פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[center]פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו

צו זיין יאהרצייט דעם דריטן טאג חוה"מ פסח[/center]


[קליקט אויף די בילדער עס צו זעהן קלאר]

וויפיהל פיס האט א הונט אויב דו רופסט זיין וויידל א פוס?

פיהר, ענטפערט 'האונעסט עיב' - זאגן אז א וויידל איז א פוס מאכט עס נאכנישט פאר א פוס...

'האונעסט עיב' [דער אויפריכטיגער עיב-ראהאם] – דאס איז דער כמעט-אפיציעלער צונאמען מיט וועלכער דער רבה דעמי' ומדברנא דאומתי', פרעזידענט אברהם לינקאלן הי"ד, איז באקאנט. ער איז געווען פיינפול-אויפריכטיג.

די יאהר איז 1865, דער טאג איז מארטש 4, בלויז געציילטע וואכן פאר דער באליבסטער פרעזידענט אין היסטאריע וועט אומגעברענגט ווערן. טויזענטער זענען פארזאמעלט ארום די מייעסטעיטישע טרעפ פונעם קעפיטאל געביידע אין וואשינגטאן די סי.

דער זעכצנ'טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פייערט דעם איינשווערונג'ס צערעמאניע צו זיין צווייטן טערמין אין אפיס, אבער אויפן סדר היום שטייט איין און איינציגע זאך: די ביטערע ציווילע קריג וועלכע צערייסט דאס לאנד.

צווייטע איינשווערונג'ס צערעמאניע
צווייטע איינשווערונג'ס צערעמאניע


די אמעריקאנער ציווילע קריג וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין 1861 וועט זיין די טויטליכסטע קריג פאר אמעריקאנער – נישט סתם די טויטליכסטע; ווען זי וועט פארטיג ווערן וועלן האבן אומגעקומען ארום די זעלבע צאל מענטשן וואו אין 'אלע' אמעריקאנער מלחמות 'צוזאמען' - יא, אויך די צווייטע וועלט קריג.

דער פרעזידענט שפירט אז די מעשה שמעקט מיט'ן טויט, נישט לאנג צוריק האט ער געזאגט פאר א פריינט אז די קריג שעפט איהם אויס דאס חיות און ער שפירט אז ער וועט עס נישט אויסלעבן – מזלי' חזי.

וואס ער ווייסט נישט איז אז נישט גאט וועט זיין נשמה צונעמען, א קאלטבלוטיגער רוצח וועט איהם דערשיסן בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס די קריג קומט צו אן ענדע.

און דער רוצח געפונט זיך היינט צווישן די פארזאמעלטע.

יא, דער אקטיאר און דרום-סטעיטס סימפאטיקער דזשאן באוט איז אויך געקומען הערן דעם פרעזידענט'ס רייד.

ער האט געכאפט א גוטן ארט אויפן באלקאני אביסל העכער פון וואו דער פרעזידענט שטייט – ער הערט זיך צו צו יעדן ווארט, ספק צו באשטעטיגען זיין אומבאגרעניצטע שנאה צום רעדנער, ספק ער וויל פארט נישט פארפאסן קיין ווארט פונעם מויל וועלכע שניצט דיימאנטן רעדנדיגערהייט.

2.jpg


-------------

אברהם לינקאלן איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע און מאמע טאמעס און נענסי לינקאלן אין פעברואר פון 1809 אין אן איין-צימער'דיגע הייזקע אין קענטאקי.

אברהמ'ל איז אויפגעוואקסען מיט א פשוטער לעבנ'ס שטייגער, כמעט וואס ער האט נישט באקומען קיין פארמאלע בילדונג – צו אלעם האט ער זיך אליין דערקראצט.

פון זיין פריוואטע העפט ביי די 16 יאהר. צווישן מאטעמאטישע פירקלערייען: Abraham Lincoln / his hand and pen / he will be good but / god knows when
פון זיין פריוואטע העפט ביי די 16 יאהר. צווישן מאטעמאטישע פירקלערייען: Abraham Lincoln / his hand and pen / he will be good but / god knows when


האלקים עשה את האדם ישר. א מיזוג פון פקחות, תמימות, געריבענקייט און גראדקייט קומט אראפ איינמאהל אין א טויזנט יאר. אברהם איז פון די וועלכע זענען געבוירן געווארן אויפן בארג, ער האט אבער צוזאמענגעקלאפט א לייטער און געקראכען אין הימל.

"ס'איז נישט קיין נפק"מ ווי הויך דיין זיידע איז געווען, דו מוזט אליין וואקסן", וועט ער אמאהל זאגן. אדער: "איך ווייס נישט ווער מיין זיידע איז געווען; כ'בין אסאך מער באזארגט צו וויסען וואס זיין אייניקל וועט זיין".

לאנג איז ער געווען ווי דאס גלות, גאנצע 6' 4" אין די הייעך, און פאר א הדרת פנים איז מען נישט געקומען צו איהם. אין פאקט האט ער זיך ספעציעל אנגעטוהן זיין באקאנטע בארד ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט אין 1860 לויט די הצעה פון גרעיס בעדעל, אן עלף יעריגע מיידל פון ניו יארק, וועלכע האט איהם געשריבן א בריוו אז עס וועט פארבעסערן זיין אויסקוק.

4.jpg


ווי האט דער פרעזידענט אמאהל געזאגט ווען באשולדיגט אין זיין א פאפער: ווען כ'וואלט געווען א צוויי-פנימ'דיגער, מיינסטו אז כ'וואלט געטראגן דעם וואס איך טראג?...

-----------

זיין ערשטע פאליטישע רעדע האט לינקאלן געהאלטן אין 1832 אין יונגען עלטער פון 23 יאר. ער איז דאן געווען א קאנדידאט פאר די סטעיט'ס לעגיסלאטור, אט איז א קורצע אויסצוג:

I am humble Abraham Lincoln. I have been solicited by my friends to become a candidate for the Legislature. My politics are short and sweet, like an "old woman’s dance.” ... If elected, I will be thankful. If defeated, it will be all the same.

אין 1854 איז ער געווען צווישן די וועלכע האבן אויסגעפארעמט די פריש-געגרינדעטע רעפובליקאנער פארטיי. "רעפובליקאנער זענען פאר ביידע; דער מענטש און דעם דאלער, אבער ווען די צוויי שטייען אין קאנפליקט – דעם מענטש פאר'ן דאלער".

----------

אברהם קאהן איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד, אין 1842 איז ער אוועקגעפארען צו זוכן זיין גליק אין די נייע וועלט – די גאלדענע אמעריקא. זי האט איהם נישט אנטוישט, צוויי יאהר שפעטער איז ער שוין געווען א סטאר אייגענטומער אין שיקאגא.

5.jpg


אברהם האט זיך גאנץ שנעל אוועקגעשטעלט אין די געזעלשאפט, אין 1847 איז ער געווען איינער פון די פערצן מייסדים פון די ערשטע קהילה איבער'ן גאנצן 'מיד-וועסט' קהילת אנשי מערב, היינט א רעפארם קהילה באקאנט אלס קעי עי עם.

אין די צייט וואס לינקאלן איז געלאפן צום ערשטן מאהל פאר פרעזידענט אין 1860 איז קאהן שוין געווען א הייסער רעפובליקאנער און שטארקער שטיצער פון לינקאלן. אין יענעם יאהר איז קאהן אויך ערוועהלט געווארן צו די לאקאלע סיטי גאווערמענט.

די ערשטע איינשווערונג'ס צערעמאניע – דער קופאל איז נאך אונטער קאנסטרוקציע
די ערשטע איינשווערונג'ס צערעמאניע – דער קופאל איז נאך אונטער קאנסטרוקציע


אויסצודרוקען זיין שטיצע פאר לינקאלן האט קאהן געלאזט מאכן אן אמעריקאנער פאן פון זייד און אויף די ווייסע שטריכען האט ער אויסגעשריבען זעקס חיזוק פסוקים פון דעם ערשטן קאפיטל אין יהושע און עס געלאזט אפשיקען אלס א פערזענדליכע מתנה פאר לינקאלן:

מֵהַמִּדְבָּר וְהַלְּבָנוֹן הַזֶּה וְעַד הַנָּהָר הַגָּדוֹל נְהַר פְּרָת, כֹּל אֶרֶץ הַחִתִּים, וְעַד הַיָּם הַגָּדוֹל, מְבוֹא הַשָּׁמֶשׁ יִהְיֶה, גְּבוּלְכֶם. לֹא יִתְיַצֵּב אִישׁ לְפָנֶיךָ, כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ: כַּאֲשֶׁר הָיִיתִי עִם מֹשֶׁה אֶהְיֶה עִמָּךְ, לֹא אַרְפְּךָ וְלֹא אֶעֶזְבֶךָּ. חֲזַק, וֶאֱמָץ: כִּי אַתָּה, תַּנְחִיל אֶת הָעָם הַזֶּה, אֶת הָאָרֶץ, אֲשֶׁר נִשְׁבַּעְתִּי לַאֲבוֹתָם לָתֵת לָהֶם. רַק חֲזַק וֶאֱמַץ מְאֹד, לִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת כְּכָל הַתּוֹרָה אֲשֶׁר צִוְּךָ מֹשֶׁה עַבְדִּי, אַל תָּסוּר מִמֶּנּוּ יָמִין וּשְׂמֹאול: לְמַעַן תַּשְׂכִּיל, בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ. לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ, וְהָגִיתָ בּוֹ יוֹמָם וָלַיְלָה, לְמַעַן תִּשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת, כְּכָל הַכָּתוּב בּוֹ: כִּי אָז תַּצְלִיחַ אֶת דְּרָכֶךָ, וְאָז תַּשְׂכִּיל. הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ, אַל תַּעֲרֹץ וְאַל תֵּחָת: כִּי עִמְּךָ הויה אֱלֹהֶיךָ, בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ.

דער פרעזידענט האט איהם באלד אפגעשריבן א דאנק בריוו.

6.jpg


-----------

בכלל איז אונזער פרעזידענט געווען גאר שטארק אויסגעקאכט אין תנ"ך, און פלעגט זיך כסדר באנוצען מיט די לשונות פון איהרע פסוקים.

זיין רעליגיעזע סטאטוס איז גאר אינטערעסאנט – עס איז ווי ער זאל האבן געלעבט מיט הונדערט און פופציג יאהר שפעטער.

מיט גאט איז ער געווען גאר שטארק מקושר:

In great contests each party claims to act in accordance with the will of God. Both may be, and one must be wrong.

"מיין זארג איז נישט אויב גאט איז אויף אונזער זייט", האט ער געזאגט ווען געפרעגט בנוגע די ציווילע קריג, "מיין זארג איז אז מיר זאלן זיין אויף די זייט פון גאט".

ביים זיין געזעגענונג'ס דרשה אין אילאנאי אין 1861 ווען ער איז אפגעפארן קיין וואשינגטאן אנצונעמען די פרעזידענטשאפט איבער א צוקריגט פאלק זאגט ער:

I now leave, not knowing when or whether ever I may return, with a task before me greater than that which rested upon Washington. Without the assistance of that Divine Being who ever attended him I can not succeed. With that assistance I can not fail.

אין די זעלבע צייט אבער האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין פארבינדען מיט א ספעציפישע קירכע, הוי מרגלא בפומי': "ווען איך טוה גוטס, שפיר איך זיך גוט. ווען איך טוה שלעכטס, שפיר איך זיך שלעכט. דאס איז מיין רעליגיע".

באמת אמרו אז זיין גאנצע מהות און וועג פון טראכטן איז געווען פאר די צייט – ער איז געווען פאראויס מכל בני דורו.

ביים פירען א מערכה מיט קנעכטשאפט איז ער נישט נאר געווען פארנומען מיט'ן 'זינד' שבה, און צו דאס זענען טאקע די בני חם פונעם בייבל – ער האט געטראכט פארגעשריטען: "ווען נאר כ'הער איינעם זיך אננעמען פאר קנעכטשאפט, שפיר איך א מורא'דיגער דראנג עס צו זעהן אויספרובירט אויף איהם אליין"...

"איך גלייך נישט דעם מענטש. איך מוז זיך בעסער באקענען מיט איהם...", האט זיך דער רבי אמאהל אויסגעדרוקט.

-----------

די באקאנטסטע אינטערעקשאן וואס פרעזידענט לינקאלן האט געהאט מיט זיינע אידישע בירגער איז מן הסתם די באקאנטע עפיזאד ווען זיין גענעראל, און שפעטער'דיגער פרעזידענט, יוליסיס גרענט האט אינמיטן די קריג אין 1862 ארויסגעגעבען זיין דזשענעראל ארדער 11 אין וועלכע ער האט פארטריבען די אידן "אלס א קלאס" פון א געוויסע געגענט נאכדעם וואס ער האט מחליט געווען אז זיי שמוגלען פארבאטענע סחורה – די איינציגע אפיציעלע אנטיסעמיטישע אקט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.

[למען הרעקארד: לדעתי איז גרענט בכלל נישט געווען אן אנטיסעמיט.]

7.jpg


ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט פון די שאנדפולע באפעל האט ער גלייך געזעהן דערצו מען זאל עס מבטל זיין.

לינקאלנ'ס צייכענונג אז ער האט עס ערלעדיגט
לינקאלנ'ס צייכענונג אז ער האט עס ערלעדיגט
8.jpg (5.64 KiB) געזען געווארן 4951 מאל


איינער פון די אידן דערציילט איבער זיין שמועס מיט לינקאלן:

לינקאלן: אהא, איז די בני ישראל זענען ארויסגעטריבן געווארן פונעם גוטן לאנד כנען?

איד: יא, און דאס איז פארוואס מיר זענען געקומען צום טאטע'ן אברהמ'ס שויס, זוכענדיג שוץ...

לינקאלן: און די שוץ זאלן זיי זאפארט באקומען.

-----------

יעצט שטייט דער פרעזידענט אויף די טרעפ פונעם קעפיטאל בילדינג און רעדט. ער פייערט נישט זיג - ער רעדט. ער פרובירט מסביר זיין א פינסטערע וועלט מיט וועטער פון תנ"ך, מיט געדאנקען פון ברית החדשה. ער ווארענט איבער גאט'ס כעס געשאפן דורך קנעכטשאפט וועלכע פארטיליגט דאס לאנד.

אבער די רעדע פאר וועלכע ער וועט געדענקט ווערן – די רעדע בה"א הידוע – איז אודאי די רעדע אין געטיסבורג, איינע פון די קורצסטע און מאכטפולסטע רעדעס אין די היסטאריע פון די מענטשהייט.

דאס איז פארגעקומען אין נאוועמבער פון 1863 ביי די דעדיקעישאן פון דעם מיליטערישען בית הקברות אין געטיסבורג, פענסעלוועיניע, פיר און א האלב חדשים נאכדעם וואס די אמעריקאנער ארמיי האט געוואונען דעם 'קאמף פון געטיסבורג' קעגן די קאנפעדערעט רעבעלן.

אמעריקאנער סאלדאטן אין געטיסבורג
אמעריקאנער סאלדאטן אין געטיסבורג


דארט האט דער פרעזידענט געהאלטן זיין וועלט-בארימטע רעדע פון עטליכע שורות איבער דעם עתיד פון דעמאקראטיע.

"פיר סקאור [סקאור = 20 יאהר] און זיבן יאר צוריק האבן אונזערע עלטערן אויפגעברענגט אויף דעם קאנטינענט א נייע פאלק, פארשוואנגערט אין פרייהייט, און געווידמעט צו דעם געדאנק אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן גלייך" – האט דער פרעזידענט אנגעהויבען.

א קארגע צוויי מינוט שפעטער האט ער געענדיגט מיט די אייביגע ווערטער: " ... אז די דאזיגע טויטע זאלן נישט האבן געשטארבן אומזינסט. אז דער פאלק, אונטער גאט, זאל האבן א נייע געבורט פון פרייהייט, און אז רעגירונג פון דעם פאלק, דורך דעם פאלק, פאר דעם פאלק, זאל נישט פארגיין פון די וועלט".

לינקאלן אין געטיסבורג
לינקאלן אין געטיסבורג


----------

דער בריטישער פראפעסאר, און באזוכענדער-פראפעסאר אין יעיל, מארק שאפערשטיין שלאגט פאר אן אינטערעסאנטע טעאריע. דער פראפעסאר וויל טענה'ען אז די בארימטע "פיר סקאור און זיבן יאהר צוריק" פראזע האט דער פרעזידענט געבארגט פון א אידישען רב וועלכער האט זיך באנוצט דערמיט ביי א דרשה.

הרב שבתאי מורייאוס איז געווען אן איטאליענער-אמעריקאנער רב, פון די אנגעזענסטע ארטאדאקסישע פירער אין אמעריקא און א שטארקער קעמפער קעגן די רעפארם באוועגונג.

הרב שבתאי איז געבוירן אין ליווארנו שבאיטליא, נאך פארשידענע גלגולים איז ער אין די 1850ס אויפגענומען געווארן אלס רב אין די 'קהל קדוש מקוה ישראל' קהילה אין פילאדעלפיא וואו ער האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א פייערדיגער אנהענגער פון פרעזידענט לינקאלן.

11.jpg


יולי 4, דער אמעריקאנער יום העצמאות, איז אין 1863 געפאלן אום שבת שבעה עשר בתמוז. נישט ווייט פון דארט האט זיך געהאט אפגעשפילט די העפטיגע געטיסבורג קאמף און דער עולם האט נישט געוואוסט ווער עס געוואונט.

ביי זיין שבת'דיגע דרשה האט דער רב געזאגט אז ער איז געבעטן געווארן צו דרש'ען אויפן פסוק וקראתם דרור בארץ לכל יושבי' לכבוד יולי 4, אבער אזויווי עס איז י"ז בתמוז וועט ער רעדן איבער דעם פסוק אין ישעיהו 'יוֹם צָרָה וְתוֹכֵחָה וּנְאָצָה, הַיּוֹם הַזֶּה'. מיט דעם האט ער אויך געמיינט דעם מצב אין געטיסבורג.

אינמיטן זיין דרשה האט זיך דער רב באצויגן צו דעם יום העצמאות "וועלכע האט פיר סקאור און זיבן יאהר צוריק געברענגט צו די נייע וועלט ליכטיגקייט און פרייד".

דריי חדשים שפעטער האט דער פרעזידענט גענוצט דעם גענויעם לשון פון דעם שוין-דאן-געדרוקטע דרשה.

-----------

איין חודש און צעהן טעג נאך זיין צווייטע איינשווערונג איז אברהם לינקאלן אומגעברענגט געווארן.

בלויז פינף טעג פריער, אפריל 9, 1865, האט דער מאכטפולער קאנפעדערעט גענעראל ראבערט לי [יא יא, דער 'לי' פונעם עוועניו] זיך אונטערגעגעבן צו לינקאלנ'ס גענעראל גרענט.

היינט איז פרייטאג, אפריל 14, א שטיקל קריסטליכער יומא דפגרא איז אויך, און דער פרעזידענט ערלויבט זיך א פריוואטע רייזע ארום די שטאט מיט זיין פרוי – א אידענע מיט אנגעצויגענע נערוון און אפטע מרה שחורה אטאקעס.

"דו ווייסט", דרייעט זיך דער פרעזידענט פלוצלינג צו זיין רעבעצין, "איך וואלט נאך געוואלט זעהן ירושלים פאר מיין טויט". סתם ולא פירש.

נאך לאנגע שלאפלאזע יאהרן פון קריג קען מען זיך אביסל ערלויבען צו צושטרייען. דער פרעזידענט איז געלאדענט אויף היינט ביינאכט מיטצוהאלטן א שפיל – 'אונזער אמעריקאנער קאזין' - אין דעם לאקאלן 'פארד'ס טעאטער', דער זיגרייכער גענעראל גרענט איז אויך באשטימט צו קומען, אבער ער וועט זיך ארויסציען אין די לעצטע מינוט.

א טיקעט צו טראגעדיע – געשטעמפלט מיט דעם גורל'דיגען דאטום
א טיקעט צו טראגעדיע – געשטעמפלט מיט דעם גורל'דיגען דאטום


אין פארד'ס טעאטער געפונט זיך א ספעציעלער צימער אויפן גאלערי וועלכע איז ספעציעל מיוחד פאר'ן פרעזידענט, אנדערע ווערן דארט נישט אריינגעלאזט.

דוקא היינט נאכט איז דא נאך איינער וועלכער פלאנט צו זיין אין דעם צימער. דער אקטיאר דזשאן בוט. זיינע כוונות זענען נישט גוט.

ויהי לעת ערב, דער פרעזידענט זיצט באקוועם אין זיין רויטן ראקינג-בענקל, און דער מערדער כאפט זיך אריין אינעם צימער אומבאמערקט. אין זיין האנט האט ער א גאן.

לינקאלנ'ס צימער היינט צו טאג אויף די רעכטע זייט אויבן
לינקאלנ'ס צימער היינט צו טאג אויף די רעכטע זייט אויבן


אלס אן אקטיאר האט ער זיך גוט אויסגעקענט מיט'ן בילדינג און מיט'ן שפיל, ער האט אויסגערעכענט זיין אקט צו א סעקונדע ווען די פארזאמעלטע האבן אויסגעבראכן אין א געלעכטער.

לינקאלן איז געשאסן געווארן אין קאפ.

132.png


ווי, וואס, ווען איז דער שטערבליך-פארוואונדעטער פרעזידענט אריבערגעפירט געווארן קעגנאיבער די גאס צו דעם 'פעטערסאן הויז' וואו ער איז אריינגעלייגט געווארן אין בעט. צוליב זיין געוואלדיגע לענג לייגט מען איהם שיעף.

די פעטערסאן הויז
די פעטערסאן הויז


די גאנצע נאכט האט דער פרעזידענט זיך געפונען אין א קאומא און זיך געראנגעלט מיט'ן טויט. צוקאפענ'ס שטייט דער אידישער דאקטאר טשארלס ליבערמאן, א רוסישער אימיגראנט, און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין האר.

די בארימטע מאלעריי פון לינקאלנ'ס טויט-בעט. דר. ליבערמאן שטייט ביים קאפ און קוקט אויפן פרעזידענט
די בארימטע מאלעריי פון לינקאלנ'ס טויט-בעט. דר. ליבערמאן שטייט ביים קאפ און קוקט אויפן פרעזידענט


16.jpg


עס העלפט איהם נישט קיין סאך, 7:22 שבת חול המועד פסח אינדערפרי אטעמט אברהם דאס לעצטע.

סעקרעטערי אוו וואר סטאנטאן סאלוטירט און דערקלערט: "Now he belongs to the ages."

---------

עס איז שבת אינדערפרי, דעם דריטן טאג חול המועד פסח שנת תרכ"ה, אין צאנז לויפט מען אין מקוה, און אין ניו יארק סיטי איילט מען זיך אין שוהל אריין.

עס נעמט נישט לאנג און די שרעקליכע ידיעה גרייכט איבעראל. אין אלע קהילות זאגט מען הספדים און תפלות פאר'ן געפאלענעם פרעזידענט.

די שוהל אויף די צוועלפטע גאס, באריכטעט די ניו יארק טיימס, איז פארוויקעלט אין שווארצן, דער רב פרובירט צו זאגן אפאר ווערטער, אבער קען נישט קומען צום ווארט פון צער. ספאנטאן האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט און צוזאמען געזאגט קדיש לעילוי נשמת אברהם לינקאלן הי"ד.

17.jpg


------------

צוויי חדשים שפעטער טרעפן מיר א בריוו פון אונזער רב, הרב שבתאי מורייאוס, אז זיין קהלה האט צוזאמענגעשטעלט די סומע פון דריי הונדערט דאלער זיך משתתף צו זיין אין א מאנומענט לזכרו פונעם פרעזידענט. [ווי וואלט דער רבי געזאגט, $300 בימים ההם...]

דעם רב'ס בריוו
דעם רב'ס בריוו


אויך האט אונזער רב זיך נישט געפוילט און אנגעשריבן א הארציגע שיר אין לשון הקודש אויף די ראשי תיבות פון דעם פרעזידענט'ס נאמען. אויפן בילד איז עס אונטערגעשריבן 'אייזק גאלדשטיין הלוי', לויט געוויסע מקורות איז הרב שבתאי דער מחבר.

19.jpg


-----------

נאך עפעס געבליבן?

נעה.

יא... בלייבט נאר צו וואונטשען אז ער זאל זיין א גוטע בעטער.
בייגעלייגטע פיילס
מיט איינע פון זיינע גענעראלן אינמיטן די קריג
מיט איינע פון זיינע גענעראלן אינמיטן די קריג
I believe we have not yet appointed a Hebrew
I believe we have not yet appointed a Hebrew
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר