קינד_אן_קייט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב עס נעכטען געליינט. ממש אין מילים! פון ווי האסטו געהערט פון איהם? וואס האט דיר מעורר געווען איהם צו באשרייבען?
און בעיקר, וואס איז טאקע געווען זיין פאליטישע כח?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמערל האט געשריבן:די חסרון פון מאזעס לויט זיינע געגנער איז ער האט בכלל נישט אויפגעטוהן. למשל די בי קיו אי שפארט נישט לשיטתם קיין טרעפיק וכדומה.
קינד_אן_קייט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
שש משזר האט געשריבן:הגם די עצם ארטיקל דערציילט נישט גענוי וואס די עוולות פון ראבערט מאזעס זענען געווען, און וואס פונקטליך דער ראבערט השני האט אויפגעדעקט
קורקלענד האט געשריבן:כ'מיין ס'וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע אשכול צו דיסקוסירן די ארטיקל פון מאזעס.
אזא שיין ארבייט ס'מיר שווער זיך צו לייגן שלאפן פאר איך לייען עס אדורך.
קורקלענד האט געשריבן:@שטיסל ס'נישט מעגליך צו באשרייבן עלף הונדערט בלעטער אין אן ארטיקל פון קוים עלף בלעטער. מ'זעהט פונעם ליינען דעם ארטיקל אז @קינד_אן_קייט האט דורך געליינט די ביכל פון דעקל צו דעקל. ווי אויך האב איך פארשטאנען אז ער האט אויך געליינט נאך דאקומעטעריס און ארטיקלעך אויף איהם. קינד_אן_קייט האט אויך א שטארקע כח אין זיין פעדער מיט דעם וואס ער האט שטארק מקצר געווען אבער מ'האט אין יעדע ווארט געקענט ליינען א גאנצע זאץ. איך האב גאר שטארק הנאה געהאַט פון ליינען און ס'האט מיר געצויגן גאר שטארקע אינטערעסע. איך האב זיך אויך אביסל גע'חידוש'ט אז כ'האב פון דעם פארשוין קיינמאל נישט געהערט. נאכן ליינען דעם ארטיקל האב איך שיינער הייט צוגעלייגט דעם ביכל צו מיין ליסטע פון ביכער וואס דארפן געליינט ווערן.
אז דו ווילסט ליינען מער וועגן איהם זיי אזוי גוט און לייען דעם גאנצן ביכל. פון גוגל'ן א פאר בלעטער פאר צוויי דריי מינוט און טרעפן אפאר פאקטן וואס דער שרייבער האט ארויסגעלאזט מחוסר מקום און אויף דעם קריטיקירן איז נישט יושר. ער האט קלאר געשריבן אז ער קען נישט אלעס שרייבן און האט נאר געשריבן וואס ער האט פארשטאנען איז וויכטיג נאכן ליינען די 'גאנצע' ביכל. ווען דו וואלסט געליינט די גאנצע ביכל און הערשט נאכדעם קריטיקירט וואלט איך אנגענומען דיין קריטיק. אבער אזוי ווי די לאזט קריטיק בעיזט אויף אביסל אינפארמאציע וואס די האסט געזען אויף גוגל איז עס שוואכע קריטיק.
כ'וואלט עס געקענט מאכן קערצער אבער אזוי ווי דו האסט א מנהג פון שרייבן גאר לאנגע הודעות האב איך געפילט אז איך מיז עס אויך מאכן לאנג..
קינד_אן_קייט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט