עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

שוין [tag]הוגה[/tag], ס'איז דיר געלונגען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפאר וואכן צוריק האב איך געליינט אין דער צייטונג א באשרייבונג איבער די 'לענדפילד שול' אין מאנטיסעלא, וואו עס איז אויך געברענגט געווארן די סיפור חיי אבי רב הקהילה - הרב בנציון כאנאוויטש שליט"א, וואס שמו מעיד עליו אז ער איז א ליובאוויטשער חסיד כמה דורות.

בתוך דבריו האב איך מיך אנגעשטויסן אין די פאלגענדע טיפישע אנעקדאט אויף הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע, ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין שאנכיי [ווי אויבנדערמאנט].

"זייענדיג אין שאנכיי, איז זיין [-הרב כאנאוויטשעס פאטער] ברודער שמואל אברהם נישט געזונט געווארן. מיין טאטע האט שווער געארבעט מיט דאקטוירים און שפיטעלער. דער אמשינאווער רבי איז געווארן פארמישט, ער איז איינמאל געגאנגען מיט מיין טאטן דעם לאנגן וועגן ביז צום שפיטאל, צו פארזיכערן אז שמואל אברהם וועט עסן אום יום כיפור!".


איי איי איי, נאר געווען איין רבי שימעלע.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אדנירם האט געשריבן:[/i]
איי איי איי, נאר געווען איין רבי שימעלע.

לכבוד די יארצייט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דריי און פופציגסטע קאפיטל:
א טיפישע וואורקע ניגון, ופירושו.[/center]


עס איז באקאנט די אלט פארצייטישע ניגון [אדאפטירט דורך שלמה'לע קרליבך]:
געוואלד'זשע ברידער וואס שלאפט איר - 1,2,3,4
ס'איז שוין צייט צו גיין דאווענען/לערנען - 1,2,3,4

נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען,
יא געגעסן - יא געשלאפן - - -
איז וואס'זשע טויגסטו אויף די וועלט?
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענע וועלט?



אן ענליכע ניגון זינגט מען אין חב"ד:
עסן עסט זיך, טרינקען טרינקט זיך,
וואס זאל מען טאן, אז ס'דאוונט זיך נישט?
עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טאן אז ס'לערנט זיך נישט?
איי איי איי ייאיי, וכו'...


*

אין אמשינאוו ווידער, איז דא א ניגון [וואורקע ניגון], וואס קומט ארויסברענגען ממש דאס פארקערטע.

עסן און טרינקען איז א פראבלעם? דאס איז דען אויף וואס מיר דארפן וויינען? מיר דארפן בכלל טראכטן וועגן די נעגאטיווע זייט, אז ס'עסט זיך, טרינקט זיך, און שלאפט זיך, אבער ס'לערנט און ס'דאוונט זיך נישט? לא ולא! דער עיקר איז צו געדענקן גאט, און פרובירן זיך צו האלטן אין די ריכטיגע שינעס.

געטריי צום געדאנקנסגאנג וואס וואורקע פארקערפערט אין זיך, זאגט די ניגון אן איפכא מסתברא'דיגע חידוש, וואס נאר כהיום איז אזא מהלך המחשבה געווארן חלק פון די ספעקטרום ביי די נייע משפיעים ומחזקים.

די ווערטער פונעם ניגון גייען ווי פאלגענד:
אז ס'גייט א איד אויף גלייכע שטיינער,
פאלט ער אראפ און צוברעכט זיך די ביינער,
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן,
ביז ער קומט קיין וואורקע צו פארן.

נישט געדאוונט, נישט געלערנט,
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט,
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר דעם בורא עולם נישט פארגעסן.


*

אין אמשינאוו/וואורקע, האט מען גענומען דעם ניגון זייער ערנסט, און ס'דא פשטים אין די ווערטער פונעם ניגון.

בקיצור נמרץ: צומאל גייט א מענטש אויף כלומר'שטע 'גלייכע שטיינער' אבער דאס גאר ברענגט אים זיך צו צוברעכן די ביינער [והכונה לענינים רוחניים]. ער וואלגערט זיך ארום מיט פארשידענע מהלכים, זה אומר בכה וזה אומר בכה, אבער זיי געבן אים נישט די כלים צו בלייבן א נארמאלע מענטש און פארט טפח מעל גבי קרקע.

ביז ער קומט אן קיין וואורקע, וואו מ'לערנט אים אויס א נייע מהלך אין אידישקייט: טראכט נישט פון דיינע זאכן וואס דו האסט געטון אומריכטיג, לייג אריין דיין קאפ אין די פאזיטיווע חלק, דו ביזט א חלק אלוק ממעל, דו ביזט גאטס באליבטע קינד, דאס זאל דיר ברענגען א גרויסע מאס שמחה אז הגם דו ביזט נישט געשטיגן אין מדריגות, איז די עצם פאקט אז דו פארגעסט נישט פונעם באשעפער גענוג א חשוב'ע זאך.

די אומגעזאגטע תוצאה דערפון איז, אז דאס זעלבסט וועט אים ברענגען צו העכערע מדריגות, ווען אנשטאט קוקן ווי ווייט ער האלט, וועט ער זיך פשוט מתעלה זיין דורכן זען די גרויסקייט פון יעדע קלייניגקייט וואס ער טוט פארן באשעפער, זאל אפילו זיין דער פשוט'ער פאקט אז ער דערצערנט אים נישט.

*

א זאך וואס איז נישט אויסגעשמועסט געווארן אין דעם סעריע ארטיקלן, אבער איז ראוי לציון, איז די גרויסע מאס הארציגע ניגונים לבית וואורקע.

זיי האבן ריכטיגע פארצייטישע דביקות'דיגע ניגונים, נישט קיין מארשן סטיל, ניטאמאל די פארקוועטשקייט וואס חב"ד שטעלט פאר [וואס מ'דארף זיין אין די ריכטיגע גיסטע עס צו ליב האבן, הגם פערזענליך בין איך הייס פאר חב"ד'סקע ניגונים], נאר טיפישע הארץ רייסנדע תנועות געמישט מיט א פשטות. בקיצור, ס'פאסט אריין אינעם 'וואורקער מהלך'...

דא קענט איר הערן דעם אויבנדערמאנטן וואורקער ניגון, וואס איז זייער א הארציגע תנועה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

טאקע זייער הארציג, מהערט גלייך אז דאס איז נישט קיין היינטיגע ניגון, ווער איז דער זינגער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סמבטיון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווייס נישט. ער איז לכאורה אן אלכסנדר'ער חסיד, ווייל דאס איז א ניגון פון א טעיפ וואס חצר אלכסנדר האט ארויסגעגעבן [כידוע איז אלכסנדר א צווייגעלע פון וואורקער חדר].

---
כ'האב צוגעלייגט א שטיקל ביאור להניגון, במשנת אמשינאוו.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

אדנירם האט געשריבן:כ'ווייס נישט. ער איז לכאורה אן אלכסנדר'ער חסיד, ווייל דאס איז א ניגון פון א טעיפ וואס חצר אלכסנדר האט ארויסגעגעבן [כידוע איז אלכסנדר א צווייגעלע פון וואורקער חדר].
---
כ'האב צוגעלייגט א שטיקל ביאור להניגון, במשנת אמשינאוו.

מיר געפעלט דיין ''ביאור'' אויף דער ניגון, סאיז אזוי מין חב''ד'סיק אז מקען גאר ניט משער זיין, צו געבען ביאור אויף א ניגון און אריינלערנען פשט אין די קרעכצעדיגע קנייטשען פון א ניגון...
...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זייער שיין, שש.

איך האב מקבל געווען דעם צווייטן האלב פונעם ערשטן טייל כזה:

גיבט ער א געשריי, אוי וויי,
לאמיר צום הייליגען רבי'ן צוריקפארן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

סמבטיון האט געשריבן:טאקע זייער הארציג, ווער איז דער זינגער?

לכאורה אברמ'ל מאשקאוויטש א זינגער אין ארץ ישראל
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך היסטאריקער »

די וואך אין בלאט ציבור 14 איז דא די בילדבילד

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האב איך נישט געוואוסט אז דער שרייבער אין 'דער בלאט' ליינט מיינע ווערטער אין ק"ש...

ערנסט גערעדט, טעה בשתיים:
ר' יאסעלע אמשינאווער'ס טאטע האט געהייסן ר' מנחם'ל, נישט ר' מענדעלע.
ר' איציקל אמשינאווער האט אנגעהויבן פירן נאך בחיי דודו ר' שימעלע, ולא התחיל לאחר פטירתו.


דאס איז שוין טעותים אין א קורצע פאר שורות...
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

אדנירם האט געשריבן:אז ס'גייט א איד אויף גלייכע שטיינער,
פאלט ער אראפ און צוברעכט זיך די ביינער,
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן,
ביז ער קומט קיין וואורקע צו פארן.

נישט געדאוונט, נישט געלערנט,
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט,
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר דעם בורא עולם נישט פארגעסן.



עס וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע אשכול פאר דעם ניגון, עס ענטהאלט אין זיך אזויפיל יסודות.

בימי קדם פלעג איך זינגען דעם ניגון כמעט יעדעס וואך ביים שבת טיש.
אין - כי הכל הבל
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך מפוזרי »

ס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבערן אמשינאווער רבי'ן שליט"א אויפן אוצר החכמה פארום. אינאיינוועגס ווערט אויך ארום געשמועסט איבער די גראנדיעזע הנהגה פון רבי'שע הויפן אין אלגעמיין.
דא האט איר א לינק: http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=320539#p320539
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

אמשינאוו איז מלשון
עם-שיניו = א פארענדערעטע פאלק
דאס איז דאך די עיקר גדלות זייערע צו מאכן פון טאג נאכט און פון נאכט טאג
נישט ח"ו אז איך מאך איהם אוועק, עס איז מיר פשוט איינעפאלן א טייטש וויל איך עס נישט האלטן אין בויך
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער שמועס אין אוצר זעט אויס ווי ס'איז אריבער געגיינגען העווי קאנסטראקשען און וואס ס'איז געבליבן איז נאר מעט מזעיר...
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך מפוזרי »

אזוי ווי דער שמועס איבער אלגעמיינע רבי'שע באמבאסטישע הנהגות איז געווארן אפגעטיילט פונעם אמשינאווער אשכול, שטעל איך צו א פרישע לינק דערצו: [url]לדרכי ההנהגה של מקצת צדיקים שליט"א - פורום אוצר החכמה http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=30639[/url]
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך מפוזרי »

@בן אדם, דערווייל איז אלץ געבליבן, זע די פריערדיגע תגובה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

מפוזרי האט געשריבן:ס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבערן אמשינאווער רבי'ן שליט"א אויפן אוצר החכמה פארום. אינאיינוועגס ווערט אויך ארום געשמועסט איבער די גראנדיעזע הנהגה פון רבי'שע הויפן אין אלגעמיין.
דא האט איר א לינק: http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=320539#p320539


לינק ארבעט נישט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך מפוזרי »

ווייס איך נישט. איך האב בודק געווען ביי מיר, אויף טעפאטאלק און כראום, און ס'ארבעט יא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

אויפ'ן רבינ'ס פאטער וואלט זיך געלוינט צו עפענען אן אשכול פאר זיך
איז שוין דא איינס אויף ר' חיים מיליקובסקי?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און ס'גייט ווייטער... אז ס'קומט ר' משה'ן א שטויס! נאר ס'נישטא ווער ס'זאל עס טהון...
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

יעצט געטראפן אויף אוצר החכמה פורומ'ס
פארשפארט