זוכער האט געשריבן:די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?
זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.
דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.
זוכער: (אויב דו לעבסט נאך). דו געסט אזא ווארף ארויס א ברייטן סטעיטמענט אז סאטמאר'ע רב האט געבויעט זיין חסידות פון פרעמדע חסידות'ער.
איך קען דיר זאגן אויף א יעדע גרופ וואס זענען אוועקגעגאנגען פון זייער אריגינאל חסידות. אויסער בעלזא. ווייל דארט ווייס איך נישט ווי ווייט די בעלזא'ער חסידים אין אמעריקע זענען אריבער קיין סאטמאר. און אויב יא. וואס איז געווען די סיבה. דער סאטמאר'ע רב איז זיכער נישט ארייגעגאנגען אין בעלזער שטיבל און ארויסגעשלעפט מענטשן פון דארט. נאר אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט האט געמוזט זיין עפעס א דראמאטישע סיבה וואס האט געמאכט די חסידים אוועקגיין פון זייער אריגינאלן חסידות.
לאמיר אנהייבן מיט מונקאטש. דארט איז געווען דער מצב. אז די אלטע מונקאטשער חסידים האבםן נישט געהאט קיין מנהיג. יא גערעכט אדער נישט. זיי האבן נישט געהאלטן ר' ברוכ'ל פאר זייער רבי. און דער היינטיגער מונקאטשער רב איז נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער עכ"פ נישט אין א פאזיציע צו זיין גרייט איבערצונעמען די הנהגה.
לגבי קלויזנבורג. ווייס איך. יא מק'ען אסאך זאכן בלעימען אויף סאטמאר. אבער דער פאקט וואס ארום 80% פון די אריגינאלע מתפללים האבן איבערגעלאזט זייער שול און אריבער צו סאטמאר. אויף דעים איז סאטמאר אפילו א האלבן פראצענט נישט שולדיג. דער הייליגער קלויזנבורגער רב זצוק"ל במחכת"ה איז זיך אליינס שולדיג געווען דערין. צי מכח די פיל ליידן און צרות וואס ער איז אריבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. אדער איז דאס בכלל געווען זיין נאטור. אבער ער האט אויפגענומען דעם עולם אייביג מיט א זויערע מינע. און ווען מ'האט איהם געזאגט א גוט שבת, האט ער א סאך מאל גארנישט געענטפערט. און ווען יא איז דאס געווען בשפה רפה. און כאילו מיט א בייזקייט. לעומת זה. דער סאטמאר'ע רב איז געשטאנען אויסגעדרייט צום עולם. און ער האט א יעדן באגריסט מיט א פרייליכן גוט שבת מיט א שמייכל און א ברייטן שלום עליכם.
ווען דו האסט 2 בתי מדרש'ים. ביי איינס נעמט דער רב דיך אויף מיט א זויערע מינע. און ביי די צווייטע באגריסט דיך דער רב זייער ווארים און מיט א שמייכל. ביי וועלכן ביהמ"ד וואלסטו ענדערש געגאנגען דאוונען...?!