הגאון רבי יצחק זאב ( ר' וועלוול ) אטיק זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
ירמי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הגאון רבי יצחק זאב ( ר' וועלוול ) אטיק זצ"ל

שליחה דורך ירמי' »

עס קומט אריין די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הגאון רבי יצחק זאב אטיק בן הגאון רבי מענדל שליט"א חתן הגאון רבי חיים אורי פריינד שליט"א

ר' וועלוול איז געווען א דמות וואס מען געפינט זעלטן. זיין אהבת ויגיעת התורה עד כלות, זייענדיג נישט געזינט און א אפגעשוואכטע גוף האט ער נישט מוותר געווען אויף יגיעות התורה.

געווען די מגיד שיעור בישיבת ארץ צבי ( אטיק )
די תלמידים וואס האבן געהאט די זכי' צוציזען זיין לימוד התורה האבן מיטגעלעבט א לעבעדיגע דמות פון א ממית עליה, אן התמדה ויגיעה וואס מען זעהט כמעט נישט.

נישט איינמאל האט ער געדארפט מפסיק זיין די שיעור ווייל ער האט געשפירט ווי ער פאלט צוזאם און זיך אראפגעלייגט אויף די שמאלע הארטע באנק... פאר עטליכע מינוט אין גלייך דערנאך געווען צוריק אין אשת אח דממילא.

נישט משיג געווען שיינע איד'שאפט פלעגט גאנץ אפט אריינקומען צום שיעור מיט א גלאז "מארינדע"... און מען האט צומאל געקענט עם טרעפן אין חדר האוכל מיט א "פלאפל"

פלעגט קוים שלאפן ביינאכט, געהערט פון זיין זון ר' בערל אז זיין טאטע איז א נאכט פויגל פלעגט פארשווינדען ווערן אינמיטן נאכט.

איך האב דאס אמאל בייגעוואינט א פרייטאג ביינאכט שבת אויפרוף פון בנו החשוב מען האט געגעסן צוזאם די סעודה מען האט נישט געבענטשט פאר ארום 12 1 איך בין געזיצן יענע נאכט אין א ביהמ"ד און ארום 3 4 האב איך באמערט ר' וועלוול אריינקומען איך האב עם נאכגעקוקט ווי ער גייט אין מקווה בזריזות "אין די קאלטע בור" פארשטייט זיך אלס א בריסקר און געדענק מען רעדט פון א קראנקע מענטש אין א קאלטע ווינטער נאכט.
דערנאך האט ער זיך נאך געדרייט א צייט דארט כנראה אז די פיאות זאל זיך טריקענען מחשש הוצאה כאטש די געגענט פארמאגט א עירוב.

תלמידים וואס דרייען זיך דא זאלן מוסיף זיין אויף מיין ארימע הערכה.
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר