סעריע: שיחות חולין פון חכמי חעלם הי"ו,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

סעריע: שיחות חולין פון חכמי חעלם הי"ו,

שליחה דורך יהושפט קליין »

קורצע הקדמה

ס'איז ווייניג באקאנט אז נאכען חורבן אייראפע זענען אריבער געקומען קיין אמריקע אודים מוצלים מאש אפשטאמיגע פון חעלם העתיקה, זיי האבען זיך באזעצט און א דערפעל בהרי פעיסעלוועיניע און אנגעגאנגען מיט זייער אייגענארטיגע לעבען אזוי ווי און אלט חעלם,

זיי זענען געוואקסען צי גרויסע משפחות און זענען באשאנקען געווארען מיט די אייגענארטיגע חעלם'ער חכמה וואס איז זייער באקאנט געווען ביפאר דעם חורבן אייראפע,

צוליב מורא פאר א עין הרע האבען זיי עס געהאלטען שטיל, אזוי אז און די היימישע קהילות האט מען כמעט נישט געהערט פון זיי, חוץ יחידי סגולה וואס האבען געוויסט דערפין און עס געהאלטען שטיל,

היבשע פין זייערע קינדער האבען געלערענט און היימישע ישיבות און געגאנגען וואוינען און די היימישע ניו יארק, אבער אסאך האבען זיך משדך געווען צווישען זיך און ווייטער געצויגען די חעלם'ער גאלדענע קייט,

און די אכציגער יארען האבען זיי זיך אריבער געצויגען קיין ארץ ישראל, און אויפגעשטעלט א אייגענע מושב ערגעץ טיעף צווישען די בערג פון יהודה, דאס ארט ווערט געהאלטען בסוד, און נאר יחידי סגולה פון אינדרויסען ווייסען צו זאגען דערפון,

לעצטענס אונטער איטערעסאנטע אומשטענדען בין איך געוואר געווארען דערפון, און כ'גיי פון צייט צי צייט זיי באזוכען און שמועסען אביסעל איבער א גלעזעל טיי,

ס'מוז געזאגט ווערען אז נישט אלע דארט זענען אזאלכע גרויס חכמים, זיי האבען אויך היבשע תמימים, אבער ס'איז א אינטערעסאנטע לעבענשטייגער,

פאר אינטערעסאנטקייט האב איך אינטאלירט א באהאלטענע מייקראפאון און זייער בית המדרש און אין זייער "קאווע שטיבל", און ס'קומט מיר אויס צי הערען גאנץ אינטערעסאנטע שמועסען,

ס'דא אויך סתם מהיכי תיתי'דיגע שמועסען אבער פון צייט צי צייט איז עס גאנץ אינטערעסאנט,

איז לטובת אנשי שלומינו דא, פרוביר איך צי אראפשרייבען די שמועסען, אז ס'זאל זיין זה נהנה וזה נהנה,

כ'בעט אז קיינער זאל נישט פארלאנגען אז כ'זאל ארויף לייגען די אפיציעלע ריקארדינגס, ווער ס'וועט יא פארלאנגען זאל זיך רעכענען אז ס'קען לאנדען אויף זיין פנים א פראסק...., כראוי וכיאות לעזות פענימער.....,
[center]*****************[/center]

סעריע 1 עפיזאד1

אין קאווע שטיבל, בבית המדרש חכמי חעלם, מושב חעלם, דרום הרי יהודה,

זאנוויל: זאג נאר חנניה וואס טוט זיך ביי די אידען פון אמעריקא ?

חנניה: מ'ברויך גרויס רחמים, ס'איז ממש כלו כל הקינצען ...

זאנוויל: וואס ביסטע אזוי היסטעריש ? כ'מיין אז די מאכסט עס מער ווי ס'איז,

חנניה: כעל דיר זאגען, ס'נישט נאר אמעריקא, ס'איז א וועלט פראבלעם,

זאנוויל: וואסי שוין ווייטער פראלעמען ? אלס ווייסטע צי זאגען פין פראבלעמען,

חנניה:
הערצו זאנוויל טייערער, באמת בין איך זייער א פאזיטיווער מענטש, איך קוק אלעמאל אויף די גוטע זייט פין די מטבע, כ'מיין צי זאגען אויף די גלאז וואס איז האלב פיל, די פארשטייסט, נאר ס'קומט א פוינט ווען מען דארט קוקען די מציאות און פנים אריין, מען ברויף צי ריפען דעם הינט ביים נאמען, מען קען נישט אלץ לעבען און א חלום, מען מוז אמאל אויפשטיין אויך, כ'מיין זאג די מיר טייערער זאנוויל וואס ברויך מען דען נעגל וואסער טאמער מען שטייט נישט אויף ?

זיכער מען ברויך קוקען אויף די גוטע זייט, אבער מען ברויך אמאל אפיר נעמען דעם סיטרא אחרא אויך, ער זיצט און פירט א מערכה בעת קינד און קייט קוקט אויף די "גוטע זייט", ניין, און נאכאמאל ניין, מען ברויך צי קוקען דעם טייוועל און פנים אריין אן קיין מורא, מען ברויך עים אפשטעלען פאר ס'צי שפעט, מען קען מער נישט שווייגען, מען קען דאך נישט לאזען די וועלט ציגרונד גיין....

זאנוויל: חנניה, כ'ווייס נישט פאר א גוט יאר פין וואס די רעדסט, נו'זאג שוין וואס אזאנס גייט פאר אויף די וועלט, די שרייסט און געוואדעוועסט וואס א אקס פאר די שחיטה, אבער זאגען זאגסטע גארנישט...

חנניה: גוט איז כ'וועל דיר זאגען, "די סמארטפאון'ס" דאס איז די שורש פורה ראש וזנב, דאס פארפירט די יוגענט, פארדרייט די אלטע, און צימישט די מיטליעריגע, ווער האט זיך דען אזאנסט געקען אויסחלומן אין אלט-חעלם, מענטשען זענען ביזי דערמיט פון זמן מוצאי שבת ביז קומענדען זמן ליכט צינדען, עפעס אזאנס, פעיסבוק, טוויטער, וואטסעפפ מיט טעלעגראם, מיט כל מיני הבלי הבלים, כ'מיין וואס אידאס ?? ס'דעך א דיזעסטער .....

זאנוויל: אהא, הייסטעס אז די האסטעך ארויף געחאפט אויף די חרדישע אנטי סמארטפאון באן, כ'מיין וואס ווילסטע מען זאל טוהן, היינט איז א וועלט פין סמארטפאון'ס ווער האט דען נישט קיין סמארטפאון, און די טרייבסט אביסל איבער, נישט יעדער איז א "גאנצע צייט" ביזי דערמיט, איינער מער איינער ווייניגער, א ליידיג גייער איז מער ביזי דערמיט, אבער סתם ארבעטער און ביזנעסלייט זענען נישט אזוי ביזי דערמיט, כ'מיין אז די טרייבסט איבער,

חנניה: שוין כ'זעה שוין, די ווילסט פארוואסערען מיין גאנצע התלהבות, די ווילסט אוועק מאכען מיין גאנצע חכמה, זאג מיר די זאנוויל איינער, ווער מיינסטע די ביסט בכלל, כ'דענק נאך ווי דיין באבע פלעגט הענגען וועש אונטער די פעינסעלוועיניע זוהן, און די ביסט געשטאנען אויף די זייט מיט א פינגער אין מויל ווי א זיסע נשמה, אבער זייט ווען ביסטו מיר א חכם געווארען ? ווער ביסטו בכלל צי לייגען ספיקות און מיינע הנחות,
קוק אן יוחנן'ס בחור האט זיך איינגעהאנדעלט אזא כלי, ביי הויכע שמונה עשרה האב איך אים געזעהן זיך שפילען דערמיט, זיין טאטע האט מורא אים צי זאגען א ווארט,

זאנוויל: אנטשולדיגט מיר חנניה, שריי מיר נישט אן, שרייען זאלסטע אויף דיין ווייב, כ'וויל נישט דא מאכען א שמועס פון דיין חכמה נפלאה, ווייל כ'דענק פון לעצטעס מאל אז ווען די גייסט ארויס פון די כלים דאן איז שווער פאר דיר זיך צי האלטען אויף די גלייזען, איז הער זיך צו כ'האב א געדאנק, לאמיר אריבער גיין צום רב פון מושב הרב אפרים אלישע נחשוני, מ'וועט אים פארלייגען די צדדים, עמער זעהן וואס ער וועט זאגען....

חנניה: גוט מסכים, דערווייל ברויך איך אהיים גיין, כ'ציגעזאגט נעכטען ס'ווייב אז כ'וועל נישט אהיים קומען מער פון א שעה שפעט, איז זיימער געזונט,

[center]******************[/center]

[center]פארזעצונג קומט (בל"נ)[/center]
רעאגיר