טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

טעראריסטן האבן אויך א צלם אלוקים

שליחה דורך עדיאל »

די ישראלישע מעדיצינישע ארגאניזאציע האט ארויסגעגעבן נייע רעגולאציעס בשייכות די באהאנדלונגען פון טעראר פארוואונדעטע. די נייע רעגולאציעס לויטען אז דאס איינציגע קנה מדה וואס מעג באנוצט ווערן אין א באשלוס וועמען צו באהאנדלן מעדיציניש צום ערשט איז דאס הארבקייט פונעם וואונד. דאקטוירים און פאראמעדיקס טארן נישט נעמען אין באטראכט דאס שולדיגקייט פונעם פאציענט. דאס הייסט, א שווער פארוואונדעטע טעראריסט מוז באהאנדלט ווערן פריער פון א לייכטערע פארוואונדעטע קרבן.

אין די שבועה פון היפאקראטיס שטייט, "אין סיי וועלכע שטוב אין זאל נאר אריין, מיין באזוך זאל זיין לטובת דעם פאציענט... אפגעזען פון יעדן אקט פון פיינטשאפט. די שבועות הרמב"ם לויטעט, "תזכני להביט על כל סובל הבא לשאול בעצתי כעל אדם, בלי הבדל בין עשיר ועני, ידיד ושונא, איש טוב ורע; את האדם בצר לו – הראיני רק האדם. כאטש די שבועות הרמב"ם איז זיכער נישט געשריבן געווארן דורכן רמב"ם, איז די תפילה שוין צוויי הונדערט יאר אלט, און נישט עפעס משוגענע ליבארליזם פון לעצטענס.

הראני רק האדם! א דאקטאר איז נישט קיין פאליטיקער. א דאקטאר איז נישט קיין נאציאנאליסט. א דאקטאר איז נישט קיין שופט. א דאקטאר זעט נישט קיין פענער. א דאקטאר זעט נישט קיין קאלירן. א דאקטאר זעט א מענטש. בשר עור ורקמה. א מענטש, א צלם אלוקים. אפגעזען וואס האט אים געברענגט צום דאקטאר, אפגעזען פון זיינע מעשים, אז א מענשט בלוטיגט, באנדאזשירט אים דער דאקטאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עדיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר