Re: ערשט-האנטיגע שטוינענדע עפיזאד אויף הג"ר משה פיינשטיין זצ

הרב פיני דוננער איבער רבי משה פיינשטיין און די מענה לאיגרות.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:געהערט דער שבת.
ס'איז דא א ספר מיט'ן נאמען 'מענה לאגרות' פון איינער ביים נאמען שווארטץ, וואס רעדט זייער מיאוס און חוצפה'דיג אויף הרב משה פיינשטיין.
דער וואס האט דער ספר וועט באמערקען אז ס'איז זייער ענדליך צו דער אגרות משה. דאס איז נישט קיין צופאל. זיי האבען גענוצט די זעלבע דרוקער. דער דרוקער איז געגאנגען צו הרב משה פיינשטיין און געפרעגט צו ער מעג עס דרוקען. הרב משה האט איהם געזאגט אז ער מעג עס דרוקען פאר זיין פרנסה.
א מעגליכקייט געהאט אפצושטעלען זיין בזיונות, נאר נישט געוואלט אפשטעלען יענעמ'ס פרנסה!
ער דערמאנט אויך די סאטמארע מחלוקת קעגן רבי משה, איך ווייס נישט ווי אקוראט ס'איז, אדרבה, ווער עס ווייסט קען זיך אנרופן.
https://youtu.be/qgcePrdZdaQ