הרב אברהם יצחק הכהן קוק

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:38 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גאר באלערנטע מאמר אויף דער ספר האורות, קען מען זע'ען דא, ווי דער שרייבער, א תלמיד מובהק פון דער רידב"ז פון סלוצק און צפת, צונעמט די התנגדות צו דער ספר האורות. ער צייכענט אן דאס אז מ'איז צוגעוואוינט צו שטחיות, און ממילא אפילו ווען מ'ליינט עפעס טיף, ליינט מען עס שטחיות'דיג, און מ'זוכט נישט צו פארשטייען דער שפראך פון דער שרייבער.
ליטוואק: ייש"כ פארן עס צוברענגן, ס'הערליכע בריוו, נאכנישט אפגעליינט מיטן גאנצן עומק, אבער אפילו אויבערפלעכליך קען מען זעהן וואספארא עמקות ס'ליגט דערין. ביטע ברענגן נאך, כ'בין זיכער אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא אין שטיבל וואס לערענט און פארשט נאך מיט א שטארקע הנאה אלעס ארום דעם ירושלימ'ר רב זצ"ל.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך Gimpel » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:17 pm

די גאון בעל שרידי אש שרייבט צ'י מהריד סאלאווייטשיק בענין ווערן רב הראשי נאך רב הרצוג הקנאים בירושלים הרגו הרב קוק וכן הרב הרצוג בכן אל תלך שם
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:23 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

מענטשן האבן פארגעהאלטן די מחבר פון די נארישע ביכל "דת הציונות" המכונה יואל אלחנן, היתכן ער שרייבט פרעכע ליגנס אויף הרב קוק, האט ער גענטפערט אז ער האט באקומען א היתר פון א רב צו שרייבן ליגן.

עיין עוד כאן. http://ravsherki.org/index.php?option=c ... mid=100512
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:37 am

יואליש האט געשריבן:דאס איז אלעמאל די קעיס: ס'ווערט א זעלבסט-פארפילטע נבואה. מ'דערביטערט איינעם דאס לעבן און נאכדעם זאגט מען: קוק, אלע וואס פארן אזוי זענען ביטער צום סוף. וק"ל.

דאס איז דאך אלץ געווען די טענה פון די קריסטן, "קוקטס נאר אידן מיט וויפיל שחיטות, בלוט בלבולים, פאגראמען ענק ליידן זיך צאם, דאס איז אלץ א שטראף פאר'ן אומברענגען יאשקע".
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 10:58 am

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

מענטשן האבן פארגעהאלטן די מחבר פון די נארישע ביכל "דת הציונות" המכונה יואל אלחנן, היתכן ער שרייבט פרעכע ליגנס אויף הרב קוק, האט ער גענטפערט אז ער האט באקומען א היתר פון א רב צו שרייבן ליגן.

עיין עוד כאן. http://ravsherki.org/index.php?option=c ... mid=100512
איך ווייס נישט צו איך גלויב יענע מימרא אז מ׳מעג זאגען שקר, עס איז מעגליך אויך ארויס גענומען פון קאנטעקסט. אבער דת הציונות איז א שטיק שקר און סילוף מהחל עד כלה.

מיר דארפען געדענקען אז די איזרעאליס האבען א כח אין שקר וואס אן אמעריקאנער האט קיינמאל נישט. לדעתי איז עס א השפעה פון די אראבער. זיי האבען צייטונג שרייבערס וואס ווייסען וויאזוי אויפצובויען איין מעשה, כדי די צווייטע זאל האבען הענט און פיס, אז מ׳קען אויף דעם בויען א מימרא פון א דריטען. און הכל באשר לכל איז שקר גמור. זיי ווייסען וויפיהל אמת אריין צו שטופען כדי מ׳זאל נישט קענען לייקענען די גאנצע זאך. זיי זענען מלומד בערמומיות, ממילא קען מען קיין ווארט נישט גלויבען פון דארט. אמעריקאנער שקרנים זאגען נאר איין שקר, דער איד האט נישט די געשליפענע חשבונות פון אויפבויען איין מענטש, כדי מ׳זאל איהם גלויבען אויף א צווייטען ווען יענער זאגט אז דער דריטע איז אן איש אמת, און ממילא איז יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל אמת לאמיתו, אפילו ווען ער האט נאר נאכגעזאגט פון א פערטען. זיי קענען נאר זאגען איין שקר, נישט קיין פארפלאנטערטע. די איזרעאלי שרייבערס קענען אסאך מער, עי׳ ערך הרב שטיינמן ווי מ׳האט געברענגט קיין אמעריקא הויפענעס שקרים אויף און פון איהם.

איין משל קען איך ברענגען פון דער דת הציונית. זיי האבען מקורות און מימרות פון דער חזו"א אנאקעגען הרב קוק. כמעט אלע מימרות זענען פון איין מענטש, א גרויסע ת"ח באקאנט אלס א ריזיגע קנאי (דער שטיף טאטע פון דער פריש באקרוינטע רשכבה"ג פון בני ברק, דוכט זיך), און די מימרות אליינס צייכענען זיך אויס אלס אן אייגענעם בליק, למשל ׳דער חזו"א האט איהם געהאלטען פאר גאר א קליינע מענטש׳. דאס האט ער פארשטאנען פון דער חזו"א, און ער איז טאקע אי געווען א קנאי אי נישט געפאלגט חזו"א אויף פיהל עניינים. דער חזו"א זעלבסט האט גארנישט אזוי גערעדט.

נאך אסאך אזעלכע סילופים זענען דארט פארהאנען, ווי אויך אריכות׳ן אין אראפ ווארפען מעשה׳ס, ווען בסה"כ ווייזט ער אויף אז ער האט נישט מצליח געווען צו דערגייען דער מקור דערצו. איך האב נאר דערמאנט דער ענין בקצרה אין דער וועקער, ווייל ער איז נישט דער נושא דארט. אבער עס איז וויכטיג דאס צו וויסען, ווייל מקופיא קען מען לייכט אריין פאלען אין יענער ספר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8148 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:56 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיר דארפען געדענקען אז די איזרעאליס האבען א כח אין שקר וואס אן אמעריקאנער האט קיינמאל נישט. לדעתי איז עס א השפעה פון די אראבער. זיי האבען צייטונג שרייבערס וואס ווייסען וויאזוי אויפצובויען איין מעשה, כדי די צווייטע זאל האבען הענט און פיס, אז מ׳קען אויף דעם בויען א מימרא פון א דריטען. און הכל באשר לכל איז שקר גמור. זיי ווייסען וויפיהל אמת אריין צו שטופען כדי מ׳זאל נישט קענען לייקענען די גאנצע זאך. זיי זענען מלומד בערמומיות, ממילא קען מען קיין ווארט נישט גלויבען פון דארט. אמעריקאנער שקרנים זאגען נאר איין שקר, דער איד האט נישט די געשליפענע חשבונות פון אויפבויען איין מענטש, כדי מ׳זאל איהם גלויבען אויף א צווייטען ווען יענער זאגט אז דער דריטע איז אן איש אמת, און ממילא איז יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל אמת לאמיתו, אפילו ווען ער האט נאר נאכגעזאגט פון א פערטען. זיי קענען נאר זאגען איין שקר, נישט קיין פארפלאנטערטע. די איזרעאלי שרייבערס קענען אסאך מער, .
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אוי האסטו גוט געזאגט :like :like :like
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך נ נח » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 1:11 pm

C1B903E5-0809-456E-94AC-45B38F8FCCBF.jpeg
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 2:29 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, די אלגעמיינע חרדישע בליק אויף איהם איז ׳א גרויסע ת"ח, אבער א שטיקל א בעל דמיון׳. איז עס אמת? אדער איז לעיקוואד גערעכט, אז ער האט מער געלעבט אין די עכטע וועלט ווי אסאך אנדערע בני דורו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'איז נישט קיין סתירה. ס'איז קלאר אז ער איז געווען א בעל דמיון פון ערשטן קלאס, און זייער א געפילישע מענטש, די צוויי זאכן גייען צוזאמען. די בית ישראל האט געזאגט אויף זיין תלמיד הרב חרל"פ, "הנך אחד בכל דמיונות". און ער האט זייער גוט ארויסגעהאט די פשוטע המון עם, טאקע ווייל ער איז געווען אזוי געפיליש.

אז דו וועסט זיך גוט ארומקוקן וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאקט אויף איהם, האבן איהם קיינמאל נישט געזען, און די וואס האבן איהם גוט געקענט האבן איהם געשטיצט אפילו זיי האבן נישט געהאלטן פון זיינע שיטות. און די סיבה איז זייער א פשוטע. ער האט גערעדט פון געפיל, און די וואס האבן קיינמאל נישט געזען אזא סארט מענטש האבן געמיינט אז אין ריעל לייף פירט ער זיך אויך אויף אזוי, און די וואס האבן איהם יא געקענט האבן פארשטאנען אז ער האט נאר געמיינט ארויסצוברענגען א געוויסע נקודה און גארנישט מער.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 3:30 pm

דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.

פינקט האבעך די וואך שבת געלערנט אין איינע פון זיינע ספרים און ס'מיר געווען א פלא ווי ער האט געשריבן איבער א ענין וואס האט מיך געווינדערט, כ'האב עס נישט געקענט אנצייכענען, אבער ווען איינער אין יענע צייט וואלט עס געזעהן וואלט יענער זיכער געזאגט אויף אז ער איז א "בעל דמיון" אבער היינטצוטאגס אז מ'קוקט צוריק זעהט מען אז ער איז קיין בעל דמיון נישט געווען נאר א גרויסער צדיק און א בעל רוח הקודש
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:07 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.

איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:29 pm

ביטע זיי מסביר
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:31 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:[
איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.
ביטע זיי מסביר

למשל, איינער וואס ווערט א נזיר, און ער גיבט א נאמען פאר זיין קינד "שאר ישוב".
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 10:51 am

ער איז נישט געווען קיין נזיר, נאר מ׳האט איהם אזוי גערופען צוליעב זיין אויסזען.

פארוואס זאל ער נישט געבען א נאמען צום קינד לויט זיין געשמאק? און וואס האט עס מיט דמיון? אחוץ טאמער דמיון מיינט ביי דיר ׳גייט נישט אין שפאן׳.

ועוד והוא העיקר, דער נזיר, א.ק.א. הרב דוד כהן, פארטרעט קיינעם אחוץ זיך אליינס. הרב קוק האט נישט זיין דמיונות געהאט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8148 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:58 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער איז נישט געווען קיין נזיר, נאר מ׳האט איהם אזוי גערופען צוליעב זיין אויסזען.

קענסטו אפשר צוצייכענען א מקור?

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס זאל ער נישט געבען א נאמען צום קינד לויט זיין געשמאק? און וואס האט עס מיט דמיון? אחוץ טאמער דמיון מיינט ביי דיר ׳גייט נישט אין שפאן׳.

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א שלעכטע זאך, (איך אליין בין אויך א שטיקל בעל דמיון) און איך מיין נישט די חלק פון נישט גיין אין שפאן, איך מיין עפעס טיפערס.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ועוד והוא העיקר, דער נזיר, א.ק.א. הרב דוד כהן, פארטרעט קיינעם אחוץ זיך אליינס. הרב קוק האט נישט זיין דמיונות געהאט.

ס'איז נאר אינטרעסאנט, אז אפאר פון זיינע תלמידים זענען אזוי געווען, ס'איז דאך זיינע פירות. און גראדע ווייס איך אויך אז הרב קוק פלעגט האבן אקעגן איבער זיין בעט אין
ישיבת וואלאז'ין א טאוול אויף וואס ס'איז געשטאנען די שם הוי"ה, און פלעגט איינשלאפן אזוי קוקנדיג אויף דעם.
קען זיין אז בעל דמיון איז נישט די ריכטיגע ווארט. אדרבה אויב דו האסט א בעסערע ווארט בין איך גרייט עס אנצונעמען.
אויסער דעם וואס די בית ישראל האט זיך שוין אזוי אויסגעדרוקט אויף זיינס א תלמיד, כמבואר לעיל.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:06 pm

האסט איגנארירט דער עיקר נקודה. וואס האט עס מיט דמיון? פארוואס איז א מאדנע נאמען ׳דמיון׳? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וכן נמי לענין שם הוי"ה, וואס האט עס מיט דמיון?

אז דו ווילסט זאגען אז ער האט זיך געדמיונ׳ט אז די פרייער אידען ווילען הערען תורה, אז משיח׳ס צייטען הייבען זיך אן מיט א זעלבסשטענדיגע פאליטישע ווערטשאפט, אז ער קען עפענען א ישיבה וואס וועט נישט האבען קיין שום חסרונות, אז ער וועט קענען לעזען אלע הלכה׳דיגע שאלות מיט זיין פראייעקט, ממילא. אבער דיין משלים זענען בכלל נישט בקשר מיט דמיון.

און די אלע זאכען וואס איך האב געשריבען קען מען דן זיין צו ס׳איז געווען דמיון צו פראפעטיש. ווען יעדער האט געמיינט אז די ציוניזם שמד׳ט אידען, איז עס היינט די גרעסטע מקשר פון אידען צום תורה, ווי כמעט יעדער איד האט א בעסערע רוחניות׳דיגע צושטאנד אין א"י ווי אין חו"ל, פון דער חילוני צו דער מסורתי צום דתי צום חרדי. מ׳קען נאכאלס שטארק דן זיין, אבער דער בית ישראל האט זיך בכלל נישט אויפגעוויזען ווי א פראפעטישע מנהיג, וואס קען פאראויס זאגען וואס קומט באלד, אז מ׳זאל איהם אננעמען אין דער ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8148 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:13 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט איגנארירט דער עיקר נקודה. וואס האט עס מיט דמיון? פארוואס איז א מאדנע נאמען ׳דמיון׳? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וכן נמי לענין שם הוי"ה, וואס האט עס מיט דמיון?

אז דו ווילסט זאגען אז ער האט זיך געדמיונ׳ט אז די פרייער אידען ווילען הערען תורה, אז משיח׳ס צייטען הייבען זיך אן מיט א זעלבסשטענדיגע פאליטישע ווערטשאפט, אז ער קען עפענען א ישיבה וואס וועט נישט האבען קיין שום חסרונות, אז ער וועט קענען לעזען אלע הלכה׳דיגע שאלות מיט זיין פראייעקט, ממילא. אבער דיין משלים זענען בכלל נישט בקשר מיט דמיון.

און די אלע זאכען וואס איך האב געשריבען קען מען דן זיין צו ס׳איז געווען דמיון צו פראפעטיש. ווען יעדער האט געמיינט אז די ציוניזם שמד׳ט אידען, איז עס היינט די גרעסטע מקשר פון אידען צום תורה, ווי כמעט יעדער איד האט א בעסערע רוחניות׳דיגע צושטאנד אין א"י ווי אין חו"ל, פון דער חילוני צו דער מסורתי צום דתי צום חרדי. מ׳קען נאכאלס שטארק דן זיין, אבער דער בית ישראל האט זיך בכלל נישט אויפגעוויזען ווי א פראפעטישע מנהיג, וואס קען פאראויס זאגען וואס קומט באלד, אז מ׳זאל איהם אננעמען אין דער ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונז ביידע האלטן די זעלבע זאך, אונז האבן נאר אנדערע ווערטער פאר די זעלבע זאך, איך רוף עס דמיון, וויאזוי רופסטו עס?
און ניין די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט רוף איך נישט דמיון, אויב עפעס איז עס א טעות נישט דמיון.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:27 pm

בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8148 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:41 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער האט ער עס נישט ממש אזוי אויסגעדריקט ווי פון יעדע מעשה'לע וואקסט ארויס א לאנגע בארד, און נאך אלע מעשה'ס איז עס נאר א מעשה
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 7:10 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער האט ער עס נישט ממש אזוי אויסגעדריקט ווי פון יעדע מעשה'לע וואקסט ארויס א לאנגע בארד, און נאך אלע מעשה'ס איז עס נאר א מעשה

ער האט געמיינט די סארט התתנהגות פון כאפן מלאכים. דאכצעך מיר אז דאס איז געווען די חילוק צווישן קאצק און גור. אין קאצק איז מען געווען פארנומען מיט הויכע ענינים, כאפן מלאכים, דאווענען שפעט וכו', משא"כ אין גור האט מען זיך געהאלטן מער אין די ראמען, נישט פארברענגט קיין צייט, געדאוונט פרי, נישט כאפן קיין מלאכים, און די בית ישראל ווי משוגע ער איז נאר געווען האט ער אבער געהאט די סארט נארמאלקייט, און ער האט נישט געקענט ליידן די סארט התנהגות.
די מעשה האב איך געהערט פון איינער וואס האט זיך אסאך געדרייט אין גור.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 7:19 pm

דמיון=אימעדזשינעישן=וויזשען
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 8:09 pm

מפוזרי האט געשריבן:דמיון=אימעדזשינעישן=וויזשען

וואס דארף דאס צו זיין? א קשיא, א תירוץ, אן איבעיא, א פירכא, ביטע מער מסביר זיין
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 8:32 pm

א פרואוו מסביר צו זיין דאס וואס 'דו' מיינסט מיט דמיון. (וגם אני מסכים עם זה)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:39 pm

אימעדזשינעישען קען מיינען עפעס וואס שטימט דוקא נישט מיט די מציאות. וויזשען מיינט א בליק אויף א מציאות וואס גייט קומען. הרב קוק האט געהאט איינער פון זיי, מיר ווייסען נאר נישט וועלכע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8148 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:42 pm

.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 10:21 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אימעדזשינעישען קען מיינען עפעס וואס שטימט דוקא נישט מיט די מציאות. וויזשען מיינט א בליק אויף א מציאות וואס גייט קומען. הרב קוק האט געהאט איינער פון זיי, מיר ווייסען נאר נישט וועלכע.

imagination און vision קענען אויך מיינען די זעלבע זאך, נוצן די כח המדמה (imagination) און געפילן, צו האבן געפילן צו א געוויסע זאך. (דו קענסט די סארט מענטשן וואס פילן די אורות פון די חנוכה ליכט? אדער די סארט מענטשן וואס ווערן זייער איבערגענומען ווען זיי רעדן וועגן די צען מכות אדער די גרויסקייט פון שובבי"ם.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ברוך שפינוזה אום זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט