טאג עסן פאר פרישטאג, וויפיל געלט ער וועט האבן, ווי גראב ער וועט זיין, און וואס ער וועט ציט מיר רעדן דאן, אלעס מיט א מייסטערהאפטע פראדיקטעבל סיסטעמאטישע פונקטלעכקייט.

לעצטענס האב איך באמערקט נאך עפעס וואס האט מיך אויפגעשוידערט, איך האב אלס געוויסט אז עס זענען פארהאן די וואס גרוילן זיך פונעם סיסטעם, זיי האסן די סיסטעם על כן לאזן זיי אלעס אפ, זיי שאקלען זיך אפ פונעם עול התורה און גייען זיך זייער וועיג, אבער צי מיין שאק זעי איך אז עס איז נישט פארהאן נאך אזא סיסטעים ווי דער סיסטעם פון אט"ד, זיי פארן נישט אפ אזוי מיר נישט דיר נישט, נאר זיי האבן קלארע פארשריפטן ווי אזוי די סדר פון אפפארן ברויך צוציגיין.

קודם ברויך מען האבן מחשבות זרות, און איין מאל עס האט זיך איינגעגעסן די ווארעם אינעם חן דאן ווערט מען פארגרעפט, און מען קויפט זיך א טמענע כלי, מען פאקט דעם בחור אדער אינגערמאן מיט א שמיצעל, מען דערווייטערט אים, ער הייבט אן ביגלען זיין העמד, טיט אן א סוועדער אדער א קארצע דזשעקעט טראץ די ביטערע פרעסטן, זימער גייט ער א לאנגע שאל טראץ די היצען, דערנאך עסט ער פיצא אן א היט, הערט אויף זיך שערן ביים מקוה איד, און אזוי ווייטער ביז זיין בארד ווערט קלענער, ביז זיין טשופ ווערט גרעסער, ער הייבט אן דינגען אויפ פאלענדע קאלירן קאר'ס, וואס מענטשען זאגן אים גייען אים מער גארנישט נישט, ער הערט אויף נאך זאגן אמן יהא שמיה רבה, הייבט אן האקן אויפן סיסטעם אויפ ק"ש, העצט אן אויפ זיינע עלטערן, אזש ביז ער רעדט אויפן רבי'ן.

ער גליטשט און גליטשט, הייבט אן רעדן די מיסע ווארט, ביז ער הייבט אן דרייון א באס אדער דערליווערן די בולעטין'ס אדער דבר יום ביומו'ס, אלעס אזוי פראדיקטעבל ווי א ווייצענע זייגער, דאס שטערט מיך שוין זייער, ווילסט דרייון א באס, וואס קען עס נישט זיין מיט די בארד, ווילסט האקן אויפן סיסטעם מיזטו נישט מופן קיין עירמאנט, קענסט דא אהער קומען און רייסן שטיקער, פארוואס מיז אלעס גיין אויפ אזא סיסטעים, ווילס חתונה האבן מיט א גרישה אדער א חליצה פון צרפת ווער לאזט דיך נישט, פארוואס מיז עס זיין דוקא מיט ליפא גלעיזער און מיט א ספעציעלע ניגון צי די חתונה וואס אלע באמעס העלן טאנצען, גלייב מיר זי וועט זיך ציכאפן צו דיר אפילו דו נעמסט נישט קיין שויער נאך די מקוה, און אפילו דו זאגסט נישט אז מען האט דיך מאלעסטעד.

ווילסט גיין אין קאלידש, מיזטו זיך נישט צישטעלן צי די אטד סיסטעם, גיי אהין מיט א לאנגע רעקל, אדער לאנגע פיאות, פראביר עס, פארוואס מיזטו זיך צישטעלן צי די באם סיסטעם, איינער וויל ווערן א פרוי, גיט גיי קויפ א מיני סקערט וואקס דיר א פאני טעיל און נעם הארמוינים, פארוואס מיז עס גיין און עטליכע פאזעס מיט א גאנצע פלאן, קודם איבערלאזן די דרך, ווערן קודם א גוי, דערנאך גיין אויף ארץ און זיך אנטיען א מגן דוד אויפן טי שערט, און נאכדעים טרענזישן צוויי ווערן די פרוי, פארוואס עפעס סיסטעים, איי דזשאסט דאנט געט איט.

און אזוי ווי דער סדר דא איז אז מען האלט א דרשה לכבוד טויזענט, דעריבער גייט עס מיר אויף נערווען וועל איך זיין פראדיקטעבל און האקן דערויף און איך וועל גארנישט זאגן, מיט דעם וועט ארויפקומען די אזלא גרש אויפן אלף, און ווי אלע אנדערע וואס ווערן לאנגווייליג נאכן טויזענט וועל איך נישט זיין פראדיקטעבל און ווייטער אנגיין ביז די מוסדות וועלן אנדעקן די פורם און אנהויבן לייגן דריק מען זאל עס אינטערברעינגען, און ווי פראדיקטעבל וועלן מיר זיך ברעכן צים טעראר און אוועק ווארפן די כלים, אבער ביז דאן קען דאך נאך משיח ווייזען מיט די פינקי אז מיר דא האבן מקרב געוועין די גאולה, און ווי פראדיקטעבל וועט זיין ווען דאן וועלן זיי לייקענען אז נישט אויפ אזא משיח האבן מיר געווארט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר