הרה”צ ר’ אשר פריינד זצ”ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1589 מאל

הרה”צ ר’ אשר פריינד זצ”ל

שליחה דורך מתבודד »

היינט, י’’א תשרי פאלט אויס די יארצייט פון דעם לעגענדארן ”ר’ אשר” פריינד, מיקירי קרתא אין ירושלים פאר ארום 30 יאר צוריק.
ר’ אשר איז געווען א אומאפציעלע רבי וואס פלעגט אריינבאקן אין זיינע מענטשן די מידת האמת אויף זיך און אויף די וועלט, ארויסצורייסן די פאלשקייט פון זיך געפעלן פאר די וועלט און טון כמו מצוות וואס זענען געשמאק פארן מענטש אבער האבן גארנישט מיטן רצון ה’, ווי אויך פלעגט ער פארלאנגן פון זיינע מענטשן א פערזענליכע און ארגינעלע ריינע קשר מיט'ן רבוש”ע, התבודדות איז געווען פון זיינע שטארקע יסודות, און ער פלעגט שטענדיג מסביר זיין פאר זיינע מענטשן אז יעדע זאך וואס געשעט צום מענטש איז א גראדע ’מעסעזש’ פונעם באשעפער צו אים.

ר’ אשר האט מייסד געווען א ארגעניזאציע, יד עזרה, צו שפייזן ארימע ירושלימ’ע פאמיליעס.

עטליכע מעשיות וואס כ’האב געהערט אויף אים, הגם קיינמאל קאנפירמד אבער עכ’’פ אויף הגר”ח קניבסקי פארציילט מען עס נישט...

געווען א חתן א מקורב ביי ר’ אשר וואס האט אים דערציילט פון זיינע פראווערייען וואס ער פלאנט צו טון ביום חופתו, דאווענען וותיקון ביים כותל, אויסזאגן תהלים ביי קבר רחל דאן מנחה ביים מערת המכפלה.... ר’ אשר האט דעם חתן גערופן ביום החופה פארטאגס און זיך אריינגעזעצט מיט אים אין קאר זאגנדיג אז ער האט פאר אים די ריכטיגע עבודה צו טון אין אזא גרויסן טאג, צוזאמען זענען זיי געפארן צו זיין ארגעניזאציע און אים אראפגעזעצט ביי א גרויסן בארג קארטאפל ער זאל אפשיילן פאר אידן צו עסן...

נאך דערציילט מען אז ער איז אמאל געזעצן ביי א מסיבה אויבן אן נעבן א אנגעזעענע רב, ווען אינמיטן זאגט ער יענעם שטילערהייט טו זיך אויס די הויזן, יענער קוקט אים אן ווי אראפגעפאלן פון די לבנה.. און ר’ אשר פאנגט אן אריינפארן אין אים, ווער מיינסטו די ביסט, מיינסט איינער קוקט דיר בכלל אן? נאך אפאר יאר ליגסטו אין קבר און קיינער געדענקט נישט פון דיך, קוק וואס דיין פארשטינקענע כבוד לאזט דיר נישט טון, אלעס ווייל די מיינסט ביסט א יש... אזוי פארט ער אים אריין אין זיבעטן ריפ, ביז דער יעניגער האט זיך געבראכן און אנגעפאנגן אויפמאכן די פאסיק רופט זיך ר’ אשר אן צו אים, קוק וואסערע שוואכע מענטש די ביסט, וועגן עפעס אן אפגעריסענער אשר פריינד מאכט דיך א מינוט שפירן אומבאקוועם גייסטו אויסטון דיין הויזן ברבים?!... (מער אילוסטראציע ווי מעשה...)

אמאל איז תלמיד געקומען פון בני ברק אים פרעגן עפעס א פשט אין א שווערן שטיקל זוהר, האט ר’ אשר אים אנגעפאנגן אויסרעכענען זיינע מחשבות זרות וואס ער האט אלס געהאט אויפן וועג, קודם זיי יענס מסדר נאכדעם וועט מען רעדן פונעם זוהר...

א תלמיד האט פארציילט אז ער איז געווען אמאל מיט ר’ אשר אין מירון, ר’ אשר האט דעמאלס געהאט מיט זיך א רענצל מיט זשולערי ווערט פון דרייסיג טויזנט לירות וואס ער פלעגט אזוי טון בארגן 30000 לי’ און קויפן מיט דעם תכשיטים אין כל מיני אראבישע דערפלעך ווי ס’האט געקאסט ביליגער און דאן עס פארקויפן דורכ’ן יאר אין ירושלים און פון דעם געצויגן זיין חיונה, האט ער דארט און מירון געבעטן דעם תלמיד היות ער וויל גיין זיך מתבודד זיין אין די הרי מירון זאל יענער אפהיטן די רענצל פאר אים. די תלמיד האט געמאכט דעם חשבון אז די רבי איז זיך מתבודד דארף איך אויך, היות ער דארף אבער היטן דעם רענצל איז ער זיך געבליבן מתבודד זיין על אתר, איז געווען א גנב וואס האט געווארט דער זאל זיך פארטיפן אין זיין התבודדות און דאן געמאכט פליטה מיט’ן רענצל...
ר’ אשר איז צוריקגעקומען און ס’נתגלה געווארן אז פון זיין (געבארגטע) פארמעגן איז גארנישט דא.. נאכן זוכן אהין אהער, און איינזען אז ס’איז א לאסט קעיס האט ר’ אשר ווי כאילו פארגעסן פון די גאנצע מעשה, נישט גערעדט קיין ווארט צו דעם תלמיד און עס קיינמאל נישט דערמאנט אפילו ברמיזה!

כמה גדולי ירושלים כהיום האלטן זיך פאר זיינע תלמידים אדער סעמי-תלמידים, ביניהם אדמו”ר מפאריסוב, אדמו”ר מספינקא- דונלו, רי”מ ערלאנגער ועוד..

יעדן ר”ה קומט פאר א גרויסן קיבוץ פון זיינע תלמידים אין מירון, אבער איך ווייס נישט פון א אפציעלע ממשיך דרכו אדער ביהמ”ד על שמו, ס’איז מער זיין לעגעסי וואס גייט ווייטער אן...

יהא זכרו ברוך וזכותו תגן עלינו.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר