ס'איז שווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

ס'איז שווער

שליחה דורך קלינג »

ס'איז שווער, רבונו של עולם. ס'איז שווער צו זיין - נישט קיין איד, אבער יא א חרדישער איד. זיין א איד איז גארנישט שווער. פארקערט, כ'האב עס ליב. ס'איז גוט צו זיין א איד. ס'איז געשמאק. אידישקייט גיט מיר סיפוק און ווייזט מיר דעם וועג אויף וואס איך דארף גיין דא אויף דער וועלט.

אידישקייט איז גוט. חרדיזם איז אבער שווער. עס מאכט שווער דאס לעבן און אויך אידישקייט, וואס איז פאר זיך געשמאק און שטעלט צו סיפוק, מאכט עס שווער.

ס'איז געווען א צייט ווען ס'איז אראפגעקומען אויף די וועלט דער בעש"ט און זיינע תלמידים, וואס האבן מחדש געווען "חסידות". חסידות איז געקומען מיטן ציל אריינצובלאזן חיות אין א אידישקייט וואס איז געווארן הארט און טרוקן. פשוט'ע אידן האבן פארלוירן דעם קאנטאקט מיט אידישקייט און מיטן באשעפער, און חסידות האט אויפגעשאקלט די זאך און אויפגעבלאזן דעם פלאם, וואס האט שטיל געצאנקט אין פארקלעמטע אידישע הערצער.

ביז ס'איז אנגעקומען דער מושג פון "חרדישע אידישקייט" און האט צוריק דערשטיקט דאס פייער וואס חסידות האט אנגעצינדן. חרדיזם האט אזא מין צעשטערישן כח אז אפילו די מיטלען וואס חסידות האט צוגעשטעלט כדי צו העלפן דעם מענטש אנטוויקלען א קשר מיטן באשעפער האט חרדיזם אויטאמאטיזירט און מעכאניזירט. זיך שאקלען ביים דאווענען, טאנצן און זינגען, מאכן א לחיים און אפילו לערנען חסידות גופא איז געווארן א פראצעדור וואס ווערט דורכגעפירט לויט פונקליכע כללים און טריט ביי טריט אינסטרוקציעס.

מען רופט אונז "חסידים" אבער אונזער אידישקייט און חסידישקייט איז א טויטע, אפגעלעבטע, אן קיין חיות, אן קיין טראפ תוכן. זאלן די אבות החסידות אויפשטיין פון קבר און כאפן א בליק וואספארא פנים די וועמענס שרענק זענען פול מיט זייערע ספרים טראגן. זיי וועלן קרעכצן מיט רחמנות און זיך אויסדרייען פארשעמטע און אוועקגיין.

חסידישע מלבושים טראגן מיר, אבער אינעווייניג געפינען זיך אייז-אפגעפרוירענע אידן , אין וועמענס גופים עס זיצן אפגעטויטע נשמות.

מענטשליכע גופים האבן מיר, אבער מיר פונקציאנירן ווי ראבאטן. מיר גייען אנגעטאן אין "חסידישע קליידער" און טראגן "חסידישע שיך". דאס, די קליידער, היטן און שיך, באצייכענען אונזער חסידישקייט. דאס איז דער יסוד. דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגט זיך עס.

זענען מיר "אויטאמאטישע אידן" און אפילו קיין מענטשן זענען מיר נישט קיין געהעריגע. אונזער לעבן קאסט אוצרות געלט און אונזערע מעגליכקייטן צו מאכן לייטיש געלט זענען נישט גרעסער ווי די דורכשניט, אויב נישט ווייניגער.

פארוואס זאלן מיר מוזן לעבן פון גניבה? יא, זיי אלע זאגן אונז: מוזט נישט. שפענד נישט אויף לוקסוס. לעב פשוט. אבער דו באשעפער ווייסט דאך יא, פונקט ווי זיי ווייסן, אז ס'איז נישט קיין לוקסוס ווייל קיינער פון אונז האט נישט באשלאסן צו לעבן אויף דעם אופן און אויף דעם סטאנדארט. מיר זענען דען משוגע? ווער זוכט זיך א לעבן פון קאפ וויי, פון ארומלויפן אן קיין קאפ, אן קיין טראפ כח, אן קיין השגה וויאזוי צו באצאלן פאר די בילס, שכר לימוד, מארטגעדזש / רענט?

מ'לעבט פאר די קינדער, אויפצושטעלן אידישע דורות. וואספארא פנים האט אבער אזא לעבן ווען מ'האט נישט קיין טראפ צייט צו די קינדער? קומט שוין יא שבת, איז מען אזוי מיד און אויסגעמוטשעט פון א גאנצע וואך, אז די אויגן קלעבן און דער קאפ איז נישט דארט.

וואס דארפן מיר טאן? לערנען קען מען נישט, קיין קאפ און אפילו צייט צו דאווענען איז נישטא, און די קינדער דרייען זיך ארום אן קיין געלעגנהייט צו האבן א נארמאלן פינף מינוטיגן שמועס מיטן טאטן. קיין עולם הזה האבן מיר אויך נישט, ווייל חרדיזם האט פון אונז צוגענומען ביידע, סיי אידישקייט און סיי עולם הזה. יעדע זאך וואס שמעקט מיט הנאה איז פסול למפרע. נישט נאר די הנאה זאך אליין, נאר יעדע זאך וואס זעט נאר אויס ענדליך צו יענץ איז אויך טריפה און פסול און אפגעפרעגט און ברענגט אונטער די דורות העתידים און די קינדער וועלן פליען פון די מוסדות אויב דו וועסט חלילה וחס מלהזכיר האבן עפעס א שייכות מיט די טומאה און זוהמה וואס האלט אין איין אונטערברענגען אידישע הייזער.

זענען מיר נישט קיין מענטשן, נישט קיין אידן, נישט קיין חסידים, נישט קיין עלטערן. אנשטאט זענען מיר טעמפ, מגושם, פארנומען נאכלויפן דעם דאלאר מיטן זעלבן אייפער ווי די אמאליגע חסידים און אפילו פשוט'ע אידן האבן געזוכט ג-טליכקייט און אידישקייט. מיר לעבן אין לוקסוס וואס מיר קענען זיך נישט ערלויבן און נארן אויס די גאנצע אויסגענארטע שטאט. אבער דאס יא: מיר זענען "באלעבאטיש"! מיר זענען באלעבאטישע אידן וואס טראגן טורעמדיגע שטריימלעך און "חסידישע" בעקיטשעס מיט די לעצטע מאדע דעזיין. מיר זענען חסידישע אידן וואס לערנען נועם אלימך און מאור ושמש מיט אזא יבשות און מעכאנישקייט ווי א כינעזער אין א שפילצייג פעקטארי.

דאס האט דער פסוק געמיינט? דאס האסטו געמיינט מיט אידישקייט?

מיר קענען נישט מחנך זיין אונזערע קינדער, אבער מיר האבן מוסדות וואס טוען מיט אונזערע גארנישט אויסער זיי נוצן פאר שטעקן אונז מחנך צו זיין. מיר צאלן פאר דעם שכר לימוד. אונזערע קינדער פאטשקענען אפ די בעסטע און וויכטיגסטע יארן מיט גארנישט. וואס קענען זיי נאכן ענדיגן די קינדערישע און בחורישע יארן? ניטאמאל חומש און גמרא קענען זיי געהעריג. וואס יא? אה! זיי ווייסן אז פאר יעדן ריר פלאקערט מען אין גיהנום און אויב מען איז וואויל גייט מען אין גן עדן, וואו מען לערנט תורה א גאנצן טאג און די חסידי אומות העולם, וואס זענען באפרייט פונעם גיהנום פארן העלפן אידן, שטעלן דארט צו טיי און קאווע.

ווי שטארק טראכט איר ווילן אונזערע קינדער אנקומען אין אזא גן עדן?

מיר זענען חסידישע אידן און האבן חסידישע רבי'ס, וואס זענען היינט סי אי אוס פון ריזיגע קאמפאניס מיט אסאך ריעל עסטעיט. חסידים זענען גוטע מאטעריאל צו בארייכערן די קאלירטע ביכלעך מלא וגדוש מיט צעבליצטע און צעבילדערטע מראות קודש בחצרות קדשינו.

נישט קיין אידן, נישט קיין מענטשן, נישט קיין חסידים, נישט קיין ליטאים, נישט די וועלט, נישט יענע וועלט, נישט די אייגענע וועלט, נישט קיין תורה, נישט קיין חכמה, נישט קיין געלט, נישט קיין ווייב, נישט קיין קינדער. אבער חסידישע אידן זענען מיר. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו. וואויל איז אונז אז מיר זענען בעסער ווי גוים און אפילו אנדערע אידן! די גאנצע וועלט קוקט ארויף אויף אונז און ווער עס קוקט נישט ארויף איז סתם א נארישער בהמה וואס האט במילא גארנישט פון זיין לעבן.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר