באשרייבנדיג טאג טעגליכע מענטשן וועלכע זענען אנשי שם

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

באשרייבנדיג טאג טעגליכע מענטשן וועלכע זענען אנשי שם

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:10 am

צוערשט א שטיקל הקדמה:

דער געוויינליכער פלאץ וואס ווערט פארנומען אין אט דעם פארום טוט באשרייבן אויסגערופענע מנהיגים. אזוי ווי פירענדע רבנים ואדמורי"ם. אדער וועלט בארימטע גבירים בעלי צדקה. די מענטשן וואס מיר גייען דא בעז"ה באשרייבן בקיצור נמרץ, זענען געוויינליכע, טאג טעגליכע אידן. אזוי גערופענע פשוט'ע בעלי בתים, וועלכע געפונען זיך אין כמעט א יעדן ישוב , שטאט, אדער קבוצה פון כלל ישראל. אבער זיי הייבן זיך ארויס מיט זייער אויסגעצייכנטקייט אין געוויסע גוטע מידות. הויפטזעכליך אין מידת החסד. זיי זענען ריכטיג מקיים דעם פסוק וואו ס'שטייט ..."אשרי משכיל אל דל"...אז דער משכיל ווארט נישט ביז מ'וועט מאכן א גרויסארטיגן קאמפיין מיט א סאך פירסום. נאר ער זוכט ארויס צו העלפן נויטבאדערפטיגע מענטשן. און ער לייגט אריין זיין גאנצן קאפ וויאזוי ער קען העלפן אט די מענטשן וועלכע דארפן הילף...!

איך וועלל אנהייבן בעז"ה מיט באשרייבן איינס אדער 2 אזעלכע חשוב'ע אידן. ווער ס'ווייסט פון נאך אזעלכע און ענליכע בעלי בתים, ווערט געבעטן צו צו לייגן...!

והנה: ס'איז דא א יונגערמאן וועלכער וואוינט אין מאנסי. ער הייסט ר' גרשון מאסקאוויטש, הי"ו. (ער האט מיר געגעבן רשות ארויסצושרייבן זיין פולן נאמען).

דורכאויס דעם זומער און די ימים טובים ארבעט ער אין דעם בארימטן ..."ראללי"...האטעל. ער איז אין טשארדזש, ווי מ'זאגט, פון די ענטערטעינמענט. ס'הייסט ער איז פאראנטווארטליך פאר אלע שאוס און פארשטעלונגען וועלכע קומען פאר פאר די געסט (על טהרת הקודש). אבער אויסער זיינע עמטליכע פונקציעס גייט ער ארום און פרעגט זיך אייביג נאך און אינטרעסירט זיך מיט וואס ער קען צו העלפן פאר סיי וועמען. און אומר ועושה. ער ערלעדיגט אלעס על צד היותר טוב. בסבר פנים יפות.

נאר איך קען דעם יונגערמאן פון די שכונה/ישוב הנקרא דעוועלאפמענט. וואו איך גיי אפט באזוכן. דארט און אין די גאנצע אומגעגנט איז ער באקאנט מיט זיין מידת החסד. ווען ער ווייסט פון א פאל וואס א משפחה האט שוועריגקייטן צו צו גרייטן סעודות אויף שבת אדער יו"ט, שיקט ער צו די משפחות א פארטיגע סעודה. אלעס בדרך כבוד ובסבר פנים יפות. און אויב ווען ס'געפאלט אויס א פאר טעג יו"ט און די עקרת הבית פאררעכנט זיך מיט חלות אדער מיט אנדערע יו"ט'דיגע מאכלים, ווייסט מען אז מ'קען אריינקלאפן צו ר' גרשון. און מ'איז ב"ה א געהאלפענער. אויך אין ביהמ"ד איז ער בבחינת ..."שייף עייל, ושייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

אויך איז ער א געוואלדיגער מכניס אורח. ביי איהם איז נישטא אזא זאך ווי שבת אדער יו"ט אן האבן אן אורח צו די סעודות. דעם פארגאנגעם יו"ט פסח האט ער ..."אדאפטירט" א יונגערמאן פון די שכונה, וועלכער האטציך ליידער געמוטשעט אויף פרנסה און אלס ..."באנוס" האט ער צו באקומען דעם יונגערמאנ'ס בני משפחה. א ברודער און א שוועסטער. פאר גאנץ יו"ט. ס'הייסט ער האטציך געטיילט מיט אנ'אנדערן יונגערמאן. אויך א גרויסער בעל צדקה וחסד. וועם מיר וועללן אי"ה באשרייבן ביי א צווייטע געלעגנהייט. יענע משפחה זענען געווען זיינע אורחים אויף דעם גאנצן יו"ט פסח...!

איך ווילל נישט מער ארויסשרייבן מפני חשש גילוי. נאר איך בין זיכער אז ס'דרייען זיך ארום צווישן אונז נאך צענדליגער, און אפשר הונדערטער אזעלכע אידן וואס זייער גאנצע שאיפה איז צו העלפן א נויטבאדערפטיגן איד.

אשר על כן וויל איך בעטן די חשוב'ע ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל אז מ'זאלל זעהן צו צו לייגן צו די ליסט. א יישר כוח פאר אויסהערן מיינע ווערטער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:33 am

איך קען נאך א יונגערמאן (וואס ס'קומט גלייך ארויף אין זיכרון) וועלכער צייכנט זיך אויך אויס מיט זיין געוואלדיגע מידת החסד. ער הייסט ר' מ.מ.א. (זיין פולער נאמען איז אפגעהיטן אין די רעדאקציע. כלשון דער בלאט.). דער יונגערמאן וואוינט בשכינות פון א ביהמ"ד. און אויב פעלט עפעס אויס אין ביהמ"ד, למשל ביי שלוש סעודות, לויפט ער און ברענגט עס גלייך אריבער. (יא. ליידער, ער טראגט מיט'ן עירוב. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.). אדער ווען ער זעהט אן ארחי פרחי פרעגט ער איהם גלייך וואס ער קען איהם געבן. און ברענגט איהם תיכף אלעס פון זיין שטוב. אויך ווען ער ווייסט פון א איד וואס דארף חתונה מאכן א קינד. ואין הפרוטה מצויה. גייט ער בשתיקה און שטעלט צוזאם גרויסע סכומים פאר דעם איד דעם נצרך.

ס'איז אויך געווען א פאל פון א בחור'ל וועלכער איז געקומען פון א שווערע שטוב. און אלס רעזולטאט האט ער געהאט שוועריגקייטן זיך צו צו פאסן צו א מסגרת הישיבה. סיי ווייל מ'האט נישט געהאט קיין איבריגן חשק איהם אנצונעמען. און מצד עצמו אויך. איז געגאנגען דער יונגערמאן (ר' מ.מ.א , הי"ו), וועלכער שטאמט, דרך אגב פון א חשוב'ע רבנישע משפחה דאהי אין אמעריקע שוין עטליכע דורות. און ער האט איהם פארשאפט א ישיבה אין ארץ ישראל . און ער איז אליין אראפגעפארן צוזאמען מיט דעם בחור איהם מסדר צו זיין. היינט איז דער אמאליגער בחור'ל א וואוילער יונגערמאן וואס קען לערנען און גייט צו שיעורים א יעדן טאג...!

וואלט מען דאך געקענט מיינען אז דער יונגערמאן איז א גביר. אדער אן איידעם פון אן עושר. איז דער תירוץ, ניין. ער מוטשעט זיך אויף פרנסה...ואעפ"כ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 7:23 am

יוסיף ה' עליך אלף פעמים לייקס ככה פאר די אריגענעלע געדאנק פון די אשכול. שוין לאנג נישט געווען אזא אויף פרישענדיגע פאזיטיווע אשכול. די וועלט זאגט אז עובדות פון חסידים ואנשי מעשה איז פול גרעסער פון סיפורי צדיקים, אזא בחינה פון יפה שיחתן של עבדי אבות מתורתן של בנים.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 2382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2311 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:01 pm

וואלווי" צוערשט, תתחדש. לכבוד דיין טוישן דעם לאגא צו א וויזוי-הייסט-עס-נאר. איך בין אזוי שטארק צוריקגעשטאנען אין ענייני טעכנאלאגיע אז איך ווייס אפילו נישט וויאזוי דער איזעי הייסט. ניין. ס'איז נישט קיין באר קאוד. באר קאוד איז שוין פארצייטיש...!

או. קעי. גענוג מיט די שטותים. א יישר כח גדול פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק. איך האב מיך נאר דערמאנט פון דעם יונגערמאן ר' גרשון הי"ו ווייל איך בין דעם פארגאנגענעם חול המועד געגאנגען באזוכן א קרוב וועלכער איז איינגעשטאנען אין יענעם האטעל. האביך געהאט א געלעגנהייט צו זעהן ר' ג. מ. ביי די ..."ארבעט"... אויפ'ן וועג צוריק האביך געהאט א באגעגעניש מיט'ן רבי ר' הערש, זצ"ל.גלייך ביים ארויסגאנג פונ'ם האטעל האט דער הערש אריינגעקראכט אין מיין קאר. נאר בחסדי השי"ת איז גארנישט געשעהן פאר קיינעם. און איך האב געקענט אוועקפארן פון די סצענע. אבער מיין קאר (א 2016 ניסן ראוג) איז שטארק געשעדיגט געווארן. די גאנצע רעכטע זייט און די צוויי פעסענדזשער זייט טירן זענען ערנסט געדעמעדזשט געווארן. און ס'האט געהאנגען שטיקער פון די קאר. איך האב שבת חוה"מ געבענטשט גומל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך בן ישי » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 9:55 pm

יישר כח פאר דעם אייגענארטיגן אשכול.
קיפ איט אפ!
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:13 pm

איך קען א אידוואס וואלט זיך פארדינט א תגובה - א לאנגס און א ברייטס - אין דעם דאזיגען אשכול
זיין לעצטע נאמען קען איך נישט, אבער איך וועל אייך געבען א רמז פאר זיין ערשטע נאמען
ס'הייסט זיך מיט די זעלבע אות ווי די תורה הייבט זיך אן און ס'ענדיגט זיך אויכעט מיט די זעלבע אות ווי די תורה ענדיגט זיך...!
:twisted:
בא ליטאי לפני ר' יואל מסאטמאר ואמר לו: רבי לימדני דרך הבעש"ט על רגל אחת. דחפו בויואל משה ואמר לו: נשתכח.
בא לפני ר' מענדל מויזניץ ואמר לו לימדני דרך הבעש"ט. אמר לו: דהיינו שוואנצאנות, ואידך פירושא זיל גמור.
גדליה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 11:03 am

גדליה:ייש"כ. מסתמא הייסט ער ר' בנימין אדער ר' בערל, לעבאוויטש אדער לעפקאוויטש. און אויב די ראשי תיבות פון זיין נאמען זענען די זעלבע וואס די תורה, האט ער א גאלדן הארץ. לב.. און ער פארדינט זיכער א חשוב פלאץ אין דעם אשכול...!

אבער, ביטע געב א ביסל מער פרטים און פארצייל פאר'ן עולם א ביסל איבער זיינע מעשים טובים היוצאים מן הכלל...! און דערמיט בארייכערן דעם תוכן פון דעם אשכול... ווייל דער סוף פסוק איז אייביג..."ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ"... !
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 11:22 am

ס'דא גאר א פרומער חשוב'ער אינגערמאן ממש פון די בני עליה וואס לויפט ארום שפעט ביינאכט און פרי פארטאגס אין חתונה זאלן און אויך אין רעסטאראנטס וואו דער עולם הענגט ארום, מלאכט פון/מיט אים אבער יעדער ווארפט אים אריין. איך הער ער שטעלט צאם ריזיגע סכומים פאר נצרכים אויב איך געדענק גוט הייבט זיך זיין משפחה נאמען אן מיט צוויי ואו'ס ''וו''
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2034
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1848 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1783 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 11:30 am

ליפא האט געשריבן:ס'דא גאר א פרומער חשוב'ער אינגערמאן ממש פון די בני עליה וואס לויפט ארום שפעט ביינאכט און פרי פארטאגס אין חתונה זאלן און אויך אין רעסטאראנטס וואו דער עולם הענגט ארום, מלאכט פון/מיט אים אבער יעדער ווארפט אים אריין. איך הער ער שטעלט צאם ריזיגע סכומים פאר נצרכים אויב איך געדענק גוט הייבט זיך זיין משפחה נאמען אן מיט צוויי ואו'ס ''וו''

חיים יצחק ווידער

זיין טאטע וואוינט אין לאנדאן.
ער איז אן איידעם ביי ליפשיץ אין ב"פ

ער איז טאקע א צדיק פון א יונגערמאן
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 334
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 420 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 1:32 pm

יעצט דערמאנט. נאך איין קאנדידאט וועלכער איז זיכער ראוי אריינצוגיין אין די קאטעגאריע פון באלעבאטישע אידן וועלכע זענען אנשי שם: אין די שטאט בארא פארק איז דא א איד. ער הייסט ר' ל.ב. (ר"ת ל"ב) למשפחת ר'. דער איד איז א שטיקל גביר. נאר זיין נאמען ערשיינט נישט אין אלע פלאקאטן בראש כל עץ רענן. אלס דער נדבן הדגול והידוע. ער געט שטילערהייט א סאך צדקה. און טוט גמילות חסדים בסבר פנים יפות. אן רעש און פרסום. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...!

איין אינטרעסאנטן עפיזאד וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן. (מעגליך אז איך האב עס שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל. נאר נישט אין דעם אשכול.)..!

והנה: אונזער בעל הסיפור האט אין א געוויסע תקופה געהאט אן ארבייטער. א יונגערמאן וואס איז אקארשט געקומען פון ארץ ישראל. און דער יונגערמאן האט געדארפט מאכן א בר מצוה פאר זיין זוהן. דאס אז דער בעה"ב האט אויסגעצאלט די גאנצע בר מצוה פאר דעם יונגערמאן איז א פשיטא. ר'האט איהם אויך פארבארגט א ..."ווידיא קעמערע"...רח"ל. אז ער זאלל קענען אפכאפן די גאנצע בר מצוה שמחה לזכרון...!

איך בין פונקט אנוועזנד געווען אין זאל ווען כ'האב אויפגעכאפט א שמועס צווישן דעם בעל שמחה מיט'ן קעיטערער. דער בעל שמחה האט עפעס פארלאנגט פונ'ם קעיטערער. (כ'ווייס נישט וואס). האט איהם דער קעיטערער געזאגט. היות אז דער מר. ר'. באצאלט פאר די שמחה. און וואס דו פארלאנסט פון מיר וועט קאסטן עקסטער. מוזסטו איהם גיין פרעגן אויב ער ערלויבט עס. איז ער געגאנגען (בושה ?) פרעגן דעם ר' ל"ב אויב ער איז מסכים. א שאד אז מ'קען נישט ברענגען א פיקטשער מיט וואספארא שמחה ר' ל"ב האט מסכים געווען...ער האט געזאגט..."יא. זיכער"...מיט אזא שמחה וואס מ'קען עס נישט אראפשרייבן...! וה' ישלם שכרו...האביך דאמאלס געזעהן וואס ס'הייסט טון א מצוה בשלימות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט