אונטער חכם האט געשריבן:ליטוואק , הרב שך האט נישט איינגעטיילט וואס צו טוהן אין יעדן שטעטל אין אר"י? אדער אפשר האט ער געקענט גאנץ ארץ ישראל ביים נאמען?
אבער למעשה, אויב א רבי קען ליינען מחשבות דארף ער לכאורה וויסן וויאזוי מען הייסט אויך.
די מין טענה'ריי איז א לעצטיגע אנשיקעניש דא אין שטיבל. זכרנו ימים מקדם ווען די דיסקאשענס דא האבן געהאט מער סאבסטענס. @ליטוואק ברענגט ארויף א פראבלעם וואס עקזיסטירט אין בעלז, לעניות בעתו. פרעג אים נישט אפ מיט דעם אז רב שך האט געטון די זעלבע אומרעכט. טאמער איז עס א פראבלעם דארף עס פארדאמט ווערן נישט קיין נפק"מ וויפול מענטשן באגייען די פראבלעם, און טאמער האלטסטי אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, זיי מסביר פארוואס. נאך מער, ליטוואק איז נישט אחראי אויף די מעשים פון רב שך אפילו טאמער האלט ער אז ער איז געווען א גדול בישראל.
אין די "כינוס" אשכולות איז דאס אויך געשעהן זייער אפט. ווען איינער האט ארויפגעברענגט עפעס נעגעטיוו איז באלד געקומען אן ענטפער אז די אנדערע צד איז אויך באגאנגען די עוולה. קאם אן, חברה. לאמיר לייגן די אגענדעס אויף א זייט און זיך אויסשמועסן ווי נארמאלע מענטשן. ניצט די אייגענע שכל צו מבחין זיין בין טוב לרע.