הג"ר מאיר שפירא זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

הג"ר מאיר שפירא זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

שליחה דורך משה געציל »

אזוי ווי טויזענטער אידן גרייטן זיך מסיים צו זיין ש"ס אי"ה קומענדיגע וואך במסגרת דף היומי איז אינטערעסאנט צו וויסען אביסעל איבער די תולדות פון רבי מאיר, וואס איך שרייב דא איז צוזאמגענומען פון פארשידענע באשרייבונגען, בעיקר האב איך מיך באנוצט מיט די ווערק פון זיינס א תלמיד דוד הלחמי (ווייסברויט) וואס האט ארויס געגעבן א ביכל איבער די לעבן פון זיין רבי און פון די ישיבה. 

רבי מאיר איז געבוירען געווארען ז' אדר תרמ"ז אין שאץ וואס געפונט זיך אין באקאווינע (דרום רומעניע) צו זיין טאטע הרב יעקב שמשון שפירא, א זון פון רבי יהודה מאיר, א זון פון רבי דוב, א זון פון הרב רבי יהודה מאיר שפיטובקער, א זון פון רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע, און צו זיין מאמע מרגלא א טאכטער פון הרב שמואל יצחק שור דער בעל מנחת שי פון גאליציע. נאך אלטס יונגע בחור איז ער שוין באקאנט געווארן מיטן טיטול ״דער עילוי פון שאץ״. ער האט באקומען סמיכה אין עלטער פון פופצן יאר פון זיין גרויסען זיידע דער בעל מנחת שי, און פון הגאון ר' מאיר אריק (בעל מנחת פתים, שו"ת אמרי יושר, ועוד), און פון הגאון ר' אברהם שטיינבערג פון בראדי.

נאך זיין חתונה מיט זיין ווייב הרבנית מלכה טויבא די טאכטער פון הנגיד יעקב דוד ברייטמאן, איז ער אריבערגעגאנגען וואוינען אין טארנאפאל (אין גאליציע) ווי זיין שווער האט געוואוינט, דארטן איז ער געזעצן און געלערנט אויף קעסט ביי זיין שווער. שוין אלס אינגערמאן האט ער זיך ערווארבן א נאמען אלס א גאר טאלאנטפולער רעדנער, זיין כח הדיבור האט ער אויסגענוצט צו אויפטון פאר אידישקייט, נאך זייענדיג אין טארנאפאל האט ער געגרינדעט א פאראיין מיטן נאמען "תפארת הדת" וואס האט זיך אפגעגעבן צו מחזק זיין און ראטעווען אידישקייט אין טארנאפאל.

אין טארנאפאל האט ער אויך געדריקט זיין ערשטען ספר "אמרי דעת" על התורה, די ספר איז געווען פלפולים אויסגעשטעלט לויט די סדר הפרשיות, למעשה האט ער נישט זוכה געווען די ספר זאל פארשפרייט ווערן צוליב א פייער וואס האט אויסגעבראכן ביי אים אין דירה וואס האט פארברענט אלע ספרים וואס ער האט געהאט.

אין יאר תר"ע אלט זייענדיג בלויז דריי און צוואנציג יאר האט ער באקומען א איינלאדענונגס פאר א רבנות פאסטען אין שטאט גלינא (גאליציע), נאכען דורכרעדן מיט זיין רבי דער טשארטקובער, האט ער אנגענומען דעם פאסטען.

גלינא איז דעמאלטס געווען א שטאט ווי די השכלה ווינטען האבען זייער שטארק געבוזשעוועט, רבי׳ מאיר האט געדינט אלס א פאנצער אנטקעגן די ווינט. בכדי אפצוראטעווען דאס יוגענט האט ער אויפגעשטעלט א תלמוד תורה אין צענטער פון שטאט, די תלמוד תורה האט געדינט אלס א חדר פאר די קינדער, און אלס ישיבה פאר די בחורים. א באזונדערע שטאק האט ער אויפגעשטעלט אין דעם בנין וואס האט ענטהאלטן א שולע פאר די בחורים זיך צו לערנען א פאך א חלק פונעם טאג. באזונדער האט ער געגרינדעט א ישיבה פאר בחורים מצוינים ביי זיך אינדערהיים, צו דינען פאר מורי הוראה פארן קומענדיגען דור.

אין יאר תר"פ האט ער באקומען א איינלאדענונגס פון די קהילות אין ווארשע צו קומען דינען אלס די שטאטס רב, ער האט אבער נישט אנגענומען די רבנות, נישט אנגעבענדיג קיין טעם דערויף. שפעטער אין יאר האט ער באקומען א צווייטען אנבאט דאס מאל פון די שטאט סאנוק (אויך אין גאליציע) צו דינען אלטס רב, אין סאנוק האט רבי מאיר יא אנגענעמען דאס רבנות.

פונקט וואו אין גלינא האט רבי מאיר אין סאנוק אויך געארבעט איבערמידלעך מתקן צו זיין אלע ענינים וואס האבן געדארפט א תיקון, ער האט אויך אויפגעשטעלט א תלמוד תורה מיטן נאמען "בני תורה" ווי עס האבן געלערענט ארום צוויי הונדערט און פופציג קינדער. זיין ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט אין גלינא האט ער אריבער געברענגט קיין סאנוק, אין סאנוק האט ער אנגעפאנגען ארויס צוגעבען די אשכול קובץ ווי די תלמידי הישיבה האבען געשריבען זייערע חדושים.

רבי מאיר האט געדינט אויף די שטעלע ביז די ענדע פון תרפ"ב, ווען ער איז ערוועלט געווארן מטעם אגודת ישראל צו דינען אלטס פארשטייער פון די אידישע אינטערעסען אין די נידריגע הויז פון די פוילישע פארלמענט, א אמט וואס ער האט אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע פינף יאר.

ג' אלול יאר תרפ"ג איז אפגעהאלטן געווארן די היסטארישע רבנים פארזאמלונג באקאנט אלטס די כנסייה הגדולה, א מעמד וואס עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ואדמורי"ם פון אייראפע. ביי יענעם מעמד האט מען מכבד געעוען רבי מאיר צו געבן א רעדע, רבי מאיר האט מיט זיין אויסערגעווענליכע רעדנער אייגענשאפט באצויבערט דעם גאנצן עולם, ווי ער האט פארגעשטעלט זיינע צוויי גרויסע פראיעקטן מיט וואס ער וועט ביז היינט דערמאנט.

צום ערשט האט ער פארגעשטעלט זיין פלאן, צו פאראייניגן גאנץ כלל ישראל דורכן לערנען צוזאמען דעם זעלבן דף גמרא יעדן טאג. די פלאן האט געלויטעט אז אנגעפאנגען ראש השנה תרפ"ד זאל גאנץ כלל ישראל אנפאנגען צוזאמען דעם ערשטען דף אין מסכת ברכות און לערנען א בלאט א טאג. 

מיט זיין געשמאקן שפראך האט ער געזאגט "אויב גאנץ כלל ישראל אין יעדן פלאץ וועלען לערנען אין איין טאג דעם זעלבן בלאט גמרא, איז דען דא א שטערקערע פאראיינוגונג צווישן דעם באשעפער די תורה און די אידן?!... פארט זיך א איד און אונטער זיינע ארעמס האלט ער א גמרא מסכת ברכות, ער פארט אויף צוויי וואכן צו אמעריקא... ער קומט אן, ער שטייט שוין אויף די ערד אין אמעריקע, ער גייט אריין אין א בית המדרש, ער טרעפט אידן זיצן און לערנען דעם זעלבן דף וואס ער לערנט, און מיט איין שמחה זעצט ער זיך מיט לערנען מיט זיי, ער איז זיך מפלפל מיט זיי און זיי ענטפערן צוריק, אזוי ארום ווערט זיין גרויסע נאמען געשטארקט און געהייליגט"...

נאכדעם האט ער מציע געווען א צווייטע זאך, צו בויען א וועלטליכע ישיבה, וואו עס וועלען לערנען די בעסטע בעלי כשרונות אזוי ארום וועלן זיי קענען דינען אלס מורי הוראות און רבנים פאר די אידן איבער די וועלט.

ביידע פלענער זענען אנגענומען געווארען מיט גרויס עקסטאז, און ראש השנה תרפ"ד האבן טויזענטער אידן אנגעפאנגען "מאימתי קוראין" מיטן ציל צו ענדיגען חמשה עשר בשבט תרצ"א מסכת נדה. צווישען די פילע אידן האט זיך אויך געציילט רבנים ואדמורי"ם, דער אמרי אמת האט ראש השנה ביינאכט נאכן דאווענען זיך פארשפארט אין זיין צימער וואו ער האט געזאגט פאר די גבאים אז ער גייט יעצט לערנען דעם דף היומי.

זיין צווייטע פראיעקט פון בויען א ישיבה איז אויך אויפגענומען געווארען זייער ווארעם ביי די פארזאמעלטע, און ל"ג בעומר תרפ"ד האט ער געפייערט דעם מעמד הנחת אבן הפינה פאר זיין ישיבה אין שטאט לובלין. במשך זיבן יאר האט ער געבויט זיין ישיבה, ער האט עס פארענדיגט כ"ח סיון תר"צ. צווישען די יארן האט ער ארום געוואנדערט אין פילע לענדער - אריינגערעכענט אמעריקע - וואו ער האט געהאלטען צוויי הונדערט צוויי און פערציג רעדעס אויף צו טרייבן געלט פאר זיין ישיבה.

אין יאר תרפ"ד איז ער אויפגענומען געווארען אלס רב אין שטאט פיטריקוב, ווי ער האט ארויסגעגעבן זיין שו"ת "אור המאיר". ער האט געדינט אויף די פאזיציע פאר זעקס יאר ווען נאך זעקס יאר האט ער געמוזט פארלאזן די שטאט צו פירן די ישיבה.

אין כ"ח - כ"ט סיון תר"צ האט רבי מאיר געפייערט די עפענונגס פון די ישיבה אין לובלין, א געשאצטע איבער צוואנציג טויזענט פוילישע אידן האבן זיך באטייליגט ביים מעמד, אין שפיץ פון זיין רבי׳ דער טשארטקובער און דער אמרי אמת פון גור.

אין לובלין האט רבי מאיר געדינט אלס ראש ישיבה ווי מיט א קורצע צייט האבן אים די ראשי קהלה פון די שטאט אויפגענומען אויך אלס שטאטס רב. במשך די קומענדיגע פיר יאר איז רבי מאיר ארום געפארן איבער די וועלט שאפן געלטער פאר זיין ישיבה.

ז' חשון תרצ"ד איז רבי מאיר נפטר געווארן אין יונגען עלטער פון פיר און זעכציג יאר פון די טיפוס קראנקהייט וואס האט אים באטראפן, אזוי ווי עס איז געווען דאנערשטאג ביינאכט האט מען אפגעשטופט די לוויה אויף זונטאג, וואו עס האבן זיך באטייליגט א געשאצטע ארום הונדערט טויזענט מענטשן. מען האט אים באגראבן אין די נייע בית החיים אין לובלין. נאכן קריג האט מען מפנה געווען זיין קבר און מען האט אים ארויף געברענגט קיין ירושלים וואו ער ליגט אין הר המנוחות. 
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר