כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג יוני 12, 2018 1:34 am

אונטער חכם האט געשריבן:ליטוואק , הרב שך האט נישט איינגעטיילט וואס צו טוהן אין יעדן שטעטל אין אר"י? אדער אפשר האט ער געקענט גאנץ ארץ ישראל ביים נאמען?

אבער למעשה, אויב א רבי קען ליינען מחשבות דארף ער לכאורה וויסן וויאזוי מען הייסט אויך.

די מין טענה'ריי איז א לעצטיגע אנשיקעניש דא אין שטיבל. זכרנו ימים מקדם ווען די דיסקאשענס דא האבן געהאט מער סאבסטענס. @ליטוואק ברענגט ארויף א פראבלעם וואס עקזיסטירט אין בעלז, לעניות בעתו. פרעג אים נישט אפ מיט דעם אז רב שך האט געטון די זעלבע אומרעכט. טאמער איז עס א פראבלעם דארף עס פארדאמט ווערן נישט קיין נפק"מ וויפול מענטשן באגייען די פראבלעם, און טאמער האלטסטי אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, זיי מסביר פארוואס. נאך מער, ליטוואק איז נישט אחראי אויף די מעשים פון רב שך אפילו טאמער האלט ער אז ער איז געווען א גדול בישראל.

אין די "כינוס" אשכולות איז דאס אויך געשעהן זייער אפט. ווען איינער האט ארויפגעברענגט עפעס נעגעטיוו איז באלד געקומען אן ענטפער אז די אנדערע צד איז אויך באגאנגען די עוולה. קאם אן, חברה. לאמיר לייגן די אגענדעס אויף א זייט און זיך אויסשמועסן ווי נארמאלע מענטשן. ניצט די אייגענע שכל צו מבחין זיין בין טוב לרע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 12, 2018 1:41 am

איך האב געמיינט צו זאגן אז ער איז נישט גערעכט מען קען זיין א מנהיג אפילו מען קען נישט יעדן ביים נאמען און עס איז נישט קיין שום פראבלעם.
אונטער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 6:08 am

ביסט גערעכט. מ׳קען זיין א מנהיג אן קענען יעדעמ׳ס נאמען. דער חפץ חיים און ר׳ חיים עוזר האבען אויך נישט געקענט. אבער דא רעדט זיך נישט פון א מנהיג. טאמער דער בעלזער רבי וויל זאגען א דעה אין ענייני הנהגת הכלל, האט עס נישט מיט די נעמען און אומשטענדען פון יעדער יחיד. דא אבער, איז דער רבי זיין פערזענליכע פיהרער, ער דארף האבען יענער רבי זאל אנטוהן תפילין ביי זיין זוהנ׳ס ברמצוה און בענטשען דער השידוך וואס ער גייט טוהן און מאכען תקנות אויף זיין פערזענליכע לעבען. דאס האט מיט א רבי צו א תלמיד, נישט א מנהיג צו א ציבור.
איך מיין די חילוק איז אזוי פשוט אז מ׳וואלט געדארפט פארענטפערען דער צושטעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 6:08 am

ביסט גערעכט. מ׳קען זיין א מנהיג אן קענען יעדעמ׳ס נאמען. דער חפץ חיים און ר׳ חיים עוזר האבען אויך נישט געקענט. אבער דא רעדט זיך נישט פון א מנהיג. טאמער דער בעלזער רבי וויל זאגען א דעה אין ענייני הנהגת הכלל, האט עס נישט מיט די נעמען און אומשטענדען פון יעדער יחיד. דא אבער, איז דער רבי זיין פערזענליכע פיהרער, ער דארף האבען יענער רבי זאל אנטוהן תפילין ביי זיין זוהנ׳ס ברמצוה און בענטשען דער השידוך וואס ער גייט טוהן און מאכען תקנות אויף זיין פערזענליכע לעבען. דאס האט מיט א רבי צו א תלמיד, נישט א מנהיג צו א ציבור.
איך מיין די חילוק איז אזוי פשוט אז מ׳וואלט געדארפט פארענטפערען דער צושטעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 6:39 am

קוקט אויס ווי דא ליגט דיין טעות.
דו מיינסט אז די רב גייט אריין און אומשטענדן פון יעדן יחיד אן צו זיי קענען.
און דאס איז נישט אמת.
די רב פירט אויס א גאנג, תקנות פארן כלל (קביעות עיתים לתורה, נישט האבן קיין אינטערנעט, צניעות בלבוש וכדו')
אבער מישט זיך ממש נישט אריין אין קיין פרטיות'דיגע זאכן,
קומען לייגן תפילין אדער א ברכה פאר א שידוך, האט גארנישט מיט קענען די נאמען.
דאס טוהט ר' חיים קנייבסקי פאר ווער עס טרעט נאר אריבער זיין שוועל.


איך מיין אז עס פיהל מאל מער ערגער, ווען א רב'ה פאר טאזנטער חסידים, רעדט זיך איין אז טאמער קען ער די משפחה נאמען פון יעדער איינער ביי זיין שטעטל מעג ער זיך שוין אריינמישן בפרטיות.
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 8:54 am

זעט זיך אויס דו ווייסט נישט וואס יחיד מיינט. צניעות און אינטרנט זענען יא פריוואט, יעדער לויט זיין אומשטענדען. ווי אויך פרויען דרייווען און אסאך אנדערע זאכען.

בעלזא איז נישט ערגער ווי א צווייטע פארטיי. נאר זיי פארטיידיגען עס אין ק"ש. די עכטע סקווערער גלויבערס קומען דא נישט אן, געווענדליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 12, 2018 10:36 am

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, מען קען נישט מאכן קיין תקנות אין פריוואטן לעבן? האבן גדולי ישראל אין אלע דורות נישט געמאכט קיין תקנות אין פריוואטן לעבן?
אונטער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

הודעהדורך Avrom » דינסטאג יוני 12, 2018 11:11 am

מיין נאר רשעים מישן זיך וידוע מה שאמר ר יודעלע הורוביץ זי"ע
Avrom
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 29, 2018 12:54 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 11:20 am

אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, מען קען נישט מאכן קיין תקנות אין פריוואטן לעבן? האבן גדולי ישראל אין אלע דורות נישט געמאכט קיין תקנות אין פריוואטן לעבן?
ניין, מ׳מעג נישט. און גדולי ישראל אלע דורות האבען געמאכט תקנות פאר די כלל, עניינים וואס איז נוגע צווישען מענטשען, נישט די פרט פאר זיך.

איינער וואס וויל זיך אפלערנען וויאזוי צו דערגרייכען א מדרגה אין עבודת ה׳, און ער גייט לערנען ביי איינעם, האט עס א פשט אז יענער זאל איהם געבען אנווייזונגען לויט זיין אומשטענדען. דאס איז נישט תקנות, נאר עצות. וכך עשו גדולי החסידות אמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 2:21 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זעט זיך אויס דו ווייסט נישט וואס יחיד מיינט. צניעות און אינטרנט זענען יא פריוואט, יעדער לויט זיין אומשטענדען. ווי אויך פרויען דרייווען און אסאך אנדערע זאכען.

בעלזא איז נישט ערגער ווי א צווייטע פארטיי. נאר זיי פארטיידיגען עס אין ק"ש. די עכטע סקווערער גלויבערס קומען דא נישט אן, געווענדליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


זיי זענען טאקע נישט ערגער ווי קיין שום צווייטע פארטיי, כולל די ליטווישע וועלט.
אויב צניעות און אינטערנעט הייסט ביי דיר יחיד,
האבן די ליטווישע גדוילים אוועקגעשטעלט אסאך ערגערע תקנות אין די פריוואטע לעבן.
א שטייגער ווי די מאן זאל זיצן און לערנען און די ווייב זאל אריינברענגען פרנסה,
נישט לאזן גיין אין אקאדעמיע,
נישט לאזן פאר א בחור דרייוון א קאר,
און ווער רעדט נאך פון אינטערנעט וואס איז ביי זיי כאטש אזוי אסור ווי ביי אונז.

און אויב תקנות פאר ווער עס וויל אריינשיקן אין מוסד איז א אפגעפרעגט זאך,
פארוואס איז פארהאן אזעלכע תקנות ביי יעדע מוסד, כולל די ליטווישע וועלט?

פונקט ווי איינער מעג נישט אנעמען א קינד פון איינער וואס לערנט נישט, אדער גייט מיט א קאלירטע העמעד,
מעג א צווייטן נישט אנעמען דער וואס זיין מוטער דרייווט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מצפה לישועה אום דינסטאג יוני 12, 2018 2:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 2:26 pm

.
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 12, 2018 3:18 pm

איך ווייס נישט אין וועלכע מציאות איהר לעבט, אבער ווען איהר קומט צוריק, מאך זיכער צו בענטשען גומל.

א. עס איז נישט דא קיין תקנה אז מ׳דארף גייען אין כולל.

ב. מ׳האט געזאגט און מפרסם געווען אז אינטרנט איז אדער אסור, וואס איז נישט קיין תקנה נאר א פסק (אן אומריכטיגע לדעתי, אבער שוין). אדער האט מען געווארענט אז עס טויג נישט. ווי קומט תקנה דא אריין?

ג. מוסדות מעגען נישט מאכען קיין תקנות וואס זייער ציל איז טוישען די הנהגה פון א יחיד. אין לעיקוואד עגזיסטירט עס נישט, און טאמער אין א" איז עס יא, קומט עס פון שווענץ, נישט גדולי ישראל. אז דו ווילסט אנרופען דער בעלזער יורש א שוואנץ, זכותך.

ד. עס איז נישט דא קיין איין ׳תקנה׳ פון צניעות אין די ליטווישע וועלט. נישט קיין איינער. נאר וואס זיי האלטען להלכה. עס איז דא דרייקעפ און נארישע פרויען וואס פארפירען על דא ועל הא, אבער תקנות איז נישט דא. קיינער צווינגט נישט וואס מ׳האלט נישט להלכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דינסטאג יוני 12, 2018 3:35 pm

קודם כל די אינטערנט איז אראפ פון ליסט.

יעצט:
1. עס איז נישטא קיין אפענע תקנה מ'דארף גיין אין כולל,
אבער ווער עס גייט נישט אין כולל, אדער דינט ער נישט אין א תורה'דיגע פאסטן, נעמט מען נישט אן זיינע קינדער אין מוסדות,
און ער האט נישט וואס צו זוכן אין די ליטווישע געמיינדע.
און די ליטווישע גדולים שטיפן צו יעדע יונגערמאן זאל זיצן או לערנען אין נישט ארויס גיין ארבעטן.
דאס איז א צוגאנג צום יידישקייט וואס די חזו"א- הרב שך האבן אויסגעטרוירן, און עס האט גארנישט מיט הלכה.
מעגסט זוכן פאר דעם אויפפירונג א צווייטן נאמען פון תקנה.
אבער דאס איז קלאר זיך אריינמישן אין יענעמנס פריוואטן לעבן, אן צו קענען לערנען יעדע יחיד.

2. עס איז יא דא א תקנה אז מען טאר נישט גיין אין אקאדעמיע.

3. עס איז יא דא א תקנה אז א בחור מעג נישט דרייוון (און מ'רעדט נישט פון 16 יעריגע בחורים, מ'רעדט פון 18-22), מעג נישט פארן מיט א טרעמפ, אדער גיין וויקיישן נאר מיט בחורים אליין.

4. אין צניעות איז אפשר נישט דא קיין קלארע תקנות, ס'שטייט נישט אין קיין שום צעטל, אבער מ'נעמט ממש נישט אן יעדע זאך, ס'איז דא די מוסד פון ס'פאסט נישט, וואס דאס איז כאטש אזוי ערג ווי תקנות, און דארט איז ארייגערעכנט פיל אויפפירונגען וואס האט גארנישט מיט הלכה. (ווילסט איך זאל דיר פונקטליך אויסרעכענען וואס מיינע ליטווישע שכנים האבן זיך געטוישט כדי מ'זאל אריינעמען זייער קינדער אין מוסדות?, איינע פון די זאכן איז אז זיין וויב האט אויפגעהערט צו דרייוון ;) )
(און אגב, פרויען דריוון אלטן די חסידישע קרייזן אלץ הלכה)

5. טאמער ווילסטו ארויס נעמען די ליטווישע ישראל'ישע וועלט פון בילד, און זיי צוגלייכן מיט די נושא צו יעדע אנדערע חסידישע פארטיי,
דעמאלטס בלייבסטו אזוי קליין ווי יעדער איינער, וואס איז זיכער אז זיין פארטיי איז די בעסטע,
און אפשר גאר קלענער, ווייל דו האלטסט אז נאר דיין פארטיי איז גערעכט,
מה שאין כן אנדערע וואס קענען אנעמען אז ס'דא נאך גוטע פארטייען.
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט