איך, זיך, מיך, אדער איך זוך מיך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

איך, זיך, מיך, אדער איך זוך מיך?

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איך, זיך, מיך, אדער איך זוך מיך?

אזוי ענליך, אזוי עקסטרעם פארקערט.

ליקבהובכ"י, דארף מען דאך אריינכאפן אן אשכול אין דעם פיר-און-צוואנציג-שעה אשכול-מערעטאן...

פיקטשערס ווילט עטס? הא? העכער אותיות, אונטער אותיות... במדבר הזה יפלו פגריכם!

איך ווייס נישט אויב איר געדענקט אבער כ'פלעג זיך פיהל קאכן אויף די מחלה האנושית פון 'איך' - אני הוא ולא אחר.

הערט א געשמאקער מחשבה עקספערימענט/פאראדאקס פון דעם בריטישן פילאזאף בערנארד וויליאמס:

שטעלט אייך פאר אז א משוגע'נער סייענטיסט קידנעפט צוויי פון אונזערע מיטגלידער. אני הקדוש ונבנתה, און מיין קאלעגע שרייבערין ווענוס.

דער סייענטיסט קומט צו צו מיר: הער, ונבנתה טייערער, כ'האב לעצטענס אויסגעארבעט א 'מיינד-טרענספער' מאשין דורך וועלכע איך קען אריבערפירן איינעמ'ס פולקאמע 'מיינד' צו אן אנדערן גוף, און ווייס ווערסא.

דהיינו, כ'וועל מחבר זיין דו מיט ווענוס צום מאשין, און נאכ'ן טראנספער וועסטו זיך אויפוועקן אין ווענוס' גוף, דו וועסט האבן אלע דיינע זכרונות, טאלאנטן, פערסאנאליטיס און רצונות, דו וועסט געדענקן ווי דו ביסט אויפגעוואקסן אין ברוקלין, חתונה געהאט און געליעסט א מיני ווען וכו' וכו', דו וועסט טראכטן צו זיך: העי! וואס זוך איך דא? וואס איז פשט אז איך רעד מיט א פרויעשע קול? אה, דו וועסט דיך דערמאנען אז דער צודרייטער סייענטיסט האט גע'סוואפט' דיין און ווענוס' 'נפש' מיט ענקערע גופים.

דאס זעלבע, פארשטייט זיך, וועט געשעהן מיט ווענוס, זי וועט זיך אויפכאפן מיט אירע זכרונות, הרגשים, רצונות וכו', און זיך וואונדערן העי! פון וואו האב איך א בארד?

יעצט אזוי, זאגט מיר ווייטער דער סייענטיסט, דערנאך איך וועל פייניגען איינער פון אייך, אבער אזויווי כ'בין א גוטער גיב איך דיר יעצט די ברירה צו וועהלן וועמען כ'זאל פייניגן: דיין אלטע גוף אין וואס ווענוס געפונט זיך יעצט, אדער דו אין דיין נייע גוף וואס האט אמאהל געהערט צו ווענוס.

האב רחמנות! בעט איך זיך צו איהם, פייניג ענדערש ווענוס אין מיין אלטן גוף. און לכאורה מאך איך די ריכטיגע אויסוואהל; ככלות הכל אויב וועט ער מיר פייניגן אין מיין נייעם גוף וועל 'איך' זיין דער וואס האט די צער, 'איך' וועל זיין דער וואס ליידט יסורים און טראכט על מה עשה הוי' ככה.

--------------

יעצט, ליבע פריינט, לאמיך אייך דערציילן אן אנדערע מעשה:

דער צודרייעטער סייענטיסט האט אונז ביידע ווייטער פארכאפט, איין טאג קומט ער צו מיר און זאגט: הער, ונבנתה, כ'האב באשטימט אן אפוינטמענט פאר דיר, היינט נאכמיטאג וועל איך דיר פייניגן.

אוי, הייליגער סייענטיסט, הייב איך זיך אן צו בעטן, האב רחמנות! פארוואס זאל איך ליידן אזעלכע יסורים?

שוין, גוט, כ'בין דאך פארט א גוטער, פאר כ'וועל דיך פייניגן וועל איך דיר געבן א פולקאמע 'עמנידזשיע', כ'וועל אינגאנצן אפמעקן פון דיין מח אלע דיינע זכרונות, רצונות וכו' וכו'.

ביסט אינגאנצן משוגע? שריי איך צוריק, נישט גענוג דו גייסט מיך פייניגן וועסטו נאך איידערן פייניגן מיר אפמעקן דעם מוח?

גוט, הער זיך איין, נאך איידער איך וועל דיך פייניגן, נאכדעם וואס כ'האב אפגעמעקט דיין מוח, וועל איך דיך מאכן גלייבן אז דו ביסט גאר א פרוי מיט'ן נאמען ווענוס. כ'וועל דיר אריינגעבען אלע אירע זכרונות, שאיפות וכו' וכו', יעצט ביסטו רואיג?

האלא! דו ביסט דאך טויט משוגע! נישט גענוג דו וועסט מיך פייניגן און געבן 'אמנידזשיע', וועסטו מיך נאך משוגע מאכן און איינרעדן אז איך בין עפעס א ווענוס? האו איז דעט גאנא העלפ?!

ווייסטו וואס, זאגט ער, כ'וועל מאכן דעם גאנצן פראצעדור אויך מיט ווענוס... וועט דיר 'דאס' גרינגער מאכן?

דו טראגסט אפ פון דא?!

---------------

איין מעגליכער מהלך וואס איך טראכט צו פארענטפערן די סתירה [וואס אויב האט איהר נאכנישט געכאפט: עס איז איין און די זעלבע מעשה] איז אז די תירוץ איז: יע...

אויב וועט איהר גוט מדייק זיין וועט איהר זעהן אז ביי די ערשטע סיפור באטראכט מען די שאלה 'וועמען זאל מען ענדערש פייניגן' אויף א בילד פון 'נאכן' סוואפ, משא"כ אינעם צווייטן ציור באטראכט מען די פראגע ווי מען שטייט נאך פון פריער.

איי, וועט איר פרעגן, די מאטעמאטיקס זענען אבער אייביג די זעלבע, פארוואס אינעם צווייטן ציור טראכט מען נישט אז נאכ'ן פולקאמען 'סוואפ' וועל 'איך' זיך געפונען אינעם גוף פון ווענוס?

אויף דעם איז דער תירוץ: יע.

ווי זאגן חסידים: פון זיך נישט ארויסקוקן און צו יענעם נישט אריינקוקן...

גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר, א מענטש באטראכט אייביג 'זיין' אייגענע טובה. אויב בין 'איך' יעצט אין ונבנתה'ס גוף, וויל איך ראטעווען זיין גוף, אויב באטראכט איך עס ווי כאילו כ'האב זיך שוין געטרענספערט דאן וויל איך ראטעווען ווענוס' גוף. עס שטימט טאקע נישט ע"פ קאלטע לאגיק.

--------------

לאמיך אביסל שרייען, כ'האב שוין לאנג נישט. באמת דארף מען זעהן משדך צו זיין מארק לעווין מיט אשר לעווין. יו ביוטיפול מאראן.

למה, פארוואס, צו אלע שווארצע יאהר זוכט יעדער זיין פריוואטע 'געין'? פארוואס שעמט מען זיך נישט צו זיין פארנומען מיט זיך? פארוואס אז מען צוקראצט איינעמ'ס קאר שרייען נישט ביידע: 'איך' בין שולדיג?

פארוואס שפירסטו אז 'דיין' שיטה האט א זכות קדימה איבער יענעמ'ס? פארוואס? ווייל גראדע ביסטו 'דו'?

איז עס דען עפעס אן 'אינטואיטיוו' טייל פון די בריאה? וואלט נישט די בריאה פונקט אזוי געקענט זיין איינגעפעדימט אז יעדער וויל 'יענעם'?

כ'האב מורא אז ס'איז א פשוטע טריפה'נע עיוואלווינג, כדי 'איך' זאל איבערלעבן ענדערש ווי יענעם.

חייך קודמין? נו, דאס איז א דין אזא...

אפשר בין איך פשוט משוגע. אפשר בין איך א יוצא דופן. נו, ביי אונז איז דאך א יוצא דופן נדחה לפתח ראשון...

---------------

עפענט די אויגן, רבותי, מיר זוכן דאך ליכטיגקייט – אנן פועלי דיממא אנן. באטראכט יענע'ס געפילן און נטיות ווי אייגענע, מיר זענען אלע טייל פון איין בריאה, זין פון איין גאט. ווייל דער שטיקל פלייש קריכט דא און דער אנדערער אביסל ווייטער, איז וואס? איין גראז קריגט זיך מיט'ן צווייטן? עס איז 'איין' גראזיג פעלד.

אויגן דארף מען נאר אויף ארויסצוקוקען פון זיך; עיניים 'להם' דאן איז ולא יראו, פאר 'זיך' דארף מען נישט קיין אויגן. אז מען קוקט נאר אין זיך איך נאר חושך, אהן קיין אונטערשיד וואס די דיעות וואס דער 'איך' האלט.

שמשא אכולא עלמא נייחא, אז מען האלט נאר וואס 'איך' שלאגט פאר זיצט מען אייביג אין די זעלבע פינצטערניש. וואס איז דען א נפק"מ צו די חושך איז אויף די רעכטע זייט צו די לינקע.

ווי זאגט עמוס: הוֹי הַמִּתְאַוִּים אֶת יוֹם יְה-ה לָמָּה זֶּה לָכֶם יוֹם יְה-ה הוּא חֹשֶׁךְ וְלֹא אוֹר. כַּאֲשֶׁר יָנוּס אִישׁ מִפְּנֵי הָאֲרִי וּפְגָעוֹ הַדֹּב וּבָא הַבַּיִת וְסָמַךְ יָדוֹ עַל הַקִּיר וּנְשָׁכוֹ הַנָּחָשׁ. הֲלֹא חֹשֶׁךְ יוֹם יְה-ה וְלֹא אוֹר וְאָפֵל וְלֹא נֹגַהּ לוֹ.

ווייסט איהר וואס מיינט ווי א האן אין די בני אדם [יושבי חושך]? ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין: משל לתרנגול ועטלף שהיו מצפין לאור א"ל תרנגול לעטלף אני מצפה לאורה שאורה שלי היא ואתה למה לך אורה.

אז עס זאל אויסמאכן צו מען איז פון די יושבי חושך אדער יושבי אור ווענדט זיך אויב מען האט אויגן וועלכע קוקן ארויס פון זיך.

--------------

נאר אויף איין זאך איז א חילוק 'איך' מיט 'יענעם'. עס איז דא א באקאנט ווארט פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אין פרשת ויגש [תשכ"ה], יוסף און בנימין האבן געוויינט יעדער אויפן צווייטענ'ס חורבן. פרעגט דער רבי, אז יעדער האט געהאט אן אייגענעם חורבן איז פארוואס האט ער נישט געוויינט אויף די אייגענע?

זאגט דער רבי, אויפן אייגענעם איז נישט דא וואס צו וויינען, עס איז חרוב? טו צו די זאך, נעם זיך בויען, "כי הוא יכול לבנות ביהמ"ק של עצמו ע"י הפצת המעינות, ולעשות טובה להזולת, און מוסיף זיין א דאלער בצדקה, און דאווענען מיט א האלבע שטונדע לענגער, ולא שייך ענין בכי' ע"ז".

עכ"פ, רבותי, סארי פאר די רענט, לאמיר זיך נעמען ארבעטן מיט אונזערע קאמעראדן, מיר זענען אלע טיילן אין איין גרויסע מאשין.

לעבן זאל קאמוניזם! לעבן זאל דער בעל הסולם!

לעבן זאל מעקארטי!

נעה, נישט דער מעקארטי... די מעקארטי.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר