פרוי מאנדלבוים (פה-סח II)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

פרוי מאנדלבוים (פה-סח II)

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

[center]פרוי מאנדלבוים[/center]
[center]דאס לעבן און שאפן פון פרעדעריקא ("מוטער") מאנדלבוים[/center]

הקדמה

אין יאר 1850 זענען אראפגעשטיגן אויפ'ן ניו יארקער באדן א אידישער פארפאלק פון דייטשלאנד, זיי האבן זיך אנגעגעבן אלץ וואלף און פרעדעריקא מאנדלבוים (לבית וויזנער) .ווי רוב אנדערע אימיגראנטען האבן זיי נישט פארמאגט מיט זיך פיל מער ווי א בלויזער באגאזש פון האפענונג, אבער א קנאפע 45 יאר שפעטער, ווען מאנדלבוים האט זיך אפגעזעגנט פון דער וועלט, איז זי פאררעכנט געווארן אלץ איינס פון די מאכטפולסטע קרימינאלע פיגורן אין אמעריקא.

אין א לעקציע וואס איז פארגעקומען פאר יונגע פאליציי אפיצירן יולי 2014 אין מאנהעטן'ס היסטארישער געריכט געביידע אויף טשעמבער'ס סטריט דורך פראפעסאר פרעד וויהי פון יונגסטאן אוניבערסיטעט אין אהייא, איז דאס לעבן און שאפן פון פרעדעריקא שטודירט געווארן און גענוצט געווארן אלץ מוסטער צו פארשטיין וויאזוי עס שאפן זיך קרימינאלע אימפעריע'ס און וויאזוי עס איז וויכטיג פאר יוסטיץ היטער אפילו היינטיגע צייטן זיך צו לערנען פון אירע אקטיוויטעטן און טאקטיקן.

ווער איז זי געווען אט די פרעדעריקא, פון וואס איז באשטאנען איר זעלטענער כח, און ווי קומט דאס אז כמעט 175 יאר שפעטער טוט זי נאך אלץ פארנעמען אן ארט אין די היסטאריע פון ניו יארק?

צו פארענטפערן די שאלות מיט א קלארקייט וואלט זיך פארלאנגט אן ערנסטער פארש ארבעט וועלכער וואלט מן הסתמא פארנומען א גאנצער בוך. דאך, וועלן מיר פרובירן אין די קומענדיגע שורות פארצושטעלן א שטיקל ביאגראפיע פון פרוי מאנדלבוים, אויף וויפיל עס איז מעגליך אין די שפאלטענעס פון אן איינצעלנער ארטיקל.
[center]*[/center]
ניו יארק אין 19׳טער יאר הונדערט

צו פארשטיין דאס לעבנסשאפט פון פרעדעריקא מאנדלבוים, פארלאנגט זיך ערשט צו פארשטיין די תקופה אין וועלכען זי האט געלעבט און וויאזוי אמעריקא בכלל, און ניו יארק בפרט, האבן דאן אויסגעזעהן.

אין די מיטעלע יארן פונעם 19׳טער יאר הונדערט, הארט בעפאר דער שרעקליכער אמעריקאנער בירגער קריג (1861-1865), האט דער שטאט ניו יארק (די היינטיגע מאנהעטן) געווירבלט מיט רוישיגע אקטיוויטעטן און געדינט אלץ הויפט וועלטליכער מארק, סיי אין פארנעם און סיי אין פארקער.

אין 1835 איז זי אפיציעל געווען די גרעסטע שטאט אין אמעריקא און ביז 1985 האט זי געטראגן דעם טיטול אלץ דער פָּארט שטאט מיט דאס גרעסטע פארקער אין די וועלט.

צייכענונג פון ניו יארק אומגעפער 1850
צייכענונג פון ניו יארק אומגעפער 1850

טאג טעגליך, איז דער איסט ריווער געווען אויסגע׳שורה׳ט מיט רייעס פון שיפן וואס האבן געברענגט אדער געטראגן מענטשן און ווארע. זי איז געווען דער נערוו צענטער פון אימפארט/עקספארט, און צום ביישפיל, רוב סחורה פון וואס די דרום שטעט האבן זיך ערנערט (מייסטענס וואטע, וכדומה), איז צום ערשט אדורך די ניו יארקער האפענס איידער זיי האבן דערגרייכט זייער ציל אין אייראפע און ווייטער.

פון איבער דער גארער וועלט זענען מענטשן געקומען קיין אמעריקא דורך ניו יארק, זיך צו באזעצן אדער צו באזוכן. אלץ רעזולטאט, איז ניו יארק געווארן דער הויפט שטאט פאר אימיגראנטן און א קיבוץ גליות פאר אלע ערליי שיכטן און קולטורן. נישט בחינם איז זי געווארן אנגערופן אלץ דער ׳פרשת דרכים׳ פון דער גארער וועלט.
[center]*[/center]
כוואליעס פון אימיגראציע

אין אמת׳ן, איז ניו יארק פון אייביג אן געווען א שטאט פון אימיגראנטן, אבער דאס אז בימים ההם זענען די מערהייט איינוואוינער פון ניו יארק געווען פריש געקומענע אויסלענדער, איז צושטאנד געקומען צוליב די שווערע מצב וואס האט געבושעוועט דורכאויס אייראפע אין די מיטעלע ניינצן יאר הונדערט יארן, און דער האפענונג וואס אמעריקא האט רעפרעזענטירט אלץ ״לאנד פון מעגליכקייטן און פרייהייט״.

די כוואליע פון מאסן אימיגראציע קיין ניו יארק האט זיך פארשטארקט אין 1845 ווען א ״קארטאפל הונגער״ האט אויסגעבראכן אין איירלאנד. די Great Irish Famine איז געווען א שרעקליכער מגיפה פון וואס קרוב צו א מיליאן מענטשן זענען אומגעקומען און פון וואס נאך צוויי מיליאן זענען אנטלאפן.

די שווערע עקאנאמישע לאגע אין אנדערע אייראפעאישע מדינות איז נישט געווען קיין סך בעסער, אימיגראנטן זענען דערפאר געקומען פון אומעטום, איטאליע, רוסלאנד, פוילן און אוסטריע-אונגארין.

אבער דאס גרעסטע צאל פון אימיגראנטן אין יענע תקופה וואס האבן דערגרייכט ניו יארק, זענען געקומען פון דייטשלאנד. די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד די ארעמע שיכטן אין דייטשלאנד זענען ערנסט געטראפן געווארן פון די קארטאפל מגיפה בלייבנדיג אן קיין ירק חי און אן קיין שום חיונה, בו בזמן וואס די שטייערן זענען געווען גאר הויעך און דאס פאלק האט זיך געשפירט אומדערטרעגליך אונטערדרוקט.

שעדליכע אומרוען און ראיאטן האבן אויסגעבראכן איבער׳ן לאנד, צוברענגדיג עווענטועל צו א רעוואלוציע אין 1848 וואס האט געזאלט טוישן דעם מצב. דער האפענונג פון די מיטעלע און נידריגע שיכטן פונעם פאלק האט זיך אבער אויסגעלאזט אין א זייפן בלאז, ווען די רעוואלוציע איז ענדגילטיג דורכגעפאלן אין 1849, איבערלאזנדיג א צושמעטערט פאלק, מיואש און צובראכן.

ספעציעל פאר אידן, איז די תקופה געווען גאר שווער, זינט דער אומסטאבילער מצב האט גורם געווען פאר אנטיסעמיטישע קולות צו הייבן אירע טענער און די שוין אזוי אנגעצויגענע אטמאספארע (אידן אין דייטשלאנד זענען פאררעכנט געווארן אלץ בלויז האלבע-בירגער מיט שווערע איינצוימונגען זינט אנהייב ניינצן יאר הונדערט) איז פאר אידן געווארן גאר פיינטליך.

דאס יונגע מאנדלבוים פאמיליע, וועלכער איז דעמאלט באשטאנען פון וואלף, פרעדעריקא (פריידא?), און זייער טאכטער׳ל בּעסי, האבן דערפאר קיין אנדערן אויסוועג נישט דערזעהן און געפאסט דעם ענדגילטיגן באשלוס: קיין אמעריקא!, און ווי פיל אנדערע, זיך ארויסגעלאזט אויפ׳ן רייזע קיין עלליס איילנד, ניו יארק.

צום ערשט איז ארויסגעפארן דער מאן וואלף אין יולי 1850, פרוי מאנדלבוים מיט׳ן קליינטשיג׳ס האבן נאכגעפאלגט אין סעפטעמבער. זייענדיג גאר ארעם, איז זי געפארן אלץ דריטע קלאס פאסאדזשיר אינעם אונטערשטן טייל פונעם שיף Erie, דורכמאכנדיג די לאנגווייליגע נסיעה אונטער גאר שוואכע אומשטענדן.

ניו יארק אימיגראציע פאסאדזשיר ליסטע פון 1850 ווען מאנדלבוים (שורה 46)  איז אנגעקומען קיין ניו יארק
ניו יארק אימיגראציע פאסאדזשיר ליסטע פון 1850 ווען מאנדלבוים (שורה 46) איז אנגעקומען קיין ניו יארק

[center]*[/center]
קליינדויטשלאנד

אין אמעריקא, האט זיך משפחת מאנדלבוים איינקוואטירט אינעם געגנט וואס מען האט גערופען ״קליינדויטשלאנד״. קליין-דויטשלאנד האט אויפגענומען פיר גרויסע פערטלען אין די לאוער איסט סייד פון היינטיגן מאנהעטן (זעה מאפע), עס האבן דארט געוואוינט א ערך פון 130 טויזנט מענטשן, אן אסטראנאמישער ציפער פאר אזא שטח, 56 טויזענט פון זיי דייטשע אימיגראנטן און מייסטענס פון זיי אידן.

מאפע פון לאוער מאנהעטן 1846-1880, די געגנט פון קליינדויטשלאנד איז פארצייכנט אויבן רעכט’ס
מאפע פון לאוער מאנהעטן 1846-1880, די געגנט פון קליינדויטשלאנד איז פארצייכנט אויבן רעכט’ס

דארט אין קליין-דויטשלאנד, איז דער טרוים פון האפענונג צונישט געווארן פאר טויזנטער אימיגראנטן, ווארום דער ביטערער דחקות, תרתי משמע, האט ארויס געשריגן פון יעדן ווינקל.

משפחות פון מערערע נפשות האבן געוואוינט אין פיצקעלע דירות וואס האבן פארמאגט סה״כ בלויז איינס אדער צוויי צימערן, אבער רובא דרובא האבן ניטאמאל דאס זיך געקענט ערלויבן. צענדליגער משפחות, צומאל אפילו הונדערטער, האבן געוואוינט צוזאמען אין אפענע בוידעם שטובער אדער קעלערן אין מאנגל און נויט.

דער מצב פאר די אמת׳ע שלימזל׳ער איז געווען נאך פיל ארגער, די האבן זיך געטראפן גענצליך היימלאז. מאטעלן און אכסניות האבן גערעכנט געפעפערטע פרייזן, און ווער ס׳האט נישט תיכף באצאלט האט מען זיינע חפצים ארויסגעשליידערט אויף די גאס, אנע רחמנות. צאללאזע ערוואקסענע און קינדער זענען דערפאר פארבליבן אויפדערנאכט אן א דאך איבער׳ן קאפ, ווארשיינליך האבן זיי פרובירט צו דרימלען איבער עפעס אנדערש ווי זייער ביטערן שיקזאל אינעם אזויגערופענעם ״אמעריקאנעם חלום״.

די לאגע איז כסדר געווארן ערגער און ערגער. אין 1850 האט זיך די באפעלקערונג אין די שטאט ניו יארק געציילט אין א ערך פון האלב מיליאן מענטשן, העלפט פון זיי פרישע אימיגראנטן. בלויז צען יאר שפעטער האט זי זיך כמעט געדאפעלט צו אכט הונדערט טויזנט, פון וועלכע אימיגראנטן זענען ווידער געווען מער ווי האלב. דאס רוב פון זיי זענען דא געקומען אן א פרוטה צו די נשמה, קיין געהעריגע פרנסה האבן זיי נישט געהאט און דער אויסקוק פאר א געווענליכער ארבייטער צו טרעפן א שטיקל חיונה אויף א נארמאלן אופן איז געווען זייער שמאל.

אונטער אט די אומשטענדן, האבן וואלף און פרעדריקא מאנדלבוים, ארימע פריש געקומענע אימיגראנטן, זיך פרובירט אריינצוגלייזן אינעם אמעריקאנעם און ניו יארקער לעבן.
[center]*[/center]
פון פעדלעריי צו רויבעריי

אינדערהיים אין דייטשלאנד, איז וואלף מאנדלבוים געווען א פעדלער. ער פלעגט פארמיטלען צווישן די פויערן וואס האבן געוואוינט איבער די דערפלעך צו פארקויפן רינדער, תבואה, גרינצייג און טרויבן, ציענדיג דערפון א קנאפע חיונה.

אין אמעריקא, איז פעדלעריי געווען א נאטורליכע אויסוואל פאר אידישע אימיגראנטן וועלכע האבן פארמאגט א חוש צו מקח וממכר. טיף אינעם דלות, האט געהערשט א שטארקע פארלאנג פאר אלע ערליי מציאות, יעדער האט געזוכט צו קויפן פאר ביליג ווי אויך צו פארקויפן פארמעגן וואס מען האט מער נישט געברויכט. פון פאדעם און זאקן ביז ציגארן און שפענדלן, וואס מען האט נאר געזוכט איז געווען צו באקומען ביי פעדלער אויף די גאסן.

פעדלעריי אין די ניו יארקער גאסן
פעדלעריי אין די ניו יארקער גאסן

פרוי מאנדלבוים איז געווען א אנטשלאסענע פרוי, גמרה בלבה אז אין אמעריקא וועט זי מאכן א לעבן פון וואס צו דערנערן איר פאמיליע. אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף איר מאן וועלכער איז ווי עס שיינט קיין געפערפערטער סוחר נישט געווען, האט זי זיך אליין ארויסגעלאזט איבער די ניו יארקער גאסן און אויפגענומען פעדלעריי אלץ עמטליכער פאך.

פאר א פרוי צו פעדלען אין יענע תקופה איז נישט געווען קיין געווענליכער ערשיינונג. קודם כל, איז די וועלט נאך געווען היפש פרימיטיוו אינעם הינזיכט פון פרויען אלץ ארבייטער און אוודאי נישט אלץ עמטליכע פרנסה געבער, אבער נאך מער פון דעם, האט זיך פארלאנגט שטארקע דרייסטקייט פאר א פרוי זיך צו דרייען צווישן מענער אין מסחר אן צו ווערן באזייטיגט אדער אויסגעשפילט.

פרוי מאנדלבוים האט אבער פארמאגט שטארקע קוואליטעטן, פיל מער ווי רוב מענער אין איר תקופה. איר בלויזע פיגור, 6 פוס הויעך און איבער 250 פונט, האט אויסגערופן רעספעקט, ביי טייל, אפילו מורא. זי האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א געריבענע סוחר׳טע, מיט א כיטרען פארשטאנד צום הלוך ילך פונעם אונטערערדישן יריד אויף די געסלעך.

מיט די צייט האט זי זיך ערווארבן א נאמען אלץ פעדלערקע בה”א הידועה, זי האט אנגעשלאסן פילע קאנטאקטן און פארמאגט א זעלטענעם שמעק צו וויסן וואספארא סחורה איז עובר לסוחר, פאר וויפיל, און וואס נישט. פארקויפער האבן געווארט זיך דורכצושמועסן מיט איר ערשט, איידער זיי האבן זיך געוואנדן צו אנדערע פעדלער, און ווען קונדן האבן איר דערזעהן פונדערווייטענ’ס האט מען זיך געשטעלט אין די רייע צו קענען באטראכטן אירע ווארע אדער ביי איר אונצופרעגן אויב זי קען שאפן געוויסע סחורה.

דאס שטארקע פארלאנג פאר איר פארמיטלונג האט איר געשטעלט אין א פאזיציע וואס ווייניג האבן געקענט ערפילן. צוליב די שטראם פון אינפארמאציע וואס האט טעגליך דערגרייכט אירע אויערן, האט זי פאראויס געקענט זאגן אויף וואספארא ארטיקלן דער עולם נויטיגט זיך, און אינעם עולם המסחר, איז דאס ווערט גאלד.

גאר שנעל, האט זי אויסגע’חשבונ’ט וויאזוי אויסצונוצן אט די אינפארמאציע בכדי צו פירפאכיגן אירע פארדינסטן. נאר איידער מיר באטראכטן פרעדעריקא’ס אויפשטייג פון פעדלער צו קרימינאל, לאמיר צום ערשט באטראכטן אמעריקא’ס עקענאמישער מצב אין יענע יארן פון א סאציאלן און פאליטישער שטאנדפונקט.
[center]*[/center]
די פארגאלדנטע תקופה

מארק טוועין האט זיך ציניש באצויגן צו די תקופה אינעם צווייטן טייל פונעם 19’טן יאר הונדערט אלץ “די פארגאלדנטע תקופה” (ובלשונו: ”The Gilded Age), זאגנדיג אז יא אמת, עס האט אין אמעריקא דאן געהערשט רייכטום און מעגליכקייטן ווי קיינמאל בעפאר, אבער דאס גאלד איז געווען אויבערפלעכליך און נאר פון אויבן פאר געציילטע אמעריקאנער, בשעת וואס רובא דרובא מענטשן האבן זיך שרעקליך געפלאגט און נישט געזען קיין פירות.

אין א שטיקל פאעזיע האט ער דאס שפעטער נאך בעסער ארויסגעברענגט (פרייע איבערזעצונג): “וואס איז דער הויפט תכלית פונעם מענטש?—צו ווערן רייך. אויף וואספארא אופן?—אומערליך אויב ער קען, ערליכערהייט אויב ער מוז.”

דער צינישער טאן באציעט זיך צום שטארקן קאנטראסט צווישן ארעם און רייך און דער געפיל פון לית דין ולית דיין וואס האט געפירט צו א מצב פון כמו-אנארכיע.

רייכטום האט זיך גענצליך קאנצענטירט בלויז אין די קעשענעס פון קארגע צוויי פראצענט פונעם פאלק, א גרויס חלק דערפון ערווארבן אוממאראליש אדער דורך כח הזרוע. כאטש עס האבן זיך אויך געשאפן פרישע מיליאנערן פון מענטשן וואס זענען ערשט נישט לאנג בעפאר געווען אונטן אין שטייסל מיט’ן רעשטע פונעם פאלק, האבן אבער די ברי מזל שנעל פארגעסן פון זייערע ארימע ברודער און אנשטאט זיך איינגעגלידערט אין די שטארק אויפרייסנדישע עליטע קלאס.

דער עמך עולם וואס האט פארדינט ברויט אויף הויזן (אלגעמיין בערך א דאללער א טאג), האבן זיך צוגעקוקט מיט קנאה וויאזוי די רייכע לייט האבן געלעבט ברייט אין שוואוילטאג און פארשווענדעניש.

א אמת’ע פארקומעניש וואס איז דאן באריכטעט געווארן אין די פרעסע און האט ארויסגערופען גרויס אנטריסונג, געבט א שטיקל בילד פונעם שטארקן קאנטראסט. עס דערציילט אן עפיזאד וויאזוי א געוויסע מרס. סטייוועסענט פיש (סטייוועסענט סטריט אין מאנהעטן הייסט נאך איר מאן עד היום הזה), א רייכע פרוי, האט געמאכט א פאנטאסטישע פארטי פאר איר הונטל… וועלכער איז אנגעקומען צום גרויסארטיגן אווענט באצירט מיט א $15,000 דאללערדיגער דיאמאנט קייטל אלץ מתנה.

די געמוט ביים עולם איז געווען אז עס אוממעגליך צו מאכן א גראדן דאללאר, דערפאר כל איש הישר בעיניו יעשה, וכל דאלים גבר.

למעשה, איז דער גדר גופא וואס האט געזאלט אפטיילן לעגאלע געשעפטן פון קרימינאלע, אויך געווען גאנץ שוואכליך. דער סיסטעם פון געזעצן האט זיך נאך נישט איינגעשטעלט געהעריג אלץ א מאסגעבנדער וועגווייזער אין האנדלעריי, און אפילו אויסגערופענע ביזנעסלייט זענען רייך געווארן דורך פראבלעמאטישע אופנים. (צב״ש, דורכאויס די בירגער קריג וואס האט אויסגעבראכן אין 1861, האבן אנגעזעהנע פירמעס און סוחרים אפען בארויבט די רעגירונג דורך צושטעלן פעלערהאפטיגע געווער און שטאפיר פאר׳ן פראנט, אויפ׳ן חשבון פון אומשולדיגע סאלדאטן וועלכע האבן אדאנק דעם פארלארן זייער יונג לעבן.)

זעלבסטפארשטענדליך, אז דער דאזיגער שטימונג האט אויסגעשפרייט דעם וועג צו מאסן הפקירות, און אין אזא שטאט ווי ניו יארק וואו עס האבן זיך געפונען מער מענטשן ווי אויסזיכטן, האט דאס דערקייקלט פילע צו ווערן אריין געדרייט אין קרימינאלע אקיטיוויטעטן. ניו יארק האט זיך אזוי ארום ערווארבן א נאמען אויך אלץ אמעריקא׳ס הויפשטאט אין פארברעכן.
[center]*[/center]
די באנדעס אין ניו יארק

מעטיו סימפסאן, א מעטאדיסט בישאף האט זיך באקלאגט אויפ׳ן מצב פון ניו יארק אין 1866 שרייבנדיג: “אין א שטאט פון 800 טויזנט מענטשן, געפינען זיך 30 טויזנט גנבים, 20 טויזנט פריצקעס, 3000 קרעטשמע׳ס, און 2000 געמבלינג אנשטאלטן.”

סימפסאן’ס ציפערן זענען ווייט נישט געווען קיין גוזמאות, און לויט טייל היסטאריקער האט ער אפילו אונטערגעשאצט דעם ווירקליכן מצב. איבער די גאסן פון ניו יארק האבן זיך אפגעשפילט קרימינאלע אקטיוויטעטן אויף טריט, שריט און יעדע מינוט, יעדער דריטער פערשוין איז געווען צוויילהאפטיג, פון רויבער און פאלנע גזלנים אזש ביז מערדער, אומארגאנאזירט און שפעטער לויז ארגאנאזירט, ניו יארק איז פארוואנדלט געווארן אין א שפיל פלאץ פאר מעשים אשר לא יעשו.

עס האבן זיך געשאפן גרופעס פון קרימינאלן באזירט אויף באשעפטיגונג, יעדע געגנט האט פראדוצירט איר אייגן סארט קרימינאל און איז לויט דעם געווארן באוואוסט אלץ אדרעס פאר זייער עקספערטיז. עס האט אפילו געהערשט א קאנקורענץ צווישן די פארשידענע פראקציעס, ע”פ רוב באזירט אויף ראסיסטישע אנגעצויגנקייט און עס איז כסדר ארויס פון די ראמען.

צום מערסטענס באקאנט זענען די “באנדעס פון ניו יארק”, Gangs of New york, וועלכע האבן קאנטראלירט די Five Points געגנט, א שטח פון עטליכע גאסן דארט ווי טשיינע טאון געפינט זיך היינט צוטאג’ס. די איירישע און די איטיאלענער האבן זיך דארט גע’רצח’ט ביי די קעפ און עס איז געווען דאס געבורט-ארט פאר פולע פארברעכער און שפעטערדיגע מאפיאנערן.

בילד
א מעלעריי פון די אומרוען אין Five Points

אבער דער אויבנאן האבן זיכער פארנומען די גאסן גנבים וועלכע זענען געווען באשעפטיגט אויסצוליידיגן מענטשען’ס קעשענעס און חפצים. טויזנטער פון זיי האבן זיך טעגליך אויסגעמישט צווישן די מאסן און געניטערהייט באראבעוועט יונג און אלט, געווענליך אן קיין שפור. טייל האבן געזען דערין א מעת לעת’דיגער פאך, בייטאג האט מען געלאקערט אויף אומשולדיגע פארבייגייער און ביינאכט האט מען זיך איינגעבראכן אין געשעפטן אדער הייזער.

עס איז געווען א גאר אפטער ערשיינונג פאר מענטשן צו אונטערזוכן זייערע אייגענע קעשענעס נאך א פריינטליכען קלאפ אין רוקן פון אן אומבאקאנטן כדי זיכער צו מאכן אז דאס בערזל אדער זייגערל געפינט זיך נאך דארט. אויב איז דער אנטרעפער טאקע געווען פן די יעניגע, האט מען זיך געקענט תיכף מייאש זיין פונעם פארלוסט. די סארט פארדריסליכע אנטוישונגען זענען געווארן טייל פונעם ניו יארקער לעבן.

וואו זענען אלזא געווען די ארדענונג מאכער וועלכע האבן געזאלט היטן דאס געזעץ און אירע בירגער? יא, איר האט זיך ריכטיג פארגעשטעלט, אויך זיי זענען געווען פארנומען צו פארדינען און אויסברייטערן זייער אייגענעם שיסל.
[center]*[/center]
קארופציע אין די הויכע פענסטער

ווי אויבנדערמאנט איז דער סיסטעם פון געזעץ נאך נישט געווען גענצליך ראפינירט אויפ’ן אופן צו וואס מיר זענען צוגעוואוינט היינט, עס איז געווען שוואכליך געבויעט אויף מער א לאקאלן שטייגער אן קיין רוקנביין אדער איבערזיכט.

אפילו דער מושג פון א מעטראפאליטן פאליציי האט נאך נישט עקזיסטירט געהעריג, דער עיקר כח אין די שטאט ניו יארק האט באלאנגט פאר ״טאמאני האלל״ (Tammany Hall), א מעכטיגער פאליטישער אפאראט און ארגאנאזאציע וועלכער האט געוועלטיגט אויף אלע טיילן וואס אנבאלאנגט מאכט אין ניו יארק. זיי האבן קאנטראלירט דעם פאליטישער רעגירונג סיסטעם, די פינאנץ און יוסטיץ אינסטאנצן, ווי אויך די עושי דברם - די מוניציפאלע פאליציי קראפט.

אין שפיץ זענען געזעצן קארופטירטע שישקעס וועלכע האבן געפירט די שטאט מיט אן אייזערנעם פויסט און איר פארוואנדלט אין א רייכן באדן פאר זייערע פערזענליכע אינטערעסן.

מעיאר פערנאנדא וואד איז געווען באקאנט אלץ א שטארק צוגעלאזענער פירער, ׳צוגעלאזט׳ אינעם זין אז פאר אפאר טאללער האט מען אלץ געקענט ביי אים ארלעדיגן…

אבער זיין קארופציע איז געווען קליין געלט אנטקעגן די ברייט פארצווייגטע קארופציע פון זיין נאכפאלגער וויליאם ״באסס״ (ּBoss) טוויד. טוויד איז געווען דער ערשטער רעכטער שטאטישע ‘טאטע’, ער האט פארוואנדלט זיין קארופציע צו א קאנצענטרירטע נעטווארק און איר געפירט ממש ווי א ביזנעס אימפעריע.

בילד
וויליאם "באסס" טוויד

מען שאצט אז בלויז צווישן די יארן פון 1865 און 1871 האט טוויד מיט זיינע אונטערטאנען בארויבט די רעגירונג קאסע צווישן 30 און 200 מיליאן דאלאר (!), עס איז געווען כמעט אוממעגליך זיך א ריר צו טאן אין ניו יארק פאליטיק אדער מסחר אן דעם וואס מען זאל נישט דארפן פריער אויסקויפן די גוטהייסונג פון טוויד.

בילד
מארק טוועין'ס בוך איבער די Gilded Age מיט א קאריקאטורע פון באס טוויד אויפ'ן דעקל

הוא היה אומר: “די וועג צו באקומען מאכט איז איר צו נעמען” (The way to have power is to take it), פשוטו כמשמעו, און זיין אויסדרוק: “What are you going to do about it?” איז געווארן א ניו יארקער שפרעכווארט און אנדייטונג פון “קענסט זיך שטעלן אויפ’ן קאפ” וואס ווערט נאך גענוצט אין די פרעסע עד היום הזה.

קאריקאטורע פון טוויד מיט זיין פרעכע לאזונג: What are you going to do about it?
קאריקאטורע פון טוויד מיט זיין פרעכע לאזונג: What are you going to do about it?

אלץ א בלויזער ביישפיל איז כדי אנצומערקן דאס בויען פונעם ״ניו יארק קאונטי געריכטהויז״ וועלכער האט זיך אנגעהויבן אין 1861, דער פראיעקט האט אנגעבליך געדארפט קאסטן א ערך פון 350 טויזענט טאלער, אכט יאר שפעטער איז דער בנין קוים פארטיג געווען אבער שוין דערגרייכט דער אסטראנאמישער ציפער פון 11 מיליאן דאללער. טוויד האט דאס אויסגענוצט אלץ א קראן און א מיטל וויאזוי אויסצומעלקן יעדן וואס האט נאר געהאט א שייכות מיט׳ן פראיעקט, דער סוד איז געווען אזוי אפען אז מען האט דעם געביידע ציניש גערופען ״טוויד׳ס קליינער אלאסקא״ (ווייל עס האט אפגעקאסט צוויי מאל אזויפיל וויפיל אמעריקא האט געצאלט אפצוקויפן אלאסקא).

בילד
טוויד'ס 11 מיליאן דאללארדיגע געריכט הויז

די קרימינאלע נעצן פון איבער ניו יארק, וועלכע האבן זיך פארנומען צוצושטעלן ווירטסהייזער, סאלאנען, קארטן און אנדערע סארט שפיל הייזער, האבן זיכער געמאכט צו מאכן א יד אחת מיט טוויד און זיינ׳ס גלייכן, און טאקע אין אויסטויש פאר פראצענטן פון די רווחים האבן זיי געקענט אנגיין אן קיין זארג און אפילו ערהאלטן שוץ פאר זייערע שווארצע געשעפטן אויף א טעגליכ׳ן פארנעם.

פרעדעריקא מאנדלבוים הט אויסגענוצט די דאזיגער אטמאספארע פאר איר אייגענע אינטערעסן און באוויזן זיך ארויף צו ארבעטן כדי צו זיין דער צענטראלער פיגור אין א מאכטפולע קרימינאלע אימפעריע.

[center]*[/center]
[center]פונקטליך וויאזוי זי האט דאס דערגרייכט און די געשיכטע ווייטער, אי”ה אין קומענדיגן געלעגנהייט.[/center]
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר