ר' בן ציון שענקער vrs ר' יענקעלע (לייזער)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

ר' בן ציון שענקער vrs ר' יענקעלע (לייזער)

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך פלעג א סך מאל טראכטן צו זיך, וויאזוי וואלט געווען ר' יענקעלע פשעווארסקערס אנזעהן ווען נישט וואס ער ווערט אן איידעם ביי ר' איציקל. און ווען נישט ער ווערט דורך זיין שווער געשטערט פון אפ'גט'ן זיין רעביצין און ווען נישט ער ווערט מיניפולירט קיין אנטווערפן אוועק פון זיין באליבטער איסט סייד. זיין געשמאק און שיחות כמעיין המתגבר, זיין ליבליכקייט און צוגעלאזנקייט, האט ער דאך געהאט אפילו אן א זיין אן איידים ביי ר' איציקל. און ער פלעגט טאקע פאקטיש מפיץ זיין פון זיין אוצר אין יאנג איזראעל בעת ער איז געווען כל כולו מנותק פון ר' איציקל. וואלטן דאס מענטשן מיט די יארן אפרישיעטעט אזויווי מען האט עס ווען ער איז געווען אונטער זיין שווערס הויף, אדער וואלט ער סתם געווען א באטאמטער אידל מיט נישט מער ווי א גוטער נאמען אין זיין געגנט אינעם איסט סייט אדער וויליאמסבורג?

יעצט ווען עס איז אויסגעפאלן זיין יארצייט, בעיצומו של האבלות בין אלו הדבוקים בצלילי האצילות אויפן פטירה פון דעם שופר פון ניגוני מאדזיץ וואס איז די לעצטע צעהן יאר פארוואנדלט געווארן ווי דער סענטראלער גייסט פון אטענטיש חסידישע מוזיק, און ממש פארוואנדלט געווארן אין א רבן של ישראל פאר אלע וואס האבן געוואלט נתקרב און העכער ווערן דורך געהויבענע מוזיק, האב איך אנגעהויבן צו קלערן פון א שטיקל בילד וויאזוי ר' יענקעלע וואלט געקענט אויסזעהן אין די וועלט אפילו אן זיין שווערס אים האלטן מיט שטריק צו זיין הייפל.

איך האב פלוצלינג אנגעהויבן צו באמערקן א שטארקער ענדליכקייט צווישן ר' יענקעלע און ר' בן ציון, זיי האבן ביידע פארמאגט א געוואלדיגער ענוה און צוגעלאזנקייט. זיי האבן ביידע ליב געהאט צו שמועסן און זיין מיט מענטשן, און נישט מבחין געווען צווישן יונג און אלט, ביידע האבן ליב געהאט אמת'דיגקייט און נאטור. ביידע האבן זיי עוסק געווען א גאנץ לעבן מפרסם צו זיין מורשת רבותיהם, ר' בן ציון די נגינה, און ר' יענקעלע די סיפורים און פנינים. ביידע זענען געווען פיאנערן אין קאסעטן, פון די מערסט פארשפרייטע סעריע קאסעטן ביים היימישן עולם במשך צענדליגער יארן זענען געווען די קאסעטן פון ר' בן ציון אין נגינה, און פון ר' יענקעלע אין סיפורים ופנינים. אלזא, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז ר' יענקעלע אלס אידל אין די איסט סייד וואלט געענדיגט אזויווי ר' בן ציון. א לעגענדע אין קוועליגקייט, השראת אחווה, שמחה, געשמאק, נארמאלקייט, גראדקייט, און ענוה.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר