אליעזר בן יהודה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:38 am

אישתישבי האט געשריבן:לויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.

און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.

אישתישבי: אויב מ'ווילל זוכן קענמען טרעפן א סאך ווערטער און אויסדרוקן וועלכע זענען (לפי שיטת רביה"ק זי"ע, דער עכטער) כפירה. אויב זיי זענען במזיד ובכונה אריינגעלייגט געווארן.

נעם למשל דאס ווארט ..."כביכול"... אויף עברית מיינט עס פונקט דאס פארקערטע וואס דער באגריף ביי אונז איז... אין מאדערן עברית מיינט עס א זאך וואס איז א פאנטאזיע. א זאך וואס עקזיסטירט נישט...! אדער ..."חשמל"... וואס איז ר"ת חיות אש ממללות...!

מיין שאלה איז נאר אויב די אלע ווערטער זענען בכוונה תחילה אריינגעלייגט. אדער איז עס א צופאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

Re: אליעזר בן יהודה

הודעהדורך תוהו ובוהו » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:48 am

כביכול אין עברית האט בערך די זעלבע אפטייטש ווי אונזער היימישע כביכול, נעמליך; א זאך וואס האט היפאטעטיש פאסירט
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 243
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:53 am

תוהו ובוהו: ניקס ריכטיג. ביטע ליין די (פרייע) איזראעלישע צייטונגען ווי מעריב און ידיעות אחרונות. וועסטו זעהן אז דער קאנטעקסט פון נוצן דעם אויסדרוק איז אזוי ווי איך האב געזאגט...!

זיכער. אין די חרדישע זשורנאלן ווי המודיע, און משפחה וועסטו דאס נישט טרעפן. ווייל די עדיטארס און פאבלישערס זענען ערליכע אידן. אבער ביי די נישט רעליגיעזע איזראעליס איז דאס א גאנגבארער אויסדרוק...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 8:52 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 6:25 am

יעדעס מאל אין עלים לתרופה ווען זיי נוצען כביכול פאר דער עברית'שע אויסדרוק, קראַצט עס מיר די אויגן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 8:55 am

אישתישבי: ווייל דאס באלאנגט נישט אין די אידישע קולטור. דאס איז---בידיעה או שלא בידיעה---נאכגעטאנצן די קולטור פון די חילונים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט