שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט]

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט]

שליחה דורך אדנירם »

[center]הקדמה.[/center]
איך וויל דא אנהייבן א סעריע קאפיטלען, איבער תולדות חיי החכם השלם, המשכיל הנודע, העילוי נפלא, הגאון החוקר, רבי שלמה יהודה ראפאפארט ז"ל הנודע בשם שי"ר, אב"ד פראג [נאכן נודע ביהודה], וחתן הגאון האדיר בעל קצות החושן.

שלמה יהודה - אדער ווי מיר וועלן אים רופן פון דא און ווייטער: שי"ר - איז געווען א קאנטראווערסיעלע פיגור ביי זיין לעבן, און עד היום הזה איז ער געבליבן היבש קאנטראווערסיעל.

ער איז געווען גענוג משכיל, אז דער ישועות יעקב פון לעמבערג האט אים מחרים געווען, אבער ער איז געווען גענוג פרום אז דער חת"ס האט געשטיצט זיין קאנדידאטור פארן פראגער רבנות.

ער איז געווען גענוג לינק, אז ער איז פארבליבן צווישן רוב היימישע אידן פאראייביגט אלס שי"ר שר"י [שם רשעים ירקב], אבער איז געווען גענוג רעכט, אז דער קיצוניות'דיגער קנאי רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל האט אים גאר שטארק אויסגערימט מיט טיטלען.

ער איז געווען גענוג באנדיט, אז מ'האט אים פשוט ארויסגע'זרק'עט פון שטאט טארנאפאל וואו ער איז געווען שטאטס רב, אבער איז געווען גענוג גדול, אז מ'האט אים אויפגענומען צום גאר פרעסטידזשפולן אמט פון זיין רב אין עיר הבירה פראג.

ער איז געווען גענוג אנערקענט, אז אלע משכילים און אפילו רבנים האבן זיך מתייחס געווען צו אים אדער גאר זיך געקלאמערט צו אים, אבער ער איז געווען גענוג פראבלעמאטיש אז ער האט זיך צוקריגט מיט כמעט אלע אנדערע אריות שבחבורה.

ער איז געווען גענוג גאון, אז ביי די איין און צוואנציג האט ער געשריבן חידושים וואס זענען נדפס געווארן אין שווער'ס ספר 'קצות', אבער ער איז געווען גענוג משכיל אז שפעטער האט ער נישט געשריבן אדער לפחות מפרסם געווען רעגולערע חידו"ת.

אלזא, לאמיר זיך ארויסלאזן אויפן רייזע, און זיך אפשטעלן דורכאויס מסעות חייו.

--------
וזאת למודעי: איך גיי אי"ה שרייבן פון צייט צו צייט נאך אביסל איבער זיין תולדות חיים, אבער נישט קיין לענגערע קאפיטלען ווי אין אמשינאוו. סך הכל, א שטיקל דא א שטיקל דארט. דאס וועט אי"ה אנגיין ווילאנג כ'זע אינטערעסע ביים ציבור.

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר