דורך דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:09 pm
דאס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך ביפאר דער קריג, פון דער טאג וואס דער סאטמאר רבי האט חתונה געהאט צום צווייטן מאל איז געווארן דער מצב אנגעשטרענגט, די צוויי האבן זיך נישט געקענט אויסקומען, דער אלטא פיגא האט איר געוואלט משלח זיין פון דעי וואן. דער סאטמאר רב האט מחליט געווען דאס צו טוהן בדרך כבוד, ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן צו פלאנצירן זיין איידעם ליפא'לע אין א שטעטל, וכאילו יענעם שטעטל האט האט אים אויפגענומען אלס רב, נו, וועלעכע שטאט?
געוועהן איז עס אויף א שבת צו א יום טוב איז צום רבי'ן געקומען צו פארן זיין פלימעניג, דער ברך משה. דער ברך משה האט שוין געהאט א רבנות שטעלע גרייט פאר אים אינעם שטעטל סעמיהאלי (דאכציך ער איז געווען באותו שעה א חתן). זאגט אים דער רבי אין א פריוואטע שמועס, כ'האב א פראבלעם ביי מיר אין שטוב, כ'בעט דיר זיי מוותר אויף דער רבנות פון סעמיהאלי, גלייב מיר ווען דער צייט וועט קומען וועל איך שוין זעהן צו שאפן פאר דיר א שיינע רבנות שטעלע". דער ברך משה איז געווען א וואויל קינד, ער ענפערט דעם פעטער, הארצן גערען.
איז דאך גוט, כלפי אינדרויסען האט עס אויס געזעהן זייער א נארמאלע זאך, אבער אונטערן פארהאנג, האט דער טאכטער מיטן איידעם זיך אנגעקוקט נישט מער נישט ווייניגער ווי מ'שיקט זיי אין גלות, דער שטיף-מאמע האלט ביים אויספירען אירע פינסטערע פלאן זיי פשוט און פראסט ארויס צו ווארפן פון הויז. דער רויזעלע איז נישט געוועהן קיין מפיל קינד, זי איז געווען א ריכטיגע טייטלבוים מיט אלע קלאפערגעצייג, ביז אהין איז פאטער און טאכטער זיך כמעט נישט געשייד איינעם פונעם אנדערן, ווען דער רבי פלעגט פארן האט זי מיטבאגלייט מיטגעהאלטן, באזוכט דאס הויז ווי איר פאטער וועט איינשטיין צו עס לפי כבוד וכו' וכו'. רויזעלע זאגט פאר דער טאטע "איך בלייב דא, איך גיי נישט אין ערגעץ". דער רבי איז געווען אין א שטארקע פארלעגענהייט, אינו חבוש מתיר את עצמו, ער האט זיך נישט געקענט העלפן, ער האט געוויסט דא גייט זיין פייער.
די ערשטע צוויי יאר האט זיך רויזעלע פרובירט מיט אלע קייטן צו זיין אויף דער גוטע זייט, ס'האט איר געקאסט אסאך סבלות, זי האט געארבעט אויף זיך. זי האט האט זיך אנגעשטרענקט מיט אלע כוחות. מ'דארף איר פארשטיין איר איינציגסטער בלוט און פלייש איז געווען איר טאטע, מער פון איהם האט זי נישט געהאט. דער טאטע זעלבסט האט זיך מיט איר אסאך אדורכגעשמועסט. רויזעלע האט שוין געהאט חתונה געווען ווען דער רבי האט נאך געוואוינט אין ארשיווא, זי האט מיטגעהאלטן גרעסערע און קלענערע מערכות, זי האט מיטגעהאלטן דעם טאטע'נס צער פארלירענדיג צוויי טעכטער, דער מאמע איז עטליכע יאר געלעגן קראנק, איין רויזעלע איז דאס געוועהן וואס האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבען דאס לייב און לעבען סיי פאר דער פאטער און סיי פאר די מאמע. דער פריוואטסטע ענינים האט דער רבי אדורך געטוהן זיך שואל עצה געווען נישט מיט פייוויש אשכנזי, נישט מיט לייבעלע פאשקעס, נישט מיט די פריינדס, בלויז מיט איינעם, דער איינער איז געוועהן דער טאכטער רויזעלע. זי האט געוויסט יעדער פרט בפרטי פרטיות און דאס געוויסט ערשט האנטיג אדער האט זי דאס זעלבסט געהערט און געזעהן, אויב נישט האט זי דאס געהערט מפיו הקדוש פון איר פאטער.
יעצט קומט צו גיין א פרוי, יונגער און אומערפארענט, א גאליציאנער אדורך און אדורך, און זי גייט איבערמאכן דעם רבי'ן? ער איז דאך שוין א איד אין די פופציגער יארן, ער האט שוין אסאך מיטגעלעבט מיטגעהאלטן און זיין לעבען, ווייניג מענטשען קענען זיך פארמעסטן מיט זיין עקספעריענס, ער איז כיטרע קליג, א געלערנטע מענטש, ער קען גוט דער רבנישע וועלט און דער נארמאלע המון עם בעל בתישע וועלט, צו דערצו איז ער א קדוש עליון און א תופס ישיבה.
[מ'דארף דא צו וויסן עפעס, דער אלטא פיגא וואס אונז קען מען פון ווילימסבורג, וואס האט אנגעפירט וכו', אריינגעקומען און געשמועסט מיט מענער וכו' וכו', דאס איז לגמרי נישט דער זעלבע אלטא פיגא פון סאטמאר, דארט האט זי בכלל נישט פיגערירט, מ'האט כמעט נישט געהערט פון איר, אבער דער דיקטאטורישער נאטור דאס האט זי שוין יא פארמאגט דאן, פאר דער רבי זעלבסט איז געווען זייער שווער זיך צו געוואוינען צו איר, ביידע האבן געהאט אייזערנע נאטורן וואס האט זייער אסאך מאל געקלעשט, נאר דער רבי זייענדיג דער אדם גדול בענקים וואס ער איז געוועהן..., דעריבער איז פארשטענדליך ווען שוין דא אין אמעריקא, ווען דער ברך משה האט אים גע'עצה'ט זיך צו גט'ן, איז וויבאלד ער האט געוויסט דער ריעליסטשע לעבן ווי אזוי דער פארפאלג לעבט אינאיינעם, ואכמ"ל ועוד לדלות ולהשקות בענין]
עכ"פ רויזעלע איז נישט געווען דער פרוי, דער סארט כאראקטער פון א מענטש מיט וועם מען האט זיך אזוי גרינג געקענט ווארפן, אויב אלטא פיגא האט געמיינט אז מ'קען דעם רויזעלע שיקן צו די הרי אררט, האט זי אויסגעפונען זייער שנעל די נייע מענטשן וואס זענען יעצט אריין אין איר לעבן. איינמאל רויזעלע האט אויסגעפונען ווער באמת ליגט אונטער דער סעמיהאלי רבנות כבוד, און נאכדערצו ווען זי האט געזען ווי אזוי אלטא פיגא דרייט זיך ארום ווען רויזעלע איז אין שטוב כאילו זי איז עפעס איינער וואס מ'דארף שטארק אפהיטן. רויזעלע האט איינגעזען אז דער פרוי איז נישט גוט פאר א שטיף-מאמע נאך מער זי איז נישט גוט פאר דער ווירשאפט. רויזעלע האט מחליט געווען און מקיים פסק געווען זי גייט אינגאנצן איגנארירן דעם פרוי, וכאילו לא הי'.
זיך צו שלאגן מיט אלטא פיגא אפילו א קאלד וואר איז נישט געוועהן א גרינגע זאך, אבער איין רויזעלע זי איז געווען דער איינציגסטער מענטש איבער דער וועלט וואס האט געהאט עקסיס, אן איינטריט קארט צו כאטש וואס אינעם רבי'נס לעבען. דאס האט געשטערט פאר אלטא פיגא, וויבאלד זי איז דאך פארט א טאכטער, און א גאהר נאהנטע טאכטער מיט וועם איר פאטער סודות'ט זיך.
א גרויסע טויש אין זייערע לעבען, וואס האט פארערגערט זייערע אזוי גערופענעם רילעישאנשיפ, איז געקומען פון גאר א אינעסענט וועג, ממש אומשולדיג. דער סאטמאר רב האט געהאט אזא לעבענס שטייגער, ווען ער האט געוואלט שמועסן מיט איינעם גאר א האקעלע פריוואטע ענין וואס איז אים געווען נוגע, האט ער דאס מיט יענעם געשמועסט אין א אונטערשטע שטוב, דארט ווי דער שטוב מענטשן דרייען זיך נישט. דער רבי האט געוואלט זיך אויסרעדען זיין הארץ צו רויזעלע איבער ענין וואס איז געווען קרוב ללבו, און ער האט נישט געוויסט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבען, האט ער אריינגערופן רויזעלע אינעם שלאף צימער, ס'געווען רואיג און שטיל, אינמיטן איז אלטא פיגא אריינגעקומען מיט געוואשענע וועש (אדער קליידער) אוועק צו שטעלן אין א שאפער, עס איז איר שווארץ געווארן פאר די אויגן ווען זי האט זיי ביידע געטראפן זיצן אויפן רבי'נס בעט, און זיי זענען אריינגעטוהן אין א טיפע שמועס. זי האט אנגעהויבן צו שרייען, זעהט אויס אז עפעס א שוואכקייט אין איר האט געפלאצט, די זאכן וואס זי האט געהאלטן אין די הענט האט זי געגעבען א לאז אראפ אויף דער ערד. איידער זי איז ארויס האט זי געבילט "זאל זי [ווייזענדיג אויף רויזעלע] אוועק לייגן דיינע זאכן". פון די ווערטער האט רויזעלע שוין זייער גוט פארשטאנען אז דער אלטא פיגא שימפט און העצט דעם רבי'ן אקעגן איר, כאטש זי האט דאס געוויסט פון פריער, אבער יעצט האט אלטא פיגא דאס אליינס באשטעטיגט מיט אירע אייגענע ווערטער.
דאס איז די ערשטע טייל פון אלטא פיגא מיט רויזע'לע אין סאטמאר
ועוד יש לדלות ולהשקות אי"ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
דולה ומשקה אום מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:36 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)