בלאט 1 פון 1

ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:57 pm
דורך אדנירם
איך האב נעכטן געהערט א וואונדערליכע ערשט האנטיגע מעשה אויף הגר"מ פיינשטיין, וואס איז נאך קיינמאל נישט נתפרסם געווארן אין ערגעץ, און איז א הערליכע עפיזאד אויף דעם איש חי ורם בענקים, און איך האב עס געוואלט ארויפלייגן אין 'זיין אשכול' אין ק"ש. למרבה פליאתי ראיתי, אז פונקט אויף דעם גאון מופלג, פוסק הדור, מרומם קרנה של תורה בארה"ב, איז נישטא קיין אשכול.

אלזא בין איך דא קובע אן אשכול לכבודו - הגם איך בין נישט אין די גיסטע יעצט צו שרייבן זיין ביאגראפיע, און יעדער זאל צולייגן משלו.

[center]***[/center]

עס איז באקאנט אז רבי משה איז געווען א מופלג בענוה אויף א משונה'דיגער אופן. אומצאליגע מעשיות זענען דערציילט געווארן דערוועגן, וואו פילע מענטשן האבן זעלבסט צוגעזען מיט די אויגן ווי דער 'האיש משה' איז דער 'ענו מאוד מכל האדם'.


פון די באקאנטע אנעקדאטן איז, אז איינער האט אמאל גערופן אין גאס צו זיין חבר - מיטן נאמען משה - 'משה!', און רבי משה פיינשטיין האט זיך אויסגעדרייט מיט א נאטורליכע פשטות מיינענדיג אז מ'רופט אים. ס'איז אים נישט איינגעפאלן אז קיינער וואלט נישט געהאט די חוצפה אים צו רופן מיטן נאמען.

עס איז אויך באקאנט, און עס איז געבליבן באשטעטיגט אין זיינע בענדער שו"ת אגרות משה, אז כמעט יעדע שואל הלכה האט צוריקבאקומען אן ענטפער 'לידידי' הרב וכו', טראצדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווער דער שואל איז. דער סיבה איז געווען פשוט, אז יענער זאל זיך שפירן אין די הימלען אז רבי משה באצייכנט אים אלס זיין ידיד...!


אבער די מעשה וואס איך האב נעכטן געהערט, אז א 'שאקינג סטארי', אריינקלערנדיג אז דאס איז א יחיד במינו'דיגע התנהגות, פון אט דעם צדיק מופלג, און זאל עס דא פאראייביגט ווערן לעולמי עד:

[center]***[/center]

א חבר מיינע האט ממש לעצטנס אנגעטראפן אין א געוויסע געשעפט עפעס אן עלטערע גוי, וואס איז געווען נאנט מיטן געשעפטס אייגנטומער. איינמאל איז ער דארט געווען היבש פרי, און יענער גוי פרעגט אים אויב ער האט שוין געדאוונט, מיין חבר האט אים געענטפערט אז יא, און געפרעגט אויב ער איז נישט צופעליג א איד - וויבאלד ער פרעגט זיך נאך און ווייסט פונעם ווארט 'דאווענינג'.

צו זיין וואונדער, האט אים יענער געענטפערט אז יא, דער 'גוי' איז גאר א איד פון די איסט-סייד, וואס זיין גאנצע משפחה איז געווען זייער שוואך אין אידישקייט כדרך שאר אנשי אמעריטשקע בימים ההם, און דערפאר איז ער נישט אויסגעוואקסן פרום.

נאכן שמועסן אביסל, זאגט אים יענער אומוויסנדער איד [ער האט ממש גארנישט מיטגעהאלטן דעם היינטיגן פרומען לעבן. ממש עכט אפגעהאקט פון זיין אפשטאם ליידער], אז ער האט געוואוינט בשכינות פון עפעס א רב, וואס ער ווייסט נישט אויב מיין חבר האט בכלל אמאל געהערט פון אים, אבער ער האט אים זייער געשעצט. ווען מיין חבר האט אים געפרעגט דער נאמען פונעם רב, האט אים יענער געענטפערט: א ראביי מיטן נאמען 'משה פיינשטיין'...

ווי פארשטענדליך האט אים מיין חבר געזאגט, אז דער איז נישט סתם עפעס א 'ראביי', און ער איז נישט נאר באוואוסט אין עפעס א געגענט'ל אין איסט-סייד, נאר איז ברייט בארימט איבערן גארער וועלט אלס איינע פון די גרעסטע ראבייס אין זיין צייט, און אין יעדע ביהמ"ד געפונען זיך זיינע ספרים א.א.וו. יענער האט הנאה געהאט, זאגנדיג אז דער ראביי איז באמת געווען א חשוב'ע מענטש, און דאן האט ער דערציילט די פאלגענדע אנעקדאט וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים זעלבסט, בשייכות'ן 'ראביי'.

ליינט און שטוינט!

דער איד איז דאן געווען א בחור'ל, וואס האט נעבעך כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט אידישקייט, און האט כמעט גארנישט געוואוסט וועגן אידישקייט. געוואוינט האט ער אויפן זעלבן גאס ווי רבי משה פיינשטיין, און יעדעס מאל ווען רבי משה איז אריבער זיין הויז און האט אים געזען, האט ער אים געבעטן אז ער זאל קומען דאווענען אין שול אום שבת - קענטליך מיטן רצון אביסל מקרב צו זיין דעם אומוויסנדן בחור'ל. דער בחור האט זיך געשפירט אומבאקוועם, אבער האט געהאט דרך ארץ פארן ראביי.

איינמאל ווען רבי משה האט אים געבעטן ער זאל קומען דאווענען, האט זיך דער בחור'ל גענומען מוט, און זיך געוואגט צו פארשטעלן א טענה צום 'ראביי': איך שפיר נישט קיין שום טעם און געשמאק אין דאווענען, פארוואס זאל איך קומען צום דאווענען? איך האב ליב צו שפילן באלל מיט מיינע חברים, אפשר זאל דער ראביי קומען מיטהאלטן מיין שפיל?! צו זיין וואונדער, האט אים רבי משה געענטפערט אויפן פלאץ: ווייסטו וואס? לאמיר מאכן א 'דיעל', דו קומסט דאווענען און איך קום מיטהאלטן דיין 'באלל געים'!

דער בחור האט נישט געהאט קיין ברירה, און איז געקומען דאווענען אין שול. אינמיטן וואך, האט ער צו זיין גרויסע שאק געזען ווי דער הויכגעשעצטער ראביי קומט אריבער מיטהאלטן זיין באלל געים מיט זיינע חברים! ער האט זיך געשעמט אז ער האט ווירקליך געמאכט דעם חשוב'ן רב קומען, אבער רבי משה האט זיך אראפגעזעצט מיט א פשטות, און מיטגעהאלטן דעם גאנצן געים!!!

"די נעקסטע פאר וואכן, בין איך יעדע שבת געקומען דאווענען אין שול, כאטש אונזער 'דיעל' איז געווען אויף איין שבת..." - האט דער אומוויסנדער איד'ל אויסגעפירט פאר מיין חבר - - -


דאס האט ער דערציילט ריכטיג 'משיח לפי תומו', נישט וויסנדיג אפילו אז דער 'ראביי משה פיינסטין' איז גאר געווען און פארבליבן נערץ ונקדש, אלס דער פוסק הדור.