בלאט 3 פון 3

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:46 pm
דורך אישתישבי
עס איז אמאהל געוועהן א קליינע טיש, און עס איז געוועהן פיל, עס איז אנגעקומען א אדם חשוב, און דער גבאי וועלענדיג אין זעצען ביים טיש, האט נישט געקענט הייסען קיינעם ספעציפיש אויפשטיין, האט ער געזאגט, מפני שיבה תקום, כלומר, מען זאל זיך אויפשטעלן פאר דעם איד, האט ר' אהרן זיך פארטיפט, און געגעבען א זאג, דאס איז אפשר לויט איין שיטה!!!

כלומר, מען דארף נישט אוועק געבן א פלאץ, מען דארף זיך נאר אביסעל אינטער הייבען.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:09 pm
דורך איש חזון
אישתישבי האט געשריבן:דאס איז אפשר לויט איין שיטה!!!

ואני שמעתי: "יא ס'דא אזא שיטה''.
אגב, די ישראל'ישע באס קאמפעניס האלטן ווי דעי שיטה (אויב ס'טאקע דא אזאנס).

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:13 pm
דורך diff
איש חזון האט געשריבן:אגב, די ישראל'ישע באס קאמפעניס האלטן ווי דעי שיטה (אויב ס'טאקע דא אזאנס).

מקור?

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:37 pm
דורך איש חזון
diff האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:אגב, די ישראל'ישע באס קאמפעניס האלטן ווי דעי שיטה (אויב ס'טאקע דא אזאנס).

מקור?

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:15 am
דורך ארי נוהם
א שיינע מעשה'לע, געדריקט אין מחנה חרדי גליון #1762 (מלבוש 'בעקיטשע', ג'):

בימות החורף בשנת תש"ח (כאשר התחוללה מלחמה בארץ ישראל), עלה הרה"ח ר' משה גראס ז"ל לראשונה מגענף לארה"ק כדי לקבל את פני קדשו של כ"ק מרן מהר"א זי"ע. בשהותו במחיצת הקודש הבחין שמרן זי"ע לובש 'בעקיטשע' משומש ומיושן שאף היו בו טלאים, ועגמה נפשו מאוד על כך בזכרו את הדר תפארת גדולתו של מרן בשבתו על כסא מלכותו בעיר בעלזא בימים כתיקונם, ועתה הגיע המצב עד כדי כך שמרן לובש 'בעקיטשע' קרוע.

הלך איפוא לקנות חתיכת בד של משי על מנת לתפור 'בעקיטשע' חדש עבור מרן זי"ע, והזמין גם חייט שיבוא למעון קדשו של מרן כדי לקחת את המידות כנהוג. כאשר סיפר הדבר למרן וביקש רשות שיבוא החייט לקחת את המידות, נשא מרן זי"ע את עיניו עליו במבט של תמיהה ואמר לו: "איך פארשטיי דיר נישט, יודיש בלוט גיסט זיך אויף די בערג, וועל איך מיך יעצט מאכן מלבושים?"

Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט געהערט א מעשה.
דער בעלזער רב האט אמאל גערעדט אז מ׳גייט שוין דאווענען, און נאך דעם זיך פארזוימט אויף עפעס כדרכו בקודש. שלום פויגעל איז נערוועז געווארען, און ער איז אריין מיט די טלית און תפילין, זאגענדיג "מ׳קען שוין גייען דאווענען".
דער בעלזער רב האט איהם גע׳ענטפערט "יא, דעים עצה קען איך אויך"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:38 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט געהערט א מעשה.
דער בעלזער רב האט אמאל גערעדט אז מ׳גייט שוין דאווענען, און נאך דעם זיך פארזוימט אויף עפעס כדרכו בקודש. שלום פויגעל איז נערוועז געווארען, און ער איז אריין מיט די טלית און תפילין, זאגענדיג "מ׳קען שוין גייען דאווענען".
דער בעלזער רב האט איהם גע׳ענטפערט "יא, דעים עצה קען איך אויך"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די מעשה איז געוועהן מיט ישראל קלאפהולץ וואס איז אויך געוועהן א שטיק צייט א משמש ....

הודעהפורסם: זונטאג יולי 15, 2018 7:37 pm
דורך ארי נוהם
דא האט איר א טוויסט, א מעשה פון ר' אהרעלע וואס ווייזט אז ער האט גאר געהאלטען פונם יפה תורה עם דרך ארץ. עס איז געדריקט געווארען אין מחנה חרדי צוויי יאר צוריק צום יארצייט פון רב ז"ל (גליון 1749). איך ברענג עס ככתבו וכלשונו:

סיפר הרה"ח ר' הערשל יערוסלב'ער ז"ל: פעם בא אחד מפליטי השואה שגר בתל אביב אצל כ"ק מרן זי"ע לתפילת מעריב יחד עם בחור אחד שלמד אצלו בעיר קראקא, והתלונן עליו שעזב את הלימוד והלך לעבוד.

הגיב מרן זי"ע ואמר: "א גלייכע זאך", והמשיך: "על מאמר חז"ל ששואלים למעלה את האדם 'קבעת עתים לתורה?' כותבים ראשונים: אז מ'דארף זיך אפרייסן פון די צייט כדי צו לערנען תורה, און חז"ל זאגן: 'טוב תורה עם דרך ארץ'..."

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:36 pm
דורך ארי נוהם
כ'האב געזען נאך צוויי שיינע מעשיות איבער דאס נארמאלקייט און געשמאקייט פון ר' אהרלע בעלזער, כ'וועל זיי אראפברענגען למען יעמדו למשמרת.

אין "בקודש פנימה" פון די באקאנטע משב"ק ר' יצחק לנדא, דערציילט ער (ח"א עמ' שי"א) וואס ער האט געהערט פון הג"ר יצחק שטיינבערג אב"ד יערסלוב און שפעטער ראב"ד יפו, אז אין שטאט יערסלוב בעפאר די קריג איז געווען א קינד וואס איז געווען גאר קראנק, און די דאקטוירים האבן געזאגט אז ס'נישטא קיין אנדערע עצה ווי אים צו געבן חזיר פלייש. הרב שטיינבערג, דער רב אין שטאט, האט געזאגט פארן טאטן אז מ'דארף אים טאקע געבן די פלייש אלס פקו"נ.

דער טאטע איז אבער נישט געווען רואיג מיטן דארפן געבן חזיר פלייש, האט ער געזאגט פארן רב אז ער וויל אויך פרעגן חוות דעת פון בעלזער רב מהר"א. הרב שטיינבערג האט אים געזאגט אז ס'קלאר אז בעלזער רב וועט אויך אזוי פסק'נען צוליב חשש פקו"נ, ער האט אבער צוגעלייגט אז ער וויל צוריק הערן וואס בעלזער רב האט אים געענטפערט.

ווען ער איז צוריקגעקומען אין שטאט, האט ער דערציילט פאר הרב שטיינבערג אז בעלזער רב האט אים עס טאקע מתיר געווען, אבער האט צוגעלייגט צום טאטן אז ער זאל נישט דערציילן פארן קינד אז ער געבט אים חזיר פלייש, ווייל ס'וועט אים שטארק צוברעכן אז ער האט אמאל געדארפט עסן אזא מאכל!

פשטות, אבער גלייכצייטיג גאונות בהבנת נפש האדם, וואס נישט דער טאטע און נישט דער רב פון שטאט האבן געטראכט דערפון.

---

די צווייטע מעשה איז געדריקט אינעם מחנה חרדי דעם יום טוב פסח עמ' 85, צווישן די זכרונות פון בילגורייער רב וואס האט פארצייכנט מה שראה בבעלזע ושמע מאחיו ר' אהרעלע. די מעשה (אות כ"ח) איז פשוט זיס און ווייזט אז בעלזער רב האט געקענט מאכן א ווערטל:

אין טשערנאביל פלעגט מען זאגן הלל מיט א ברכה, ביים באקן די מצות ערב פסח. ר' אהרעלע האט אים נאכגעזאגט בשם אביו מהרי"ד צוויי טעמים דערצו. 1) ווייל ס'שטייט אין אחרונים אז מ'מעג באשטימען א מנהג צו זאגן הלל מיט א ברכה אויף סיי וועלכע מאורע, אויב רוב שטאט איז מסכים דערצו. 2) ווייל ר' מאטעלע טשערנאבילער ובניו האבן געשפירט די זעלבע קדושה וואס די אידן האבן געשפירט ביים זאגן הלל ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין ביהמ"ק אין ירושלים, און אז מ'שפירט אזא קדושה קען מען זאגן הלל מיט א ברכה.

האט ר' אהרעלע צוגעלייגט דערצו, אז דער צווייטער טעם "טאר מען נישט אויסזאגן פאר די ליטוואקעס"...

[עד כאן מרשימת בילגורייער רב].

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2019 5:34 am
דורך שבת אחים
געהערט אמאל א מעשה אז ס׳איז געוועהן א ״פושעי ישראל״ וועמען די בעלזער רב זצ״ל האט געהייסן די גבאים מ׳זאל אים ארויסווארפן פון ביהמ״ד. האבן אים די גבאים געזאגט ״יענער קומט שוין לאנג נישט אין שול אריין״ האט די רב געזאגט ״לאדענט אים איין צוקומען איינמאל אין שול אריין כדאי מ׳זאל אים קענען ארויסווארפן״ :lol:


ס׳מאכט מעהר סענס אז סאיז געווהן ביי הרה״ק ר׳ ישכר דוב נישט ביי הרה״ק ר׳ אהרן.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2019 8:33 am
דורך זאפטיג
א איד איז געקומען צון רב ז''ל זאגנדיג (מן הסתם מיט אביסל אומבאהאלפנקייט) אז ער גייט זיין יו''ט ''ביי' די קינדער, האט אים דער רב ז''ל פאראכטן: ''מיט'' די קינדער

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2019 10:15 am
דורך וואלווי
ארי נוהם האט געשריבן:---

די צווייטע מעשה איז געדריקט אינעם מחנה חרדי דעם יום טוב פסח עמ' 85, צווישן די זכרונות פון בילגורייער רב וואס האט פארצייכנט מה שראה בבעלזע ושמע מאחיו ר' אהרעלע. די מעשה (אות כ"ח) איז פשוט זיס און ווייזט אז בעלזער רב האט געקענט מאכן א ווערטל:

אין טשערנאביל פלעגט מען זאגן הלל מיט א ברכה, ביים באקן די מצות ערב פסח. ר' אהרעלע האט אים נאכגעזאגט בשם אביו מהרי"ד צוויי טעמים דערצו. 1) ווייל ס'שטייט אין אחרונים אז מ'מעג באשטימען א מנהג צו זאגן הלל מיט א ברכה אויף סיי וועלכע מאורע, אויב רוב שטאט איז מסכים דערצו. 2) ווייל ר' מאטעלע טשערנאבילער ובניו האבן געשפירט די זעלבע קדושה וואס די אידן האבן געשפירט ביים זאגן הלל ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין ביהמ"ק אין ירושלים, און אז מ'שפירט אזא קדושה קען מען זאגן הלל מיט א ברכה.

האט ר' אהרעלע צוגעלייגט דערצו, אז דער צווייטער טעם "טאר מען נישט אויסזאגן פאר די ליטוואקעס"...

[עד כאן מרשימת בילגורייער רב].


א"א הק', אז די ערשטער טעם טאר מען אויך נישט אויסזאגען. פאר די ציונים...

נכתב לכבוד יום ה' אייר הממשמש ובא..

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:17 pm
דורך ארי נוהם
הערטס א מעשה, ווען ניש כ'זע עס אויף בעלזער רב ז"ל העט'ך ווען געזאגט אז סאטמארער רב, דער בארימטער ווערטל מאכער, האט עס געזאגט. די מעשה איז געדרוקט אין מחנה חרדי, גליון 1884, קוראי ענג עמ' 27, מתוך עדות'שאפט פון יעקב פרסטר - א גבאי פון בעלזער רב ז"ל (און זיידע פון דער באקאנטער אט"ד, דאכצך):

הרה"ח ר' יוסלע קארנפעלד - טורנער ז"ל, קרא לעצמו "בזשעסטיקער רב" כדי להשתמט מהצבא הפולני.
פעם כשבא לארץ ישראל הר"ח ר' מאיר יחיאל וואלקענפעלד בנו של הרב מבזשעסטיק ז"ל, ודיברו בבית מרן זי"ע שהוא מגיע, אמר מרן זי"ע בבדיחותא:
"וואס וועט יעצט זיין? זאל דער בזשעסטיקער רב'ס זון רופן דעם בזשעסטיקער רב צו דין תורה צום יפו רב (הרה"ג ר' אברהם מהודר ז"ל), און ער וועט זיי אויסגלייכן..."


און יעך זאג אז אויב ער האט געקענט ווערטלען ווי עס דארף צו זיין, איז וואזשע מאכן פון א געשמאקע באטעמטע אידל עפעס א מאדנער מענטש?

הודעהפורסם: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
ארי נוהם: ווייל ער האט געהאט די אנדערע זייט אויך. ער האט געזאגט און געטון זאכן וואס ער האט געזעהן ברוח קדשו און געהאט טעמים כמוסים און..."קפידות"... וואס דער עולם האט נישט פארשטאנען...!