פון אייוועלט:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f ... 9#p2729349א הערליכער שבת איז אריבער אין באניע. במשך פון ערב שבת האבן כסדר געווירבלט אידן צום בית-המדרש און הויף, געסט זענען געקומען מחוץ לעיר, ביניהם די משפחה און ידידים. פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי אריינגעקומען מיטן טלית, זיך זעצנדיג על מקום אביו זצוק"ל צום ערשטן מאל, און צוגעגאנגען צו מנחה ערב שבת. נאכן דאווענען האט דער רבי אנגעהויבן מיטן באקאנטן נאדבורנער שלום-עליכם, און דער ציבור איז אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת, לברך ולהתברך. במשך א לענגערע צייט זענען מענטשן אריבערגעגאנגען, ווי אויך זענען אריבערגעקומען אידן פון אנדערע בתי מדרשים, זיך וואונטשן גוט שבת.
פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, האט זיך פארזאמלט א געפאקטער עולם חסידים ואנשי מעשה. עס לאזט זיך זאגן אז באניע האט נאך אזא ציבור אידן נישט געזען קיינמאל. הונדערטע אידן זענען געווען פארזאמלט ביים טיש, דאס בית-המדרש הגדול איז געווען פול עד אפס מקום, בחורים און יונגעלייט זענען געשטאנען אין די הויכן, און דאס היץ איז געווען אומדערטעגליך. נישט האבנדיג פלאץ, זענען פיל אידן געשטאנען אינדרויסן און זיך געשטיפט ביי די פענסטער. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו כל-מקדש, פארזינגענדיג די זמירות אויפן נאדבורנער שטייגער. צווישן די רבנים ואנשי מעשה, האט זיך ארויסגעשטיגן דער שווער פון רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ווי אויך אנדערע חשוב'ע רבנים פון ווילעדניק, נאפקער ועוד הרבה. ביים שטעלן וויין האט געשיקט א גרויסן פלאש וויין הרב ר' בעריש ארנסטער, מיט א גרויסן אויסשריפט "בית צדיקים יעמוד". דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קדשו. אויך האט אויפגעטרעטן דער שווער פונעם רבי'ן, וועלכער האט ארויסגעברענגט די געפילן פון די דאזיגע מאמענטן, און שטארק משבח געווען חתנו כבנו, אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, און חסידי באניע האבן זיך מיט וואס צו שטאלצירן, איבער דער איש על העדה וואס איז אצינד אויפגענומען געווארן אלס רבם ומאורם.
במשך די גאנצע צייט איז געזינגען געווארן ניגונים מיט זמירות. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען צמאה נפשי מיט אודה. ביים טיילן קוגל איז געווען א באזונדערע עבודה, כדרך בית צדיקי נאדבורנא, די קוגל זענען געשניטן געווארן דורך דעם רבי'ן און שפעטער דורך די געטרייע משמשים בקודש, און דער רבי האט געטיילט קוגל. א באזונדערע מאמענט איז געווען, ווען דער רבי שליט"א האט ארויפגעשיקט קוגל פאר די בחורים וועלכע נויטיגן זיך אין שידוכים, גייענדיג דערמיט בדרכי אבות, אין די וועגן פון זיין געהויבענעם פאטער, וועלכער פלעגט אינזינען האבן און אנוואונטשן בחורים וועלכע האבן זיך גענויטיגט אין א ישועה.
דער טיש האט זיך געענדיגט אין א שפעטע שעה, מיט א ריקוד אויפן זמר רננו צדיקים.
אויך שבת בייטאג איז געווען א געפאקטער בית-המדרש ביים דאווענען. שפעטער צו קידוש איז אויך צוגעקומען אן עולם פון אנדערע בתי מדרשים. פרקי אבות שבת נאכמיטאג האט פארגעלערנט דעם רבי'נס שווער. צו שלש-סעודות, האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט דער ברייטער ציבור אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן. ספירה ציילן איז געווען א באזונדערע מעמד, אויפן נאדבורנער נוסח. און דערנאך איז דער ציבור אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך, בשעת דער רבי שליט"א איז מרעיף מברכת קדשו אויפן גאנצן עולם.
דער ציבור האט דאן אויסגעבראכן אין א געזאנג, באגלייטנדיג דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש, בשעת דער רבי איז משפיע ברכת קדשו לרבים, און א הילכיגער אמן קלינגט אפ אינעם גאנצן חלל בית-המדרש.
זקני חסידי באניע ווייסן צו דערציילן, אז דער שבת איז געווען א היסטארישער שבת, וויבאלד אין די היסטאריע פון באניע איז נאכנישט געווען אזא התעוררות'דיגער שבת, מיט אזא ריזן ציבור אידן, נישט ביים פאטער דער אמרי מנשה, נישט ביים זיידן הרה"ק ר' מרדכי'לע. אין באניער הויף איז נאך אזא שבת קיינמאל נישט געווען. דאס איז דעריבער א גאר היסטארישער שבת, אין דער חסידות.
דער שבת וועט לאנג פארבלייבן איינגעקריצט צווישן די אנוועזנדע, און מען וועט נאך לאנג רעדן דערפון.