משה מענדלסאהן (רמ"ד)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:55 am

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. נאר איך נעם טיילווייז יא אן און טיילווייז נישט דיינע באהויפטונגען פון פאקטן...!

איבער די גערעכטיגקייט פון די מיטלען וואס די תלמידים/חסידים פון סאטמאר'ע רעבי'ן האבן אנגענומען וועלל איך מיך יעצט נישט מתוכח זיין. ווייל דארט זענען מיר מיט זייער א סאך זאכן אויף איין פעידזש. אבער דאס איז כולי עלמא מודי אז וואס דער סאטמאער'ע רב האט געטון. צי יא גערעכט. אדער נישט. האט ער דאס נישט געטון מיט'ן ציהל צו מאכן געלט. אדער אריינהייבן כבוד. ווייל די בזיונות אין די אמעריקאנער גאס אויפ'ן סאטמאר'ע רב און זיין קהילה זענען געווען זייער גרויס...! אויך. די סאטמאר'ע קהילה אלס קהילה איז א רייכע קהילה. אבער דער סאטמאר'ע רב פערזענליך האט נישט איבערגעלאזט קיין שום פארמעגן פון ריעל עסטעיט אדער געלט...! דאס זענען פאקטן. ואין להתוכח על זה...!

מצב נומער2... אז ער האט אויפגעבויעט זיין קהילה פון גארנישט. דאס איז אויך א פאקט. ווייל ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע. און ער איז איינגעשטאנען ביי החסיד ר' פליישמאן, ז"ל. האט ער נישט געהאט קיין מנין. א איד א באקאנטער האט פארציילט פאר מיין טאטע. אז אין אנהייב ווען דער סאטמאר'ע רב איז געקומען קיין אמעריקע. איז געווען א סאך מאל וואס מ'האט איהם אריינגערופן משלים צו זיין מנין. ספעציעל ביי של"ס. ווייל דער עולם דאהי (אפילו די שומרי שבת) האט נישט געהאלטן דעם זמן פון ר"ת. און דער איד איז נאך דאמאלס געווען א בחור...! אמת..." דער איד"... האט א סאך צוגעהאלפן צו פארשפרייטן די שיטה פון סאטמאר. ער האט אויך געפיטערט דעם עולם מיט פאלשע פראפאגאנדע און א סאך ליגנט. ס'איז נאך דאמאלס, ליידער נישט געווען קיין אינטערנעט. און מ'האט געקענט איינרעדן פאר'ן עולם הוריות מיט בוריות...(מיין שוויגער'ס א ווארט.)...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:24 am

איך בין אויך א לש"ש איד וואס ליידט בזיונות פאר׳ן אמת. ווייל איך קום דאך אין ק"ש און מ׳ווארפט חצים און בליסטראות, זאגאר גאנצע אשכולות געעפענט, מיר אוו מיינס אראפ צו רייסן.

בקיצור, דון מינה ואוקי באתרה. די אמעריקאנער גאס איז דא נישט וויכטיג, דער הייליגע טיב לבב זי"ע האט געבויט זיין אפאראט אויף די אופן פון קנאות, פונקט ווי יעדער בויער. און עס איז אים געלונגן. וואס דען זאל ער טון? ווערן א ראביי? א שוסטער? דאס וואלט טאקע געווען ׳בדם לבבו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:43 am

דרייטס נישט קיין קאפ. נאכ'ן זיך צוקריגן מיט'ן בעלזער רב, איז דער רבי געווען אינגאנצן צובראכן, ס'הייסט אז ער האט געהאלטן ביים אויפגעבען די גאנצע מערכה. נאך די נשא תורה און איסור אויפ'ן כותל, האט דער עולם זיך פארשטעקט פאר בושות. דער רבי האט געהאט גענוג זאכן אויף וואס צו בויען א פארטיי, ביי-האר, סיעמס, רעדן אידיש, רבינו תם, צדקה, קדושה, לייקענען חסידישע מעשיות, נשתכח תורת הבעש"ט. ווען דער רבי וואלט געוואלט בויען א פארטיי דורך קנאות, וואלט ער זיך געקענט צאמשטעלן מיט די נטורי קרתא, כאטש נישט רעדן קעגן זיי.

ר' בערל: ביזט גערעכט אז ממש אין אנפאנג האט דער רבי קוים געהאט מנין, אבער מיט די צייט איז דער אלטער עולם צוריקגעקומען. אין תשכ"א האט סאטמאר זיך געציילט ביי 4,500 נפשות, ארום האלב פון זיי זענען געווען חסידים נאך פון סאטמאר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2675
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:13 am

נעוואדע איז ער געווען צובראכן, ווייל ער האט געמיינט אז עס וועט אים געלונגן און דער צד וועט זיגען, ווייל אלס איז נאר יד המשמשים באמצע. ווען ער האט געזען אז זיין גאנצע טעזע איז הבל הבלים, און נישט משמשים זענען די נידון נאר די מנהיגים זעלבסט, האט מען שנעל געמוזט צולייגען נאך פרקים און נפתולים צום טעזע.
אבער חיים ליעבערמאן׳ס בוך האט אים נישט געשטערט קיין כי הוא זה. די חצים און בליסטראות זענן נישט געקומן פון בעלזא אין א"י, נאר פון אמעריקאנער אידען אין אמעריקא. און דאס איז נישט געווען קיין מסירות נפש מצדו.

און די לייכטסטע וועג צו בויען א ביזנעס איז מיט קנאות אין א"י. בייהאר דארף מען אפשערן, ציונות דארף מען גארנישט טון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:00 pm

די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?

זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.

דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:41 pm

@זוכער.

איך פראביר צו פארשטיין דיין תגובה.

אויב איז גארנישט געבליבן פון די טשערנאביל גזע פון ווי האט דער סקווערער פארשאפט אזויפיל חסידים? ער האט רעקרוטירט גרים? (די מושג האט נאך נישט עקזעסטירט פאר די העלבראנץ עפאכע).

די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט? און דו גיבסט קרעדיט פארן סקווערער ווייל זיי זענען נישט געגאנגען צו אים, נאר צו סאטמערער? (ס'איז סייווי א נארישע שמועס, אבער לאמיר פארשטיין די שיחת חולין דא...)

ציונות איז דאן געווען גאר פאפולער, און די וועלט איז געווען פיל גרעסער ווי די פאר חוץ לארץ'דיגע התאחדות מעמבערס וואס זענען מיטגעשטאנען מיט אים, די אידישע און חסידישע וועלט איז געווען קעגן אים.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:12 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:@זוכער.

איך פראביר צו פארשטיין דיין תגובה.

אויב איז גארנישט געבליבן פון די טשערנאביל גזע פון ווי האט דער סקווערער פארשאפט אזויפיל חסידים? ער האט רעקרוטירט גרים? (די מושג האט נאך נישט עקזעסטירט פאר די העלבראנץ עפאכע).

פון טשערנאבילער חסידות'ן זענען כמעט אלע אומגעקומען. סקווירא'ער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע איינער אליין - און האט געמאכט א בית המדרש, און האט צוגעצויגן אלערליי חסידישע אידן און דערנאך געמאכט א שטעטל און געצויגן מענטשן וועלכע זענען דערנאך געווארן סקווירא'ער חסידים.

די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט? און דו גיבסט קרעדיט פארן סקווערער ווייל זיי זענען נישט געגאנגען צו אים, נאר צו סאטמערער? (ס'איז סייווי א נארישע שמועס, אבער לאמיר פארשטיין די שיחת חולין דא...)


סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע און האט שוין געהאט אסאך מעריצים און אפילו חסידים וועלכע האבן אים אפגעווארט מיט א רויטן טעפיך בתופים ומחולות. און דאס אז ער האט גענומען חסידים פון קלויזנובערג, מונקאטש און בעלזא איז אויך נישט קיין גרויסער קונץ, ווייל די אלע דריי האבן גענומען פון זעלבן טייג, אונגארישע אידן, און פאר א מונקאטשער איד פון דער היים וועלכער איז געבליבן דא אן א רבי, פארוואס זאל ער נישט גיין קיין סאקמיר. פון קלויזנבורג און בעלזא האט אויך אביסל גענאשט אדער פיל ווייניגער.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:30 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט?

איך ווייס נישט וועגן בעלזער וואס האבן אפגעלאזט בעלזא לטובת סאטמאר, אבער לגבי די מונקאטשע און קלויזנבורגע קומט זיך קרעדיט פאר זייערע רביס. וד"ל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2675
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 1:53 pm

ציטירט פון אליעזר צווייפל׳ס שלום על ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
45F602FE-59A6-4F1E-96A3-65CDD3A2E413.jpeg
שלום על ישראל - אליעזר צווייפל
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט