הרב יהושע ענבל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרב יהושע ענבל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:23 pm

דא האב איך ארויפגעשטעל דעם ספר "תורה שבעל פה - שמונה פרקים לסמכותה ודרכיה", פון הרב יהושע ענבל.
מאנכע זענען אינטערסיט געווארן צו וויסן אביסל איבער דעם מחבר, וואס ידידנו @שש משזר האט אים באטיטלט אין קאווע שטיבל ערגעץ ווי, "א יונגער כוכב עולה" בעניני דת ואמונה, (ער איז אכט און דרייסיג יאר אלט), וועל איך בע"ה פרובירן אראפצושרייבן אביסל איבער אים, (איך אנטשולדיג זיך אז איך בין נישט קיין מורא'דיגע שרייבער).

הרב יהושע ענבל, איז קודם כל אן אויסטערלישער גאון און עילוי, א "חזונאישניק" (זעה מער שפעטער), ער איז א ראש הכולל אין מודיעין עלית. ער האט מחבר געווען א ספר מיט'ן נאמען, נישט מער און נישט ווייניגער ווי "יורה דעה" (ער איז א 'כוכב' ווי מ'רופט עס..). דא ווערט ארום גערעדט איבער דעם ספר, (בקרוב יוכנס הספר לאוצר החכמה). דער ספר נעמט ארום גאנץ שו"ע יו"ד, ווי ער איז מסכם יעדער סימן בקיצור נמרץ, צולייגנדיג הכרעות פון גדולי הפוסקים וואס זענען מקובל ביי די חזונאישניקעס, און ער לייגט צו מדיליה חידושים וביאורים עמוקים ונפלאים, זיין בקיאות איז עפעס מורא'דיג, און זיין חריפות און "עזות" (בנוסח החזונאישניקים, באופן קיצוני) איז געוואלדיג. ער שרייבט דארט יסודות נפלאים בפסיקת ההלכה, ווי "מקומות שמצינו שהראשונים מכריעים בסברא במחלוקת אמוראים", מה זה "רוח רעה", ועוד הרבה, (ער האט אויך ליב טשיקאווע זאכן, למשל ער נעמט צוזאם בבקיאות נפלאה זאכן וואס זע'ען אויס לכאורה ווי לשון הרע וואס זענען געזאגט געווארן דורך אמוראים וגדולי הדורות, און ער איז מסיק מסקנות לויט דעם בהלכות לשון הרע..) אויך עניני היסטאריע ווארפט ער אריין, ווי למשל אין הלכות ספר תורה שרייבט ער באריכות איבער עשרה הרוגי מלכות אן אריכות נפלאה ווען דאס איז געווען (איך געדענק נישט יעצט וויאזוי עס קומט אריין אין הלכות ס"ת).
דא קען מען ליינען א סקירה אויפ'ן ספר.

המשך יבוא בע"ה (אם יהיה התעניינות).
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:51 pm

באקומען לייקס - געגאנגען ווייטער...

הרב יהושע איז א זוהן פון הרב צבי ענבל, א בעל תשובה, און ווען יהושע איז געבוירן איז ער שוין געווען פרום. דער צבי ענבל איז פון די גרויסע מרצים אין ערכים, און ער איז עוסק בעניני ארכילוגיה, אין וואס יהושע איז אויך גרונטליך באהאוונט.
דער צבי ובניו זענען שטארק נתקרב געווארן להחכם וחסיד רבי חיים שאול גריינימן זללה"ה, וואס ער איז געווען א גרויס טוה'ער און יועץ פאר ערכים.
יהושע האט עטליכע ברידער עילויים גדולים, ביניהם הרב יעקב מחברם של כמה ספרים נכבדים (נמצאים באוצר החכמה), הרב אוריה רב ביהמ"ד הגר"א*, און הרב דוד שמואל מחבר ספר העמוק והנפלא "בינה להשכיל" (וגם כתב מאמרים מעניינים אודות המחלוקת בחוגי הליטאים ואודות החרד'יזם הליטאית).

*דער סייט איז נאכנישט אוועקגעשטעלט אַדערווייל.

המשך יבוע בע"ה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:57 pm

דער ספר תורה שבעל פה, איז טאקע א גוט ספר, אבער זייער נישט מסודר.
געווארפן זאכן, און נישט גרונטליך.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:00 pm

ביסט גערעכט אז עס איז נישט מסודר. כנראה פארלאזט ער זיך אז די ליינער וועלן נאכקוקען די מקורות.
ער איז שטארק משוכנע מיט זיינע דעות, כדרכם של עילויים.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:41 pm

איידער איך גיי ווייטער וויל איך דערמאנען נאך אביסל איבער זיין גאונות המבהילה, און לינקען אביסל צו זיינע ווערק.

קודם כל איז ער א חבר אין מערכת "אנציקלופדיה תלמודית".
ער איז אויך א שרייבער אין ישורון און קולמוס פון משפחה. (צומאל רופט ער זיך "יהוסף יעבץ", יעבץ איז די ר"ת פון יהושע ענבל בן צבי).

פאלגנד קען מען אראפלאדענען עטליכט פון זיינע ווערק.

היש בסיס הלכתי לקוד לבוש לנשים? תגובה לנדב שנרב פורסם בהמעיין עם השמטות

סקירה על תשובות והנהגות חלק ו' (למעשה איז עס נישט אריין אין ישורון).

חכמה יוונית פורסם בקולמוס.

הנקודה הישראלית במגילת אסתר פורסם בקולמוס.

סלע המחלוקת פורסם בישורון.

אוי... איך האב כמעט פארגעסן זיין מלחמה מיט בני בראון איבער בני'ס ספר אויפ'ן חזון איש. אפשר וועל איך ארויפשטעלן שפעטער די מאמרים און די תגובות.

המשך יבוא בע"ה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: הרב יהושע ענבל

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:48 pm

ווען איך קליק אויף די לינקס קום איך אהן דא
http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=29501
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:02 pm

אין דעם סייט (און נאך אנדערע) האט יהושע מפרסם געווען מאמרים איבער דת ואמונה, תושבע"פ וכו'. דאכצעך אז צוזאמען מיט זיין ברודער דוד שמואל (שוקי ודודי). שפעטער האט ער צוזאמגענומען די מאמרים (אולי בתוספת נופך, לא בדקתי כעת און ארויסגעגעבן דעם ספר הנפלא "תורה שבעל פה".

דא (און אזוי אויך אין עצכ''ח) איז שטארק ארומגערעדט איבער דעם ספר. ס'איז זייער היציג דארט.. און יהושע האט ארויפגעשטעלט צוויי שארפע בריוון וואו ער ברענגט ארויס די שיטה פון די חזונאישניקעס און זייער יחס צו כל מיני אישים ושיטות (שוה קריאה!).

(איך האב פארגעסן צו שרייבן אויבן אז אין פורום אוצר החכמה רופט ער זיך "יורה_דעות").

תוכן הענינים

אגרת הקטן יורה דעות - יהושע ענבל.pdf
(96.82 KiB) אראפגעלאדנט 224 מאל


אגרת השנית

---

עוד מאמר נפלא ממנו

המשך יבוא איך דארף גיין.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:03 pm

mevakesh האט געשריבן:ווען איך קליק אויף די לינקס קום איך אהן דא
http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=29501

נאך איינער האט דעי פראבלעם?

(אויב יא וועל איך אי"ה שפעטער עטעטשען דא די מאמרים).
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 4:04 pm

די מאמרים ותגובות איבער דעם ספר אויפ'ן חזון איש פון בני בראון:

המאמר שפורסם באוצה"ח

מאמר ראשון בישורון.pdf
(299.26 KiB) אראפגעלאדנט 139 מאל


תגובה - לפני הקיצור -.pdf
(321.77 KiB) אראפגעלאדנט 116 מאל


תגובה לתגובה
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 4:11 pm

נאך א גאונישער חיבור פון הרב ענבל בדיני ממונות

(עס ענדלט אביסל צו תקפו כהן פונעם ש"ך, אזוי אויך דער שער איז גענומען פון תקפו כהן. דאס איז צוליב דעם וואס ענבל איז "משוגע" אויפ'ן ש"ך... (כאשר הוא כותב "רבינו ישעיה" הכוונה לחזו"א.)

---

איך לייג אויך ארויף א באמבאסטישער מאמר. ווען איך האב עס געליינט האב איך אזוי שטארק געלאכט אז א חבר האט מיך געפרעגט אויב אלעס איז בסדר... הבהרה: דעי מאמר איז מיוחס להרב ענבל, אבער עס איז נישט זיכער פון אים. והיה אם יתברר שיש בתוכו דברים שעל פי הלכה אסור לכתוב אז בטוח אני שהוא לא כתבו כי הוא צדיק וישר.

סאטירה חריפה נגד המתנגדים לפאה נכרית.pdf
(331.66 KiB) אראפגעלאדנט 299 מאל
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » פרייטאג מאי 27, 2016 11:51 am

איך האב ארויפגעלייגט דעם ספר תורה שבעל פה אויף דראפבאקס. לינק.
איך האב שוין געלייגט דעי לינק אין א דערנעבענדיגע אשכול, אבער נאר איינער האט דארט געלייקט.
נישט אז איך בין הינגעריג נאך לייקס (אפשר מיט די עסן וועט קומען די אפעטיט), נאר איך וויל פארשטיין פארוואס. איז דא עפעס א פראבלעם ביים דאונלאדען? איז דא עפעס א בעסערע וועג איך זאל עס ארויפלייגן אויפ'ן אינטערנעט?
ויתכן גם אז דער עולם דא האט שוין דעם ספר, אדער זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון לייקן איידער זיי גייען איבער דעם ספר זיכער צו מאכן אז עס איז כשר (ואשרי חלקם! ;) ).

למעשה האב איך געהאט אין פלאן ארויסצוברענגען דא געוויסע טיעונים און מהלכים פונעם ספר, אבער איך זעה אז איך דארף מיך בעסער מתיישב זיין איידער איך הייב אהן צו שרייבן.

איך האף אז די חוקרים שבינינו וועלן ליינען דעם ספר (וואס לדעתי איז עס א "מאסט ריעד") אויב זיי האבן עס נאכנישט געליינט, און מעיר זיין זייער הערות.

---
התורה כהיסטוריה.doc
(193.5 KiB) אראפגעלאדנט 160 מאל
געשריבן געווארן דורך א ניק אין אוצה"ח על פי מאמריו של ענבל באתר אקדמי ליהדות.

---

דוגמאות פון ספר "יורה דעה" (וואס אגב, עס האט אויך א דריטע חלק וואס הייסט "יורה אורח" שבעים סימנים בענינים שונים).

יורה דעה ענבל א.pdf
(469.82 KiB) אראפגעלאדנט 144 מאל

יורה דעה ענבל ב.pdf
(267.22 KiB) אראפגעלאדנט 108 מאל
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: הרב יהושע ענבל

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג מאי 27, 2016 12:04 pm

איש חזון האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:ווען איך קליק אויף די לינקס קום איך אהן דא
http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=29501

נאך איינער האט דעי פראבלעם?

(אויב יא וועל איך אי"ה שפעטער עטעטשען דא די מאמרים).

איך האב שפעטער באמערקט אז איך האב נאר די פראבלעם אויף טאפאטאלק אבער אויפן סייט איז דער לינק גוט
איך האב שוין דאונלאודעד א חלק מאמרים איך קוק ממש יעצט דוירך די ביקורת אויף בני בראון דאכט זיך אז אזוי ווי געווענליך איז דער אמת אינצווישען ביידע
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

Re: הרב יהושע ענבל

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג מאי 27, 2016 12:38 pm

א אינטערעסאנטע נקודה שרייבט ער אין דעם מאמר וועגן קוד לבוש ביי נשים
אז דער איסור פון הסתכלות בימי אשתו נדה איז נישט אלס הרהור נאר אלס חשש עבירה
דאס איז מיר א חידוש אז עס איז נישט דא א איסור הרהור ביי אשתו נדה איז דא ערגעץ נאך מקורות צו דעם?
א שנעלע גוגל האט ארויף געברענגט דעם משא מתן
http://din.org.il/2012/05/09/%D7%94%D7%90%D7%9D-%D7%9E%D7%95%D7%AA%D7%A8-%D7%9C%D7%90%D7%93%D7%9D-%D7%9C%D7%94%D7%A8%D7%94%D7%A8-%D7%91%D7%90%D7%A9%D7%AA%D7%95/
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג מאי 27, 2016 2:56 pm

שטארקער אשכול, גוד זשאב איש חזון.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2501
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7117 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש מאי 28, 2016 11:27 pm

די ספר תורה שבעל פה איז פון די בעסטע אפאלאגעטישע ספרים וואס איך האב געזעהן, ער טוט דורך די נושאם מיט א שטארקע ברייטקייט און פרובירט זיך צו האלטן ריעליסטיש ווי שטארק מעגליך, ובכלל איז די ספר אינטערעסאנט פאר ווער עס וויל האבן א ידיעה אין די נושאים פון מקורות אגדות חז''ל, די צוויי מהלכים אין דרשות חז''ל פון די מלבי''ם און דער דורות הראשונים, חז''ל ומדע, חז''ל וכשפים ושאר עניני מיסטיקה, וכדומה,
נאר ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט דערקענט זיך שטארק אינעם ספר אז עס פעלט זיך אויס עס זאל דורכגיין די הענט פון א ערפארענעם עורך וואס זאל עס נארמאל מסדר זיין און בוחר זיין וויפול פון די חומר דארף באמת אריינגיין,
אויך זעהט מען עטליכע מאל ווי דער מחבר האט נישט ריכטיג דורכגעטון די נושא און סתם ציטירט פון אנדערע ליפטיגע און אומריכטיגע זאכן,
איין דוגמא וואס איך געדענק אוף די מינוט,
MY - תושבעפ 1.jpg

MY - תושבעפ 2.jpg

די ערשטע דוגמא ווי ער ברענגט אז פילון (בכלל א חידוש צו מאכן פילון פאר אונזער'ס א העלד) האט צוגעטראפן צו איינשטיינ'ס טעאריע פון צייט, איך בין נשט אזוי אויסגעקאכט אין איינשטיינ'ס תורה, אבער איך בין כמעט זיכער אז איינשטיינס חדוש איז נישט געווען אז אן מציאות איז נישט דא קיין זמן דאס האבן שוין געוויסט די אלטע גריכן וואס אויף זיי בויעט פילון און דוכט זיך די רמב''ם ברענגט עס בשמם אין מו''נ, זיין חידוש איז געווען אז זמן איז רעלעטיוו צו מקום און תליו אין גרעוויטי, און אויב וואלט פילון געשריבן אזעלכע זאכן וואלט ער מן הסתם נישט פארקויפט ציפול פון זיינע ספרים בזמנו..
די צווייטע דוגמא ווי דער רמב''ם האט צוגעטראפן צו וועגנער'ס חשבון, אין הייב נישט אן צו פארשטין וועגנער'ס חשבון מילא קען איך נישט קאמענטירן אויף די צושטעל, אבער ווער עס עפענט א מורה נבוכים וועט זעהן אז די ווערטער וואס רב ענבל ברענגט פונעם רמב''ם איז נישט זיינע אייגענע ווערטער! דאס זענען הקדמות און יסודות וואס די רמב''ם ברענגט פון מוסילמענישע פיליסופים און ער לאכט שטארק אפ פון די שיטות, (עס אז מיר א חידוש אז רב ענבל וואס האלט זיך פאר א מבין אין עניני השקפה ואמונה זאל נישט האבן אפילו א בעיסיק ידיעה אין מורה נבוכים),
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מאי 30, 2016 4:39 pm

אויבן האב איך דערמאנט אז הרב ענבל איז א "חזונאישניק". באמת זענען די חזונאישניקים ראוי פאר א באזונדערע אשכול, און איך בין מכבד ווער עס קען צו טאקע עפענען אזא אשכול און איך וועל פרובירן צו מיטטיילן וואס איך ווייס.

איך וועל שרייבן דא אביסל וואס האט שייכות מיט דעי אשכול.

שמעתי מישראלי אחד אז די גאס שמועסט מען אז די חזונאישניקים זענען אביסל 'מסוכן', על דרך ר' גדליה נדל וואס איז געווען מגדולי (אדער גדול) תלמידי החזון איש. עס קען זיין (ווי וויט דאס איז אמת) אז דאס האט עפעס א שייכות מיט די פאלגנדע:
אין בריסק ווייסט מען בשם ר' חיים אז מען פרעגט נישט "פארוואס" נאר מען פרעגט "וואס", אנדערש איז אבער אין חוג חזון איש אז מען פרעגט יא פארוואס, כידוע ללומדי חזו"א וחדושים ובאורים (מהרב גריינימן). עס איז אינטערסאנט נאכצוברענגן א געוואלדיגע דוגמא צו דעם וואס א געוויסע ניק האט אמאל ארויפגעשטעלט אויף פורום אוצר חכמה, ועל הכלל כולו יצא:
אין ספר הרב מבריסק (ח"ג עמ' 17) ווערט געברענגט א מעשה אז ביי איינע פון די הפגנות אין ירושלים אין די בראשית יארן האט מען איינגעזעצט א זוהן פון ר' עמרם בלוי. ווען ר' עמרם האט דאס פארציילט פאר'ן בריסקער רב האט ער צוגעלייגט "זיי זענען דאך א פשוט'ע גונב נפש". האט אים הגרי"ז געזאגט "ניין דאס איז נישט קיין גונב נפש. האט אים ר' עמרם געענפערט אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דאס איז ממש גניבת נפש נאר עס איז א "בחינה" פון גונב נפש, אבער הגרי"ז האט צו דעם אויך נישט מסכים געווען און געזאגט "עס איז ניט דא אן 'בחינה' פון גונב נפש, אדער איז עס גניבת נפש אדער נישט". און לעומת דעם שרייבט דער חזו"א אין א בריוו (ח"ג קס"ה): שמות כ"א ט"ז וגונב איש וגו' - - נראה דמכלל האיסור הזה, הכובש אחיו לצערו, דכל שכבשו ואינו מניחו לחופש, הרי הוא גוזלו - - ואמרו בפרק מרובה (ב"ק פא:) - הרואה את חברו תועה כו'. ואפילו אם הכובשו לצערו, אין בו איסור ה"לאו" דגניבת נפש, מכל מקום יש ללמדו מאיסור הזה, על דרך שאנו למדין איסור המקיל בכבוד הבריות, ממה שחסה התורה על כבוד הבריות. שכל מצות התורה וחוקיה, ניתנו ללמד מהן מלבד פרטי מצותן, את חפץ ד' מאיתנו בהנהגתנו, במעשה ובמחשבה ובסידור המושכלות, בכל המושג אצלנו על פני האדמה, ומזה למדו חז"ל את תורת המידות, אם כי לא נתייחד להם דיבור מיוחד, אבל הן מעיקר כללות התורה הקדושה. ואם כי הכובש את חברו, עובר באל תונו, ועשה דואהבת לרעך, מכל מקום יוצא לנו מזה דיש בו גם איסור גניבת נפש.
והבן.

למעשה טענה'ט ענבל, וואס איז א סלבודקער תלמיד (הישיבה היא קצת בנוסח חזו"א כידוע), אז זיין רבי ר' דוב לנדו איז א שטארקע "פארמאכטע" בעניני אמונות ודעות, (און בעצם זענען אזוי רוב תלמידי חזו"א הגאונים ז"ל\שליט"א), און עס איז אים (פארשטייט זיך) נישט געפאלן דעם ספר תורה שבעל פה, אבער ענבל האלט זיך א תלמיד פון ר' יעקב (ישראל) פוזן, וועם ענבל רופט "מורי הקדוש" וואס ער איז יא עטוואס "אפען".
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מאי 30, 2016 5:16 pm

השלמה בענין ר' יעקב פוזן.
ר' יעקב איז איינער פון די רבנים פון די חזונאישניקים. ער איז (אדער פלעגט זיין) א דיין אין די בי"ד פון ר' נסים קרליץ.
דא איז א לינק צו א תשובה פון הרב פוזן (עי' עמוד רכח ואילך) ווי ער איז מבאר אז די ענין פון "פשרה" איז פשוט צו פסק'ענען על פי "יושר האנושי". און איך האב געזעהן אין ספר "יסודות ועקרונות פרשנות התלמוד" (וואס איז געווידמעט מבאר צו זיין די חילוקי דרך הלימוד פון בריסק און חזו"א) אז הרב פוזן האט איינגעפירט אינעם בי"ד אז אויפ'ן שטר בוררין שטייט אז די דיינים וועלן פסק'ענען על פי "דין תורה ויושר האנושי".

אגב: א בריוו פון הרב פוזן בענין קדושה



(הערה להודעתי הראשון באשכול: כתבתי הלכות ספר תורה וצ"ל הלכות בכורות)
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מאי 30, 2016 5:22 pm

(עס איז אויך פארהאן פון הרב ענבל פינף קוטרסים אויף חמשה חומשי תורה, בעניני אבולציה, בקורת המקרא ועוד ועוד.)
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: הרב יהושע ענבל

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג מאי 30, 2016 5:33 pm

אגב איך זעה דארט אין אוצר החוכמה אז הרב פוזן איז א פלומעניק פון שאפראנער רב
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג מאי 30, 2016 5:59 pm

איש חזון האט געשריבן:(עס איז אויך פארהאן פון הרב ענבל פינף קוטרסים אויף חמשה חומשי תורה, בעניני אבולציה, בקורת המקרא ועוד ועוד.)


וויאזוי הייסן די קונטרסים? קען מען זיי זעהן אנליין? אדער כאטש א דיסקוסיע איבער זיי?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6591 מאל

Re: הרב יהושע ענבל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מאי 30, 2016 6:11 pm

הוגה האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:(עס איז אויך פארהאן פון הרב ענבל פינף קוטרסים אויף חמשה חומשי תורה, בעניני אבולציה, בקורת המקרא ועוד ועוד.)


וויאזוי הייסן די קונטרסים? קען מען זיי זעהן אנליין? אדער כאטש א דיסקוסיע איבער זיי?

http://akadamya.fav.co.il
די סייט (וואס ריפט זיך 'אתר' די ביה יחדון רוחין ונפשין'...) האט שייכות מיט רב ענבל, איך ווייס נישט צו די גאנצע תוכן האט ער געשריבן אדער נאר א טייל דערפון,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג מאי 30, 2016 6:24 pm

יישר כח פאר די לינק.

איש חזון האט געשריבן:פאלגנד קען מען אראפלאדענען עטליכט פון זיינע ווערק.

היש בסיס הלכתי לקוד לבוש לנשים? תגובה לנדב שנרב פורסם בהמעיין עם השמטות

סקירה על תשובות והנהגות חלק ו' (למעשה איז עס נישט אריין אין ישורון).

חכמה יוונית פורסם בקולמוס.

הנקודה הישראלית במגילת אסתר פורסם בקולמוס.

סלע המחלוקת פורסם בישורון.


קיין איינער פון די לינקס ארבייטען נישט. ווי אויך אלע אנדערע לינקס וואס דו לייגסט פון אוה"ח ארבייטען נישט. ביטע לייג איבער. בעיקר האב איך אן אינטערעסע צו זעהן זיין תגובה לנדב שנרב, נאכדעם וואס איך האב שיין צונומען און באשריבן די פיר מאמרים פון אקדמות.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6591 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מאי 30, 2016 11:36 pm

הוגה האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:(עס איז אויך פארהאן פון הרב ענבל פינף קוטרסים אויף חמשה חומשי תורה, בעניני אבולציה, בקורת המקרא ועוד ועוד.)


וויאזוי הייסן די קונטרסים? קען מען זיי זעהן אנליין? אדער כאטש א דיסקוסיע איבער זיי?

איך האב אר געזען א טייל פון זיי בקיצר. אפשר בהמשך ועל איך אביסל שרייבן מער וועגן דעם (אויב וועל איך וויסן מער).
ועיין באישי.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מאי 30, 2016 11:50 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:(עס איז אויך פארהאן פון הרב ענבל פינף קוטרסים אויף חמשה חומשי תורה, בעניני אבולציה, בקורת המקרא ועוד ועוד.)


וויאזוי הייסן די קונטרסים? קען מען זיי זעהן אנליין? אדער כאטש א דיסקוסיע איבער זיי?

http://akadamya.fav.co.il
די סייט (וואס ריפט זיך 'אתר' די ביה יחדון רוחין ונפשין'...) האט שייכות מיט רב ענבל, איך ווייס נישט צו די גאנצע תוכן האט ער געשריבן אדער נאר א טייל דערפון,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

איך האב שוין דערמאנט אויבן דעם סייט, און אזוי ווי דיר ווייס איך נישט עד כמה יד הרב ענבל מעורב בו אבער ס'איז נקרא על שמו.
אזוי אויך די פאלגנדע סייטס:
http://evolutions.fav.co.il/
http://yadaan.fav.co.il/

די קונסטרסים וואס איך האב דערמאנט זענען זיכער פון הרב ענבל דנן.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מאי 30, 2016 11:54 pm

הוגה האט געשריבן:
יישר כח פאר די לינק.

איש חזון האט געשריבן:פאלגנד קען מען אראפלאדענען עטליכט פון זיינע ווערק.

היש בסיס הלכתי לקוד לבוש לנשים? תגובה לנדב שנרב פורסם בהמעיין עם השמטות

סקירה על תשובות והנהגות חלק ו' (למעשה איז עס נישט אריין אין ישורון).

חכמה יוונית פורסם בקולמוס.

הנקודה הישראלית במגילת אסתר פורסם בקולמוס.

סלע המחלוקת פורסם בישורון.


קיין איינער פון די לינקס ארבייטען נישט. ווי אויך אלע אנדערע לינקס וואס דו לייגסט פון אוה"ח ארבייטען נישט. ביטע לייג איבער. בעיקר האב איך אן אינטערעסע צו זעהן זיין תגובה לנדב שנרב, נאכדעם וואס איך האב שיין צונומען און באשריבן די פיר מאמרים פון אקדמות.


.

לכאורה ניצטו טאפאטלק. איך שטעל ארויף די תגובה.
היש בסיס הלכתי לקוד לבוש לנשים.pdf
(493.55 KiB) אראפגעלאדנט 83 מאל

אגב, צום סוף איז דא אן אינטערסאנטע שמועס און פאקטן איבער הרחקה מעניני נשים וכו' בימי קדם. (איך מיין אז דאס האט מען נישט געדריקט אין המעיין)

אגב, שנרב האט געענפערט אויף די תגובה און מפי השמועה האט ענבל צוריקגעענפערט\גייט צוריקענפערן דערויף.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Daum [Bot] און 3 געסט