חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
בנוגע דעם קאצקער. פראפעסאר העשל לייקנט די גאנצע מעשה מיט די לייכטער, ער טענה'ט אז אפילו ווען דער קאצקער זאל ווען טאקע ווערן א כופר הכל, וואלט ער נאך געמעגט האבן אזויפיל שכל. ער טענה'ט אז די סגירה איז פשוט געקומען פון ייאוש, ער האט כמה פעמים געלאזט פאלן אזעלכע ווערטער. אין די תקופה פאר'ן סגירה האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט בערך אזוי, כ'האב געמיינט אז איך וועל קענען מאכן פון ענק לייט, למעשה זעה איך אז ענק האלטן נישט ביי גארנישט. אין אנפאנג פון די ימי הסגירה, ווען ס'נאך געווען מיט וועמען צו רעדן, האט מען איהם אמאל געבעטן ארויסצוקומען פראווען דעם סדר. ווען ס'געקומען צום מרור, און דער עולם האט זיך געשטופט כאפן שיריים, האט ער זיך צובייזערט און אויסגעשריגן "מרור פרעסערס", און דער עולם איז זיך צולאפן. נאך ברענגט ער, אז ווען דער קאצקער איז צום ערשטן מאל געקומען צום רבין פון לובלין, האט איהם די רבי געזאגט אז זיין דרך פירט צו מרה שחורה... איך מיין אז די בילד קומט ארויס גאנץ קלאר.
בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.
בנוגע דעם ליעווער. קען זיין אז היינט איז אביסל אנדערש ווייל ס'מער אן אפענע וועלט, אבער ביי די רוז'ינע חברה איז ער אלץ געווען פארהייליגט. דער ריבניצער איז אמאל געווען ביי א ברית, און איינער דארט האט גערעדט מיט א זלזול אויפן ליעווער. האט זיך דער ריבניצער אנגערופן בתוך דבריו, "ביי אונז איז ער נאך אזוי גרויס ווי ביי ענק שיניעווע רב".

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ריבה"ק זי"ע: איך וועל נישט קאמענטירן אויף דיין גאנצע תגובה. אבער איין זאך קען איך דיר גאראנטירן אז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע דער עכטער. האט נישט געליינט קיין ספרים חיצונים. אפילו נישט קיין צייטונגען. אויסער דעם המודיע. אפילו נישט אין בית הכסא. וואו ער איז אפגעזיצן שעות ארוכות משום גוף נקי. הכנה לתפילה...!
און דאס וואס דער ריבניצער רבי האט נישט געוואלט הערן א נעגאטיווע מיינונג איבער דעם ליעווער. ווייל ער איז געווען א נאנטער חבר אדער תלמיד פון דעם שטעפאנעשטער. און ער איז געווען פון די רוזשינער גזע...!
און דאס וואס דער ריבניצער רבי האט נישט געוואלט הערן א נעגאטיווע מיינונג איבער דעם ליעווער. ווייל ער איז געווען א נאנטער חבר אדער תלמיד פון דעם שטעפאנעשטער. און ער איז געווען פון די רוזשינער גזע...!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.
כאב מורא דו האסט צופיל אויטאנאמיע געוואטשט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יידל האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
ס'איז אינטערעסאנט צוצושטעלן די שיטה פונעם ספר חזון עזרא איבער די ספרים החיצוניים, וז"ל: "ויכתבו בארבעים היום ספרים תשעים וארבעה. ויהי ככלות ארבעים היום וידבר אלי עליון לאמר את ארבעה ועשרים הספרים אשר כתבת בראשונה תגלה וקראו בהם כטובים כאשר לא טובים. ושבעים האחרונים שמורים יהיו אתך למסור אותם לחכמי עמך. כי בהם מקור הבינה ומעין החכמה ונהר הדעת ואעש כן." און ווי אברהם כהנא שרייבט אין די הערות: "מגיד בשבחם של הספרים החיצונים, כי לחכמים יש בהם מקור הבינה ומעין החכמה יותר מספרי התנ"ך...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
לפי די טיטעל פון דעם אשכול איז אינטערסאנט אפשר מוסיף צו זיין די גרויסער מלבי"ם וועלכע האט אין זיינע יונגע יארן מקבל געווען פון הרה''ק ר' הערש מזידוטשוב זי''ע אבער איז נישט באקאנט געווען שפעטער אלץ איינער וואס האט שייכות מיטן דרך החסידות.
און וואס איז טאקע פשט, מגייט צו א חסידישן רבי לערנען קבלה און סבלייבט ביי דעם , אנדעם וואס מזאל אויך איינזאפן חסידות?! אביסעל שווער צו פארשטיין.
איך רעד נאר אויבן אויף.
און וואס איז טאקע פשט, מגייט צו א חסידישן רבי לערנען קבלה און סבלייבט ביי דעם , אנדעם וואס מזאל אויך איינזאפן חסידות?! אביסעל שווער צו פארשטיין.
איך רעד נאר אויבן אויף.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
בנוגע די שנים סגורות פונעם קאצקער:
אינעם לבלר אויסגאבע איז געווען אמאל א שמועס מיט הרב אברהם פרישמאן, דער מחבר פונעם ספר ממעונות האריות, וואו ער באציט זיך שטארק איבער דער גאנצער טעמע פון די אזוי באקאנטע צוואנציג איינגעשפארטע יארן פונעם קאצקער.
ער ברענגט דארט פון א גוי'אישן פארשער אין צייטן פונעם קאצקער וועלכער האט באשריבן דאס אידישן לעבן אין קאצק, און הרב פרישמאן שרייבט אז דער פארשער האט געהאט פארשידענע דאקומענטן, און אז פון די דאקומענטן זעט מען אז די לעגענדע אויף הרה"ק מקאצק אז ער איז געווען פארשפארט אין זיין צימער די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן, איז נישט ריכטיג, ווייל מען זעט פון די דאקומענטן אז ער איז געווען אקטיוו ביז זיין לעצטן טאג. "די דאקומענטן העלפן אסאך צו מבטל זיין אגענדעס וואס די משכילים האבן פאבריצירט אויף די צדיקים", שרייבט ער.
און הרב פרישמאן, וואס אגב איתמחי גברא וקמיעא אלס קראנטער שרייבער, שרייבט דארט, אז ווען מען קוקט נישט אין די פארשידענע מעשה ביכלעך, זעט מען נישט קיין שום רמז אז דער קאצקער איז געווען פארשפארט אין זיינע לעצטע יארן. אין ספרי חסידות וואס זענען נתחבר געווארן דורך זיינע תלמידים, און אזוי אויך אין די כתבי החסידים וואס ברענגען דברי תורה וואס זיי האבן געהערט מפ"ק, זעט מען אז ער האט געפירט זיין הייליג הויף ווי אלעמאל ביז צו זיין הסתלקות ממש.
און ער ענדיגט צו ווי אזוי ער פארשטייט דעם אנגענומענעם לעגענדע, אז עס זענען געווען טויזנטער חסידים וועלכע פלעגן קומען איינקויפן תורה און עבודת ה' ביים קאצקער, און די ווערטער און הנהגה פונעם קאצקער האט אריינגעדרינגען אין אידישע הערצער. אבער עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען געקומען צוליב דעם "מצב", און הרה"ק מקאצק, וואס איז געשטאנען מיילן ווייט פון חיצוניות און געציטערט דערפון, האט געהייסן זיינע משמשים אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן ביז זיי וועלן צואווארטן א לענגערע תקופה כדי אויפצואווייזן אז זיי האלטן טאקע ביים קונה זיין תורה באמת מרצונם. ממילא, פאר די יעניגע מענטשן איז ער באמת געווען פארשפארט.
דערנאך פירט ער אויס אז עס איז מסתבר אז ווער זענען געווען די וואס האבן געשריבן די סיפורי מעשיות, די וואס עס האט פון זיי געפעלט יעצט א רבי. און ווען זיי האבן געשריבן לויט זייער בליק, פאר זיי איז באמת די טיר געווען פארשלאסן...
עד כאן תוכן דבריו און איך נעם נישט קיין אחריות.

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
האבעך געהערט א הוספה, מ'האט געמאכט א חרם פאר דו שוטים זאלן נישט אריינקוקן און פאר דו קלוגע זאלן טאקע מכח דו חרם יא אריינקוקןיידל האט געשריבן:כדברי וועלכע נ"ל?אויס מענטש האט געשריבן:גיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן
אדרבא! גיב אונז לינקס, זאג אונז וואס דו האסט געפונען פאלש און זיינע ביכער! טאקע ווייל ער איז נוטה לצד אחד דארף מען אים ליינען קריטיקעלי. אבער אים סתם אזוי אוועקמאכן בלויז ווייל ער זאגט נישט וואס מיר ווילן הערן? אגב, דער מהר"ם מ'רוטנבורג האט אויך געהאט א זון שנחמץ און אזוי אויך דער מאור ושמש. איך זע נישט עס זאל זיי האבן געשאדט.
טאקע א געפערליכע חוצפה. אבער ווי אויבנדערמאנט, אמת מעסט זיך נישט אין דעם שפראך אין וואס זי ווערט געזאגט.אויס מענטש האט געשריבן: בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס
אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...שמעקעדיג האט געשריבן:יידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
ח' שלמה מימון שריבט אז ער איז געווען א חסיד אויב איר ווילט גלייבן זיינע שקרים וה"ה יוסף פערלדולה ומשקה האט געשריבן:א. משה דער זוהן פון דער בעל התניא האט זיך גע'שמד'ט לנוצרות רח"ל, טייל זאגען סוף ימיו איז ער געווארען א בעל תשובה גמור א גאנצע ביכל שוין ארויסגעקומען אויף דו פרשה דורך חב"ד אויך דאכצעך א הערליך ניגון ע"י eughth day
ב. בער'ניו זוהן פון דער רוזינ'ער וואס האט אויך חתונה געהאט מיט שיינדל די טאכטער פון רבי מרדכי מטשערנאביל, דאס איז א פרשה בפני עצמה. וחזר בתשובה
ג. קלונימוס קלמן א זוהן פון דער 'באר מים חיים' וואס האט חתונה געהאט מיט יוכבד דער טאכטער פון דער אוהב ישראל מאפטא איז געווארען א אפיקורס גמור, צוליב דעם האט ער זיך שפעטער גע'גט פון איהר.
ד. יחזקאל א זוהן פון רבי אריה לייב מקוזמיר, און א תלמיד פון דער חוזה מלובלין, ער האט זיך געטויפט די גלויבן רח"ל, און אין סנאניסלאוו געוועהן באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע משומדים.
ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה. אונטערעבאנט אז זיין זוהן ר' מענדל איז א זיידע פאר פילע רעבישע משפחות זאל נישט אויס גערעדט זיין
ו. נחום מרדכי טווערסקי (שפיקוב, ראוע-רוסקא) איידעם פון רבי יששכר דוב רוקח רב מעיר בעלזא, איז שוין באקאנט געווארען זיין לאנגע תוכן'פולע בריוו ואס ער האט געשריבן צו א צייטונג שרייבער, וואס דארט שרייבט ער זיין שנאה צו חסידות. יצחק מרדכי, אונטערעסאנט צי זעהן ווי דו בעלזע מאכן זיך נישט ציטוהן פין דו גאנצע פרשה
ז. זוהן פון רבי אייזיקל קאלוב'ער, מ'זאגט אז ער האט תשובה געטוהן סוף ימיו, אפשר פריער אויך, ווענדט זיך וועלכע גירסא איהר ליינט.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 3:07 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
ראה המאסר הראשון on this subjectישבב הסופר האט געשריבן:כידוע כל זה רק מדברי חסידי חב"ד, שבסוף ימיו נעשה שיכור וכו'. בכתבי שאר החסידים אין זכר לפרט זה, רק שחלק על חבריו תלמידי המגיד והר"א הגדול מקרלין, ובית מדרשו היה בעיר קארלין.
בכתבה של ר' אביש שור, אנו מוצאים העתק דברי חתנו שמרבה לשבח את חותנו שהיה גאון עצום ומקובל גדול. לכן מסתבר להסיק שהרבה מהדברים שנאמרו נגדו, נמסרו לנו מאלו שהתנגדו לו, ובהחלט מסתבר שהיה פן אחר להר"ח מוואלפא ולכל הסיפור, ולא הגיע אלינו אלא הסיפור ממבט הצד שכנגדו. ואולם אגדת חסידי חב"ד אודותו אין לה סימוכין משום מקום אחר, וגם אינו מסתבר שחתנו יתהלל בחותנו שבסוף ימיו נעשה שיכור ידוע...
ראה כאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 8&pgnum=70
גם כאן הוא מוזכר בדרך כבוד ובהערצה - אע"פ שזה היה כבר מאוחר יותר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... A4&pgnum=2
ר' דוד קמנצקי כתב עליו מאמר בקובץ ישורון, במאמרו "רבנים שנקרא שמם 'חיים' ". בו הוא דן על זהותו ונלחם על כבודו. [התגלע ריב בין רד"ק ובין רא"א שור, שלדברי רא"א שור, גנב רד"ק ממנו את התגלית של שמו של הוואלפער, רבי חיים, שלא נודע עד הנה. ורד"ק טוען היפוך הדברים.]
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
אפשר מישט מען אויס מיט ר' יעקב יוקל הורוויץ בוליחובער רב דער פאטער פון ר' איציקל האמבורגער דער זיידע פון ר"נ מראפשיץ?קאצקער האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:
ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה. אונטערעבאנט אז זיין זוהן ר' מענדל איז א זיידע פאר פילע רעבישע משפחות זאל נישט אויס גערעדט זיין
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
איינער האט מער פרטים איבער דעם איד? און איבער זיין השכלה?דולה ומשקה האט געשריבן: ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה.
ווי מען קען ליינען פון דעם?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
ווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזלעיקוואד האט געשריבן:דער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.יידל האט געשריבן: אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר אין שטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
האט דער סטמארער רב געלערנט מו"נ? דער צאנזער רב האט יא, זיין ספר דברי חיים על התורה איז פול מיט מו"נ, איך וויל וויסן צו דער סאטמאר רב האט אויך?כספי האט געשריבן:ווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזלעיקוואד האט געשריבן:דער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.יידל האט געשריבן: אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר אין שטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מסתמא יא: וואס ער האט געלערנט אדער נישט פון דעם האט ער קיינמאל .סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:האט דער סטמארער רב געלערנט מו"נ? דער צאנזער רב האט יא, זיין ספר דברי חיים על התורה איז פול מיט מו"נ, איך וויל וויסן צו דער סאטמאר רב האט אויך?כספי האט געשריבן:ווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזלעיקוואד האט געשריבן:דער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.יידל האט געשריבן: אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...

.נישט גערעדט