הרב יהושע ענבל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 633 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הרב יהושע ענבל

שליחה דורך איש חזון »

דא האב איך ארויפגעשטעל דעם ספר "תורה שבעל פה - שמונה פרקים לסמכותה ודרכיה", פון הרב יהושע ענבל.
מאנכע זענען אינטערסיט געווארן צו וויסן אביסל איבער דעם מחבר, וואס ידידנו @אדנירם האט אים באטיטלט אין קאווע שטיבל ערגעץ ווי, "א יונגער כוכב עולה" בעניני דת ואמונה, (ער איז אכט און דרייסיג יאר אלט), וועל איך בע"ה פרובירן אראפצושרייבן אביסל איבער אים, (איך אנטשולדיג זיך אז איך בין נישט קיין מורא'דיגע שרייבער).

הרב יהושע ענבל, איז קודם כל אן אויסטערלישער גאון און עילוי, א "חזונאישניק" (זעה מער שפעטער), ער איז א ראש הכולל אין מודיעין עלית. ער האט מחבר געווען א ספר מיט'ן נאמען, נישט מער און נישט ווייניגער ווי "יורה דעה" (ער איז א 'כוכב' ווי מ'רופט עס..). דא ווערט ארום גערעדט איבער דעם ספר, (בקרוב יוכנס הספר לאוצר החכמה). דער ספר נעמט ארום גאנץ שו"ע יו"ד, ווי ער איז מסכם יעדער סימן בקיצור נמרץ, צולייגנדיג הכרעות פון גדולי הפוסקים וואס זענען מקובל ביי די חזונאישניקעס, און ער לייגט צו מדיליה חידושים וביאורים עמוקים ונפלאים, זיין בקיאות איז עפעס מורא'דיג, און זיין חריפות און "עזות" (בנוסח החזונאישניקים, באופן קיצוני) איז געוואלדיג. ער שרייבט דארט יסודות נפלאים בפסיקת ההלכה, ווי "מקומות שמצינו שהראשונים מכריעים בסברא במחלוקת אמוראים", מה זה "רוח רעה", ועוד הרבה, (ער האט אויך ליב טשיקאווע זאכן, למשל ער נעמט צוזאם בבקיאות נפלאה זאכן וואס זע'ען אויס לכאורה ווי לשון הרע וואס זענען געזאגט געווארן דורך אמוראים וגדולי הדורות, און ער איז מסיק מסקנות לויט דעם בהלכות לשון הרע..) אויך עניני היסטאריע ווארפט ער אריין, ווי למשל אין הלכות ספר תורה שרייבט ער באריכות איבער עשרה הרוגי מלכות אן אריכות נפלאה ווען דאס איז געווען (איך געדענק נישט יעצט וויאזוי עס קומט אריין אין הלכות ס"ת).
דא קען מען ליינען א סקירה אויפ'ן ספר.

המשך יבוא בע"ה (אם יהיה התעניינות).
וקרב פזורינו מבין הגויים

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר