געדאווענט נוסח ספרד ביים עמוד?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

געדאווענט נוסח ספרד ביים עמוד?!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ר' יעק'ל האט יארן לאנג געווארט אויף די גרויסע טאג. ער איז אויפגעשטאנען פארטאגס שוין, נישט קענענדיג בלייבען אין בעט אויף אזא דערהויבענע שבת. זיין בכור, זיין עלטסטער זון, ווערט היינט בר מצוה און זיין הארץ איז איהם פול מיט בענקעניש און פרייד. אט אט וועט ער זוכה זיין צו האבען געהאט געברענגט א קינד ביז צום טאג וואס ער איז מקבל עול התורה והמצוות, אט אט וועט ער זאגען א הויכע ברוך שפטרני, זיין משפחה און חברים וועלען איהם באגריסען, אלע וועלען זיך מיטפרייען און מיטבענטשן. ווארום ר' יעק'ל איז א באליבטע מענטש צווישען מענטשן. ער איז אייביג רואיג מיט א שמייכעל, אייביג האט ער א זיס ווארט צו זאגען, און איבערהויפט קען ער יענעם אויסהערען אן זיך אריינמישען מיט'ן אייגענע דעה, טאקע נישט צו קלוג, אבער ער ווייסט וואס ער איז, און יעדער איינער פארגינט איהם אלעס. זיין גוט גליק פון היינט איז אויך א פרייליכע טאג ביי זיין באקאנטע וואס קענען איהם אלס א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

ר' יעק'ל שטייט אויף אזוי פרי, אזייגער פיהר דרייסיג פארטאגס, און זייענדיג א ליטוואק, ווייסט ער נישט פון גייען אין מקוה צו וואס, אבער ער זיצט זיך לערנען מיט א געשמאק. ער חזר'ט דער דף פון נעכטן, ער לערנט דער היינטיגע דף. קיין גרויסע חידושים נישט מחדש, נישט געלערנט תוס', ווי מ'האט פריער דערמאנט קיין גרויסע חכם איז ער דאך נישט, נאר א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

ס'קומט צייט צו דאווענען, גייט ער מיט'ן משפחה אין ביהמ"ד חניכי הישיבות ביי איהם אין געגענט. ער איז פון די מייסדים פון דער ביהמ"ד. ווען מ'האט געוואלט עפענען א ביהמ"ד אין געגענט פאר מענטשען וואס ווילען דאווענען כמנהג הישיבות הקדושות, שטאט און ערליך, נישט שלעפען און נישט כאפען, נישט זינגען און נישט גארגלען, נאר איידל אויסגעזאגט יעדער ווארט, און ליינען מיט א קלארן דקדוק און ליינען די הפטרה פון א קלף, מיט מנחה פאר'ן שקיעה און מעריב נאך רבינו תם, מיט שחרית פאר סוף זמן ק"ש (די לעצטער, מ'האלט דאך נישט ביים פייניגען דער עולם אזויפיל), און גלאטע תקיעות ר"ה אן קיין שום קוויטש, האט מען געליידענט ר' יעק'ל צו זיין א חלק פון די מייסדים, זייענדיג א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

מ'הייבט דאך אן צוואנציג נאך אכט, אבער ער קומט אן צען מינוט פרי, צוזאמען מיט זיין קינדער, כדי זיך איבערצוצייגען אז אלס איז אינדערארדנונג פאר'ן בר מצוה און קידוש וואס וועט נאכפאלגען. ער איז נישט קיין גרויסע עושר, ער מאכט א פשוט'ער קידוש מיט מזונות הערינג און קוגעל, אן קיין חכמות און קונצן, אבער פאר איהם איז עס א פולע סעודה. ער פאדערט נישט קיין סאך פונעם לעבן, ער איז נאר א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

ער מאכט א חשבון מיט די כיבודים צו ער געדענקט אלס וואס ער האט געדארפט. 'אה יא, פעטער שמואל האט דאך אייביג ליעב דער עמוד, און ס'וועט איהם שטארק שטערן ווען ער האט עס נישט'. ער גייט צו צום גבאי און זאגט איהם אז ער האט א פעטער וואס דאווענט שיין און לכבוד דער שמחה וואלט ער געוואלט אז מ'זאל איהם צושיקען צו שחרית. פארשטייט זיך ער זאגט נישט אז זיין פעטער דארף עס האבען, ווייל דעמאלס וועט דער גבאי איהם זיכער אפזאגען, קיינער זאגט נישט מיכל גבאי ווער 'דארף' דער עמוד, 'ער האט יארצייט היינט פאר א טאטן? פארוואס דארף ער דער עמוד?' וועט ער אוודאי פרעגן. אבער הערענדיג אזוי אז ער דאווענט שיין, קען גוט נוסח און קוויטשעט נישט צו לאנג, האט מיכל'ן זיך געפרייט אז דער עול פון שחרית איז אראפ פון זיין קאפ, און ער האט גלייך צוגעשאקעלט דער קאפ יא. ס'איז לייכט נאכצוגעבען א בקשה פון ר' יעק'ל וויבאלד ער איז אזא פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

פעטער שמואל איז אריינגעקומען א פאר מינוט פרי, כלומר'שט ווייל ער וויל זיך זיכער מאכען מיט א פלאץ, אבער ר' יעק'ל האט גוט געוואוסט וואס ער וויל און ער איז איהם גלייך צוגעגאנגען בעטענדיג אז ער זאל מכבד זיין דער עולם מיט שחרית. "כעע כעע, איך ווייס נישט, ס'איז דאך מסתמא דא אנדערע דא, פארוואס זאל מען מיר וועלן? איך בין אויפגעשטאנען אביסל הייזעריק. נו, שוין. זאל זיין יא". ר' יעק'ל האט צופרידען געשטעלט זיין פעטער, גייט ער צוריק צו זיין פלאץ, מיט א שמייכל זייענדיג דער פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

שוין, מ'הייבט אן דאווענען, יעדער מיט'ן טלית אין פלאץ, און מ'דאווענט רואיגעהייט. מאנכע קומען צו צו ר' יעקל'ן מיט א האנט אויסגעשטרעקט אבער ער איז אין מיט'ן פסוקי דזמרה און ער לאזט זיך נישט שטערען, נאר מיט א שמייכעל. דער רב זיצט אויף זיין פלאץ דער עולם אויף זייער'ס. פונ'ם עק אויג באמערקט ר' יעק'ל זיין בכור זיצענדיג מיט זיין נייעם הוט אויף זיין אויערן, דאווענענדיג ערליכעהייט פון א סידור. ס'איז געווען קענטיג אז דער אינגעל נעמט זיין נייער מצוות פליכט ערנסט, און קודם כל רעכט ער אפ אן איידעלע דאווענען פון אנהייב ביז'ן סוף. 'הלוואי ווייטער' מורמלט ר' יעק'ל צו זיך ווען ער זעט אזוינס, מיט זיין הארץ פול מיט עפעס א נייע פרייליכע געפיל וואס ער האט אין לעבן נישט געשפירט פאר היינט. 'אל הנער הזה התפללתי' איז געווען דער אויסדרוק פון זיין געפיל, ווען ער וואלט עס געקענט אויסזאגען מיט'ן מויל, איך בין אנגעקומען ווי איך האב געוואלט, מיין חלום האט זיך אויסגעארבעט. אלע אנדערע אין שול וואס פערצופאל ווארפען א בליק אויף ר' יעק'ל און זיין בכור פארגינען איהם מכל הלב, וויבאלד ער איז דאך א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

נו, ס'איז שוין צען פאר ניין און מיכל גבאי צייכענט פאר פעטער שמעון ער זאל צוגייען. יעצט באלעמוטשעט ער שוין נישט, ער האט מורא מ'עט איהם נאך זאגען 'מוחל טובות', ומלכותו יתן המלך לרעותו הטוב ממנו. ער איילט זיך צום עמוד, מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ מיט א ברייטע עטרה, ער גיבט א היס'ל און ער הייבט אן 'שוכן עד מרום וקדוש שמו'. ווען פעטער שמעון זינגט און גארגל'ט איז דער וועלט טויט. ער איז אין הויכע עקסטאז און ער זעט גארנישט, מערקט גארנישט און ווייסט פון גארנישט, ס'איז איהם מיט זיין ניגון און מער נישט. דער עולם זאגט נאך פאלגזאמעהייט, 'שוכן עד מרום וקדוש שמו', עכ"פ די וואס האבען אנגעיאגט באצייטענ'ס צו ענדיגען נשמת ווען דער בעל שחרית גייט צו. אבער פלוצלונג הערט זיך א מורמ'ל צווישען דער עולם. פעטער שמעון גארגל'ט זיך ווייטער 'בפי ישרים תתרומם', און דער עולם קוקט זיך איינער די צווייטער; "ס'איז יוכ"פ היינט? וואס זאגט ער תתרומם? מ'דארף דאך זאגען 'בפי ישרים תתהלל', אזוי שטייט דאך אין סידור!" ווייטער זינגט ער אויס 'ובשפתי צדיקים....', וואס איז דער 'בשפתי'? ס'שטייט דאך 'ובדברי' צדיקים, אפילו אום ר"ה יוכ"פ?! וואס טוט זיך דא? וואס איז געווען שלעכט מיט'ן אלגעמיינעם נוסח התפלה פון אנשי כנה"ג אז מ'האט געדארפט עפעס פאררעכטען? ר' יעק'ל איז אביסל צוטומעלט ביי זיך, אבער קיין סאך מאכט ער זיך נישט צוטוהן דערפון. ער איז דאך א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

חיים יוסף איז אייביג געווען אביסל א טשיקאווע מענטש. ער האט געוואוסט זאכען וואס אנדערע האבען נישט געוואוסט. ווען ער איז געווען א בחור און מ'איז געגאנגען לערנען אין (ווי דען?) בריסק, האט ער גלייך געכאפט א שייכות מיט א פאר ירושלימ'ער אידען (ער צאלט היינט טאקע די פרייז דערפאר, אבער דאס איז נישט וויכטיג), און ער האט ארויסגעהאלפען אנדערע ווען זיי זענען געווארען פארלוירען אויפ'ן וועג צו בעלז אדער מנחת יצחק אדער ביידע פאר א שבת סעודה. ער איז דער וואס האט געוואוסט פאליטיק ווי אימער ס'איז געשען, און ער האט געהאט מבינות אויף יעדער רב פוסק ראש ישיבה וואס קומט אין שטאט באזוכען\שנאדערען. ער הערט די בעל תפלה מיט זיין חידושים און ער דערמאנט זיך אן אין עפעס, ס'קלינגט איהם אין זכרון אט די ווערטער. ער לויפט צום ספרים שאפע און טרעפט ערגעץ אן אנדערע סידור, א רויטע. דער סידור איז פארדעקט מיט א גראבע שיכטע שטויב וויבאלד דער סידור ניצט קיינער נישט, נאר צומאל א גאסט פון ערגעץ אונטער די הרי חושך. ער שלעפט עס ארויס, קוקט אויפ'ן רוק פונ'ם סידור און ער זעט דער ווארט 'ספרד' געדרוקט מיט גאלדענע אותיות. ער קוקט אריין, ער מישט אויף שבת דאווענען, און אט אט דא איז עס! ער טרעפט אויס אז אונזער ר' שמעונ'ן, נישט מער און נישט ווייניגער, וואגט זיך צו דאווענען נוסח ספרד דאהי אין ביהמ"ד. דאס איז דאך וואס מ'איז געקומען אויסראטען מיט'ן חניכי הישיבות ביהמ"ד! ער ווייזט עס פאר יהודה ברוך לעבן איהם. 'קוק קוק', מאכט ער מיט די הענט אזש ס'דוכט זיך דער גאנצע רמ"ח און שס"ה שאקלען צו ווייזען ווי דער הונט ליגט באגראבען. 'נו נו נו', זאגט יהודה ברוך, אבער נישט א סלחנ'דיגע 'נו נו, וואס איז דער חילוק, אבי מ'דאווענט', נאר א שטרענגע 'נו נו נו, מ'דארף עפעס טוהן דערוועגען'. א צווייטער קוקט איבער זייער אקסל און ער כאפט שוין וואס טוט זיך. דער עולם מורמל'ט און ברומט אונטער'ן וואנצע (די זענען שוין ערוואקסענע יונגעלייט וואס גייען שוין בערד, די וואס גאלען זיך נאך האבען נייע ווייבער, נייע דירות און נייע קאר'ס, זיי האבען נישט קיין פלאץ אין קאפ זיך צו זארגען וועגן די זאכען, און איבערהויפט, זיי גייען דאך אפט צום טאטע\שווער אויף שבת, ממילא זענען זיי קיינמאל נישט קיין פולקאמער מעמבער'ס אין ביהמ"ד). נאר ר' יעק'ל מערקט גארנישט, ער איז דאך א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

איין יונגערמאן, א קורצע פעשליכע יונגערמאן, מיט אן ערנסטע געזיכט, דערמאנט זיך עפעס א הלכה אין חפץ חיים צו וואס, אז סתם זיך דרייען מיט טענות איז נישט אויסגעהאלטען און צו'ערשט דארף מען עפעס זאגען פאר'ן מענטש אליינס. ער גייט צו צום עמוד אינמיטן גארגעל'ן פון ובמקהלות און ווייזט איהם אין סידור אז עפעס טויג נישט. פעטער שמעון איז אבער אין עקסטאז און ער כאפט נישט קיין רמז און קיין וואונק, ער מיינט ס'איז אפשר א קאמפלימענט וואס דער יונגערמאן האט נישט געקענט איינהאלטען אין בויך ביז קריאת התורה און ער גיבט עס איהם שוין, און ער גארגלט ווייטער. ער קומט אן צו ישתבח און ער לאזט אויס מיט א נוסח תנועה וואס ער געדענקט פון אלס בחור ווען ער האט געדאווענט אין א ביהמ"ד'ל אין די איסט סייד און אן אלטע איד, ר' פייוועל, האט עפעס געזינגען און ס'איז איהם שוין דעמאלס געפאלען. 'ברכות והודאות לשמך הגדול והקדוש ומעולם ועד עולם....', מ'זעט אז ער טוט נישט קיין תשובה. ער גייט ווייטער מיט'ן שייגעץ שטיק פון דאווענען נוסח ספרד אין ביהמ"ד חניכי הישיבות! אין סידור שטייט דאך 'ברכות והודאות מעתה ועד עולם ברוך אתה...'. מ'ווייסט נישט וואס צו טוהן, די בלוט איז אויפגעקאכט. דער רב האלט זיין נאז אין זיין סידור פעסט פארשטעקט, ער וויל קיין חלק נישט אין דער סומאטוכע. מצד איהם קען מען זאגען וואס מען וויל, 'דער אויבישטער פארשטייט דאך אלס' טראכט ער צו זיך, אבער ארום איהם קען מען פילען דער אנגעצויגענקייט. קינדער הערן אויף צו קאמאנדעווען און דער קענד"י מע"ן טיילט נישט קיין צוקערלעך. דער א-ל אדון געלונגט זייער שוואך אי ווייל דער עולם איז נאך פארנערווט, אי ווייל מ'איז נישט צוגעוואוינט דאס צו זינגען בכלל, נאר צומאל ביי א שמחה צו שבת יו"ט ר"ח חנוכה וואס פאלט אויס אויף ר' אהרן קאטלער'ס יארצייט. ר' יעק'ל בלייבט רואיג, ער זעט זיין קינדער דאווענען ווייטער, און דאס איז איהם גענוג, ער איז דאך א פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

מ'דאווענט ווייטער און מ'שטעלט זיך שאקלען א שטילע שמו"ע. אין זייט פונ'ם ביהמ"ד זיצט זיך א שטילע יונגערמאן ר' מנחם דוב. געווענדליך באמערקט מען איהם נישט, מ'הערט נישט קיין סאך פון איהם, נאר עליות באקומט ער אסאך ווייל ער איז א כהן. שמח"ת זעט מען ביי איהם אביסל אויפ'ן פנים וואס טוט זיך אינעווייניג, ווען ער שפרינגט ביי משה אמת ווי א קליין קינד וואס זיין טאטע ווארפט איהם ארויף אין די לופט. אבער א גאנץ יאר איז ער נאר א פלאץ אין ביהמ"ד. ער האט נאר טעכטער, ממילא האט ער קיין קינדער לעבן זיך אויך נישט. ער דאווענט געווענליך גאנץ א לאנגע שמו"ע אבער היינט ענדיגט ער פרי, ער שטייט פון די זייט, און ווען ער זעט דער בעל תפלה אויסטרעטן עושה שלום, גיבט ער א שפרינג צו און ער כאפט דער עמוד און ער הייבט אן הויכע שמו"ע. ער ווארט נישט פאר'ן רב, נאר זיכער צו מאכען אז פעטער שמעון זאל נישט קענען ווייטער אנגייען מיט זיין חוצפה זינגט ער אויס א 'ברוך אאאתה ה'....'. דער עולם שמייכעלט צווישן זיך, מ'איז שוין פרייליך און בארואיגט, דידן נצח. דער תכלית פונ'ם ביהמ"ד צו זיין א קיבוץ פון ישיבה'לייט וואס האלטען אן די אלטע וועג איז נאכאמאל דערגרייכט געווארען. פעטער שמעון שטייט אין דער זייט, פארשעמט, פארקלעמט און אביסל צושטורעמט. ער כאפט נישט פונקט וואס האט זיך דא אפגעטוהן, "וואס ווילען זיי? דער ניגון מיינער האט זיי צושטערט? ווי איז שייך אזוי? ס'איז דאך אזוי שיין, פון ר' פייוויל פונ'ם אלט'ן שטיבל אין דער איסט סייד." און ווייטער כאפט ער נאך עפעס "און אויב ס'שטערט זיי יא, פאר דעם ווארפט מען אוועק פונ'ם עמוד?!". פארטראכטעהייט שטייט דארט ווי א גולם ביז צום הוצאת ספר תורה, ווען ער כאפט זיך אז יעדער קיינער קוקט איהם אן און ער קריכט צוריק צום ווינקעל ווי ער האט אנגעהויבן מיט'ן פנים פארשמירט אין רויט, זיין שבת איז צושטערט און צורודערט. ר' יעק'ל פון זיין עק פון ביהמ"ד קוקט צו מיט שרעק וואס האט זיך דא אפגעטוהן. ער איז שוין נישט אזא פרייליכע רואיגע באליבטע מענטש.

מ'ענדיגט צו דעם דאווענען, מ'איז מפייס פעטער שמעון מיט א ששי, אבער ס'העלפט גארנישט. (אפשר ווייסט ער אז דא איז שלישי דער מכובד'יגע עליה). זיין געשמאק און זיין זעלבסשעצונג האט געכאפט א געפערליכער קלאפ. וואס פאר א הנאות האט ער אין די וועלט? אביסל דאווענען פאר'ן עמוד, און מער נישט! ער שלעפט נישט, ער ציט נישט אויס דער נשמה, און ער שטערט נישט קיינעם. ט'וואס וויל מען פון איהם פאר א גוט יאר? די שלעכטע ליטוואקע'ס מיט זייער מעשה'ס און ענינים! פארוואס בין איך בכלל געקומען צו דער שמחה? און פארוואס גייט דער יעק'ל דאווענען אין אזא פלאץ? ער האט נישט געקענט טרעפען קיין היימישן מנין צו דאווענען? ער הערט פון אנדערע רעדענדיג איבער דער געשיכטע און ער כאפט ארויס אפאר ווערטער, און פלוצלונג כאפט ער שוין. ער האט גארנישט געוואוסט אבער יעצט ווייסט ער. דא דאווענט מען נוסח אשכנז, און ער האט געדאווענט דער נארמאלע אלגעמיינע נוסח. און פאר דעם דארף מען מיר אוועקווארפען פון דעם עמוד?

ביי די טיש'ן פון די קידוש האט זיך געטומלט פייערדיגע שמועסן. חיים יוסף האט הויך גערעדט, מיט א פולע מויל מיט קוגעל און הערינג האט ער גע'דרשנ'ט "פארוואס קומען זיי ביי אונז צו שטערן? קען איך גייען ביי זיי און דאווענען אשכנז ביים עמוד? וואס וואלטן זיי געטוהן ווען מיר גייען ביי זיי און מיר פאלגען נישט זייער הנהגה'לעך וואס מ'האט גע'ירשנ'ט פון א זיידע זייערע פון מערב קארפאטא-רוס? לא תהא כהנת כפונדקית! דער נוסח התפלה פון די ראשונים איז נישט ווייניגער ווי עפעס וואס זיי האבען ממציא געווען צווישען דער פיש און די גאלא!"

יעקב נחמן האלט אבער אנדערש. "וואספארא רעכט האלטן מיר צו מבייש זיין א מענטש ברבים? אפילו ווען ער האט אן עוולה געטוהן!"

ברוך בער לייגט צו, "מיט וואס זענען מיר בעסער ווי זיי? ווייל זיי טוהן אזעלכע מעשים פון זיך שלאגען אין ביהמ"ד און מיר נישט, ביי זיי טוט דער מטרה פארהייליגען אלע מיטלען און ביי אונז נישט! יא, זיי ווארפען ארויס מענטשן און מיר טוהן עס נישט! יעצט זענען מיר פונקט ווי זיי. דו געדענקסט נישט דער מעשה מיט ר' שלמה קלוגער?". יעדער האט געשמייכעלט צו זיך, געדענקענדיג ווי ר' אברהם יהושע האט פארציילט די מעשה פון ר' שלמה קלוגער לאכענדיג אויפ'ן קול.

אבער רוב עולם האט זיך צוגעשטימט מיט חיים יוסף. "דער גאנצע וועלט איז זייער'ס, דער קליין ווינקל ווי מיר זענען דארף נישט ווערען צושטערט פון זיי". איינער ווייסט צו דערמאנען א תשובה אין אבני נזר דערוועגען, און אנדערע זענען סתם צופרידען פון זיך.

און ר' יעק'ל האט זיין שמחה צושטערט. פעטער שמעון זיכער באשולדיגט איהם פאר די גאנצע מעשה, זיין מאמע וועט איהם שוין געבן א פארציע אויך. און דער עיקר איז ביי איהם, ער האט געמיינט אז ער שטייט שוין ביי א געשמאקע שמחה און ער וועט פיהרען זיין זון לעול התורה והמצוות. און דערווייל איז אלס צושפאלטען, דער שמחה איז פארגעסען און דער קידוש איז פארוואנדעלט געווארען פון א פרידליכע פרייליכע הארצליכע ברודערליכע פארברענגען צו א מושב פון העצעריי און פארביסענקייט. ער זעלבסט ווייסט נישט וועמען צו באשולדיגען, זיך פאר'ן נישט אנגרייטען זיין פעטער פאראויס? פעטער שמעון פאר'ן נישט זיך צושטעלען? דער עולם פאר'ן נישט לאזען וואוילגייען דער פרצה? דער רב פאר'ן נישט נעמען א קלארן שטעלונג דערוועגען? מנחם דוב פאר'ן צוכאפען דער עמוד?

דער רב זיצט אין זיין פלאץ און הייבט נישט אויף זיין קאפ. זיין קידוש דרשה אויסצורימען ר' יעק'ל האט ער געהאלטען ביי זיך אין מאגן, ער האט שוין נישט געקענט דרשנ'ן אין אזא אטמאספערע. ער האט נאר איין האפענונג - אז מ'זאל איהם נישט פרעגן זיין מיינונג. ער ווייסט אז יעצט איז זיין צייט צו ווערען פארשוואונדען פאר א שטיק צייט, ביז מ'קומט זיך אויס צווישן זיך.

עכ"פ דער טאג איז א צושטערטע.

--------------------
טייערע ליינער, אן ענליכע עפיזאדע האט זיך אפגעשפילט אפאר וואכן צוריק אין א ביהמ"ד אין לעיקוואוד. איינער פון די רבנים אין שטאט האט עס מיר פארציילט און געזאגט אז צווישען די רבנים ווייסט מען נישט ווער ס'איז גערעכט. יא, איך האב אריינגעלייגט זאלץ און פעפער צום מעשה, איך האב נאר געהערט אז איינער האט געדאווענט פאר'ן עמוד לכבוד א שמחה, און געדאווענט נוסח ספרד, און ביי חזרת הש"ץ האט מען איהם צוגעכאפט דער עמוד. די איבעריגע האב איך צוגעלייגט לשבר את האוזן.

פרעג איך ענק, וואס האלט איהר? ווער איז גערעכט? אבער פאר'ן ענטפערן טראכט ווי וואלט געווען ווען ס'איז פארקערט, אז ער דאווענט אשכנז אין א חסידיש'ע בית המדרש, אדער ער פארגעסט א קץ ביי 'יענער חברה', וואס האלט מען אז מ'וואלט געדארפט טוהן?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר