מיין מיינונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

מיין מיינונג

שליחה דורך שלמה המלך »

פון יעדען עבר איז כדאי זיך צי לערנען אויפ'ן עתיד, אז א מענטש גייט אדורך א שוועריקייט און עס האט אים גארנישט געלערענט, איז א שאד געוועהן דאס גאנצער פלאג!

די סאמאטוכע איז אדורך! וכחלום יעיף... די רבי איז צירוק אריין אין קלאס, א פאטש פאר אים און א פאטש פאר אים, אן אויסהערען אדער ריכטיג אנאלאזירען ווער עס איז גערעכט, אדער טיילען די ריכטיגע מאס פעטש פאר וועם עס קימט זיך באמת, אבער שאאא שטיל עס הערשט א מורא פון זיין שטעקן און עס הערשט סדר...

כדי צי פארמיידען אן אויסברוך א יעדער שטיק צייט, איז אפשר כדי צי האבען א פלאץ ווי יעדער זאל זיך גיט אויסגעבען, ארויסברענגען זיין ווייטאג אדער פרייד אן אטאקירן יענעם, פשוט זיך ארויסברענגען וואס קוועטש אים אדער וואס באפרידיגט אים מיטען גאנצען אימפעט און אזוי איז נישט שייך קיין פייער מיט אויל ווי באלד ער ברענט זיך אויס וזה הוא...

קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא - וזה החלי:

פאר מיר איז קאווע שטיבל א אויסטשוכענינג ארט ווי פאר רוב פון אונז, א פלאץ צי קיקען נייעס, אינערען פאליטיק, זאכען וואס מ'האט געהערט אין מקוה נאר האלבעטע ווערטער קימט מען דא אריין צי פארשטיין קלאר וואס גייט פאר - אפשר גאר מיט בילדער פון מאל צי מאל - א פאזיע פון דעם און פון יענעם, א בליק אין צימעס אויב עפעס לעבט, אויב די גיסטע נויגט פאר עפעס פון מאחורי, שפאצירט מען אהין... מען ווערט פארטיק מען מאכט א בורא נפשות אויף די קאווע, ווארפט דעם אויסגעטרינקענען גלעזל אין מיסט קאסטען און אגיטען טאג...

איך בין גראדע ווייט פון א קיצוני אדער אן עקסטרעמיסט ווי מאנכע האבען מיך אראפגעמאלען די לעצטע פאר טעג, איך בין דווקא פון די מעסיגערע סארט בטבעי, אבער פארט א יומען ביאונג, און די בליט אין קאפ קען אריינגיין ווען מטרייבט דאס אהין, די ענדרענעלין פונעם גוף צילויפט זיך אזש די בלוט דרוק פארט ארויף מ'שרייט ביז מ'ווערט הייזעריג! מ'קאן טוהן זאכן וואס מ'האט חרטה דערנאך אבער זהו סדר העולם.

איך פארטראג און פארנעם דווקא יא מער א ברייטערען שפראך פון וואס איך אליין רעד, און איך בין פון פאך/פרנסה אויס איינער וואס הארכט אסאך אויס אנדערע אין פארשטיי זיי, נישט דאס איז די הגרמא וואס טרייבט ארויף די בלוט דרוק אויפן מאקסימאם, אבסעלוד נישט! נאר וואס יא?

מיר שלאגען זיך געניג מיט די אייגענע נסיונות פון אונזער געבענטשען הלוך ילך (יו נעים איט 'סיסטעם') בסדר היומי, מען פרובירט ארבעטען אויף פאזיטיווע שריט ווי ווייט מעגליך! איך גיי נישט טוישן מיין גלויבען, נישט מיין מסורה און נישט מיין דרך החיים ווי ביז היינט ווייל עס האט שטרויכלינגען, איך וועל ליבערשט מיך באקוועם מאכען און אויסארבעטען אלעס זאל יא קלאפען על צד היותר טוב דא ווי איך בין אויפגעוואקסען און אין דעם געזעלשאפט ווי איך געפין מיך היצטערט.

דער מאמר חז"ל פון 'לצה אחת דוחה מאה תוכחות' האב איך בייגעוואינט הינדערעטער אין טויזענטער מאל אין חינוך פעלד ווי מ'ארבעט אויף קינדער בחורים יונגעלייט אזוי שווער זיי צי העלפען און 'זייער' מצב, אבער איין לץ אדער סתם א קאלטער-לינגען-לעבער זאגט א דזשויק אדער א חוזק אפ און/אדער א דריי מיט די נאז פון דאס געשעפט, און די גאנצע שווערער ארבייט פארט אריין אין ים התיכון!

ס'איז אן אריכות גדול און איך האב נישט קיין געדולד מסביר צי זיין, און איך בין זיכער עטס האטס ווייניגער געדולד און נערווען צי ליינען - בקיצור אומר אויפן שפיץ גאפעל: די קאלטקייט און די שפעט בליק'ן וואס דער יעניגער גיט - וואס ניטאמאל האט ער דאס געמיינט אזוי ערענסט ווי יענער האט עס אנגענומען - מאכט א וועלטס חורבן!! און די גאנצע האראוואניע וואס מ'פלאגט זיך אזוי אן איז געגאנגען לטמיון! פארוואס? סתם פון א צווייטענס לייכטזיניגקייט!

אלזא אין שטיבל דרייען זיך פון אלע סארט יאהרגאנגען משלנו, יונגע און אלטע ציגלייך, מידל עידש וכדו' יעדער האט זיין אייגענע נסיונות און דורך-גענג, אבער יעדער וויל זיין אויף די געווינער זייט אויף די געלונגענע זייט, אויף די זייט פון די רייסערס און גרויסע מויל מאכערס, אויף די זייט פון די גיט שרייבער'ס מיט פילע לייקס וכדו' און אויב איז די טוין געבער דא, דער גאנצער געדאנקען גאנג, און די אטמאספערע אויף א לוי לעוועל, האט דאס א ווייטאגליכער און א ווייטגרייכענדע אפעקט... לא יאומן כי יסופר!! ווער עס טיט אביסל אין דעם פעלד ווייסט גאר גיט וואס איך רעדט..

איך גיי נישט אריין פון די עבירה אדער נידריקייט פון מאכען לצנות אדער רעדען דברי בזוי אויף חז"ל וכדו' ווייל #1 ווער וואגט זיך דא רעדען פון אידישקייט - מאן דכר שמיא, ווי בין איך דא אין איי וועלט, אדער אין בית מדרש, און באמת איז דאס טאקע מיר נישט נוגע יענעמ'ס עבירות און מצוות, אבער וואס מיך שטערט יא איז די אפעקט אויף די אנדערע און אויף מיר אליין!!! נישט פאר דעם קום איך דא, אז איך אליין זאל טראכטען אפשר איז טאקע כדאי צי ווערען א נקיבה!! איך מיין נישט ממש אזוי, אבער דאס איז די נקודה וואס איך גלייב אז די לעהזער פארשטייען וואס איך וויל ארויסברענגען!!!

איך בין בכלל נישט קיין שוואכע הארץ וכדו' און איך ווער נישט איבערגענומען פון יענעמס גערעדאכץ אדער מעשים, אבער אין פאקט האט עס אן השפעה, ביודעים ובלא יודעים, אזוי ווי די פראבלעם פון פארנאגראפיע איז נישט (נאר) אז די האסט דיך אנגעקוקט און פערטיג... די פראבלעם איז אז די טראכסט סוכ"ס מתי יבא לידי ואקיימנה! דוק ותשכח!

דאס זעלביגע איז ביינינז, מ'טרינק קאווע ציזאמען מ'ווערט באפריינדעט - וואס איז זייער חשוב - אבער פליז! פיטער מיך נישט דיינע נסיונות נאך און נאך! איך האב מיין אייגענע מיט וואס איך דארף מיך ספראווען... איך פארשטיי די מיטשעסט דיך על דא ועל הא, אדער ביסטי ברויגז אויף דיין טאטע, און אויך אויף דיין מאמע אביסל, צי אויף דיין מחנך צי רבי וכדו', פאר וואס מאכסטו מיר זויער די בארשט? איך בין ב"ה נישט ברוגז נישט אויף מיין טאטע און נישט אויף מיין מאמע און אויך נישט אויף מיין רבי!! איך בין ב"ה ציפרידער מיט מיין לעבענ'ס שטייגער און וויל פאר'ן נאר מיט דעם באן!

ניין איך גיי נישט מיט א ביבער היט ביז איבער די אויער, און איך (האף אז איך) שטינק נישט פון קנאבל! איך בין צופעליג נישט קיין סאטמארער חסיד און איך געהער נישט צי קיין קנאות קאמפעני (איך זאג נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט, איך זאג נאר א פאקט) - איך וואוין נישט אין וויליאמסבורג און אויך נישט אין מאנרוי נישט איך און קיינער נישט פון מיין משפחה, עכ"ז טיט זייער וויי צי הערען און ליינען אזעלעכע ניאוץ רייד אויף כל הקודש לנו.

עס האט זיך געשאפען דא אין די לופט א אטמאספער פון גרויסקייט און ווערען ארויפגעקיקט - אין באלייקט - איינער וואס ערלויבט זיך דאס מערסטע צו שרייבן אויף וואס עס איז פארהייליגט ביינינז! WOW ער ערלויבט זיך.... איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים ווייל עס גייט פארלירען דעם פוינט וואס איך טריי צימאכען דא, אבער ס'איז למעשה פאקטיש געווארען זייער משכיליש געשטימט! יעצט שריי נישט אויף די ווארט משכיליש ווייל איך ניץ עס נאר ארויבציברענגען מיין נקודה נישט אזוי ווייט די אפטייטש דערפון, אבער די נקודה הפנימית דערפון איז פארשטענדליך.

היצטערט ווען איין אומשילדיגער @בעל מידות וואס האט געוואלט מאכען א שיינע פעאזיע פאר אייוועלט און בטעות אריינגעלייגט דעם ארטיקל אין ק' שטיבל, האט איינער רעאגירט פשוט וועגען דאס עיגול הנפש וואס הערשט לעצטענס דא אין שטיבל, און געשריבען אז איי וועלט שמעקט אים שוין בעסער ווי ק"ש, וואס דאס האט ארויסברענגען דעם עולם'ס ווייטאג וואס האט זיך אנגעזאמעלט פונעם לעצטען תקופה דא, דהיינו ער האט פשוט אימווילענדיג ארויפגעטרענען אויף א אינגרויטוינעיל, און דער עולם האט זיך נאטירליך געלאזט הערען! איינער האט אנגעפאנגען און דער צווייטער האט ממשיך געוועהן אזש ביז עס איז ארויס אין פלאמען! אבער דאס איז נישט געוועהן קיין אפגעשמיסטע אקט, נאר פשוט א נאטירליכען אויסברוך פון זיך אנעסען נאך און נאך און נאך....

דברי חכמים בנחת נשמעין! איז דאך מיין לויזינג.. נו ווי האב איך געקענט פון דעם פאגעסען! אבער פונקט ווי איך געקענט נעמען 1000 ווייבער און ליידער געמיינט איך בין קליגער פון וואס די תורה זאגט 'ולא ירבה לו נשים' ווייל עס וועט זיין 'והיטו את לבבו' און געקלערט מיין חכמה יעמוד לי, האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט אז ניין! די תורה איז פארט קליגער אפילו פונעם גרעסטן חכם מכל אדם!! אזוי - אבער - האב איך אויך געקענט פארגעסען פון מיינע אייגענע הדרכות און הגדרות - פשוט בא לכלל כעס בא לכלל טעות!

אודה ולא אבוש - איך בין מודה ומתוודה איך וואלט נישט געדארפט זיך אזוי צילאזען מיט אזא שפראך, אבער איך האט מחליט געוועהן אז טיים איז אפ!! און זיך געלאזט הערען אין די גדולות אריין, וואס וואלט ווען געדארף געזאגט ווערען אויף א איידעלערען אופן! ובחדא מחתא וויל איך אויך איבערבעטען ברבים א יעדען וואס איך האב פערזענדליך אטאקירט, קיקט איבער מיינע 600 תגובות וועט עטס כמעט נישט טרעפען אז איך זאל טוהן אזאנס גלייכען, אפילו ווען פיילן קומען און אונזער ריכונג זעמער בע"ה שליט דעם מח על הלב, מיר קימערן זיך נישט פון פערזענדליכע אטאקעס, איך פרוביר שווימען א טפח העכער דעם, און נאר ליינען און שרייבען זאכליך מיט הענט און פיס נישט סתם אין די איי ועלט אריין...

און אוודאי דארף ארויסגעברענט ווערען די שבח פון מיינע חבירים וואס זענעם מיטגעשטאנען, אפילו זיי זענען נישט געוועהן איינשטימינג אינגאנצען מיט מיין מהלך הדיבור וכדו' אבער פארט מחזק געוועהן בסתר ובגלוי, וואס דאס איז זייער א נאבעלע אקט - ווען יענעם בעדערט עפעס שטארק, זיי אים מחזק נישט ציברעך אים -... אויב האלסטו ער באגייט אן עוולה 'ביסטו דער' וואס קען יענעם האלטען און די ראמען! טאקע ווייל ער געטרויעט דיך - (פי עס: עס איז וואונדערליך ווי איך בין בכלל נישט דער לייק מענטש נישט צי געבען און נישט צי מאכען אן עסק ביים באקומען בין איך פארט געווארען מחוזק און די שווערע צייטן פון לייקס און גיטע ווערטער, זעט זיך אויס אז א מענטש איז פארט יא אמענטש...)

צים שלוס וויל איך מאכען א קיצור פון מיין לאנגע תגובה:

מיין מייינוג! מעג אין דארף געזאגט ווערען IN ORDER מונע זיין א פול בלעדער וואס קען אויסשיסען פון א קליינען שוועבעלע!
#2) עס מיז נישט געזאגט ווערען דוקא דארט ווי איך האב געשפירט עס צי זאגען, ווייל דאס קען מאכען א פייער - ענדערש דא אין דעם אשכול "מיין מיינונג" אדער ווי אימער מען שפירט זיך גיט עס ארויסציברענגען.
#3) ווערט דעם עולם פערזענדליך געבעטען נישט מאכען אייער שפייז פון כל הקודש לנו, פשוט עס פארברענט די יוגענד און אונז אליין, עס איז נישט אידיש'לעך, נישט מענטשליך, און נישט יושר!
#4)וזה העיקור - דברי חכמים בנחת נשמעין!

ביסטו ציפרידען פון וואס איך האב געזאגט לאז דיך הערען אדרבה, און אז נישט ביטע מאך נישט א פרישע פייער! זאג עס ערגעץ אנדיש אדער אין אישי.. יש"כ

שלמה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלמה המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר