הגאון הגדול ר' משה שטערענבוך שליט"א ראב"ד עדה החרדית ירושלים

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א

שליחה דורך יין שרף »

געבוירן איז אונזער מויש'לע אין עיר הבירה לונדון, כ"ד שבט שנת תרפ"ו (פברואר דעם אכט'ן יארע 1926), צו זיין פאטער ר' אשר שטערנבוך, פון וועם ער איז אינגערהייט א יתום געווארן.
און צו זיין מוטער דבורה פינס, א טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינס, מחבר פונעם ספר "פנס שלמה" אן אייניקל פונעם ווילנער גאון.

הרב ר' אלחנן ווסרמן הי"ד איז אפט איינגעשטאנען ביי זיינע עלטערן אין לונדון, ווי שוין דאן אלץ קליין קינד האט זיך שוין מוישע'לע אנגעזאפט מיט זיינע דברי תורה וחכמה.
געלערנט האט ער אין דער בארימטע ישיבה "תורת אמת" פון הרב משה שניידער אין לאנדאן, וואו ער איז אריין אין די ישיבה ביי די ניין יאר.
שפעטער אין ער געגאנגען מקיים זיין די הוי גולה למקום תורה אין ישיבת חברון אין ירושלים.

אלס ישיבה בחור אין ירושלים איז ער נאנט געווארן צום טשעבינער רב און צו הגרי"ז מבריסק. יעדן פרייטיג פלעגט ער צו לערנען בחברותא מיטן בית ישראל מגור זצ"ל, און עטליכע מאל האט ער אויך געגעסן ביי אים א שבת א סעודה.

ביי די 28 יאר האט ער חתונה געהאט צו זיין אשת חיל יפה, בת הנדיב ר' יעקב שעכטער פון בני ברק, וואס ער איז געווען מנאמני ביתו פון די חזון איש זצ"ל.
די ערשטע פאר יאר נאכן חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים און משמש געווען אלס ראש ישיבת המתמידים (אדער ווי עס הייסט היינט קהל עדת ירושלים. אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין שנת תשנ"ה האט די ישיבה באקומען א שטח פון דער "ציוניסטישער" ירושלימער מוניציפאליטעט אױף צו בױען א שול, וואס דאס האט צוגעברענגט א שטארקע ריס און קאנפליקט צװישן ישיבת המתמידים און די עדה החרדית).

דערנאך האט ער זיך אריבער געצויגן קיין בני ברק נאנט צו דער פאנאוועזשער ישיבה ווי ער האט משמש געווען אלס ראש הכולל אין ראש העין פאר בערך צוואנציג יאר.

דערנאך האט ער אימיגרירט קיין דרום אפריקע וואו מען האט אים מכתיר געווען אלס רב פון דער חרדישער קהילה אין יאהאנעסבורג, ביז ער איז גערופן געווארן צו דינען אלס דומ"ץ אין בד"ץ פון דער עדה החרדית אין ירושלים.

היינט וואוינט ער אינעם הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט א כולל, און א בית המדרש אויפן נאמען פון זיין זיידן דער גר"א. אויך האט ער לעצטענס געפענט א ישיבה (סיון תשע"ג). וואס געפינט זיך אין די רמות געגנט אויך אין ירושלים.

אין תשמ"ט (1989), נאך דער פטירה פונעם גאב"ד בעל מנחת יצחק זצ"ל, האט מען באשטימט הרב שטערנבוך אלץ וויצע-פרעזידענט און א מיטגליד אין בית דין פון דער עדה החרדית. אין תשס"ג (2003) ווען דער אלטער ראב"ד הגרי"י פישר זצ"ל איז נפטר געווארן האט מען אים אויפגענומען אלץ ראש בית דין, און סגן נשיא פון די עדה החרדית.

אלס בריסקער תלמיד, און גלייכע אייניקל פונעם גר"א איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער גייט מיטן פילען ירושלימע טראגע, ווי די אלטע ירושלימע ליטאים.

זיינע צוויי ברודער, איינס הר"ר אליהו, ראב"ד אנטווערפן. און די צווייטע הר"ר דוב, מנהל פון די גייטסהעד מיידל סעמינאר. ער איז אויך א שוואגער מיט הג"ר משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק ר"י בריסק.

לכאורה איז ער פון די איינציגסטע פון די זייער אנגענומענע רבנים בדורינו, ארויסצוגעבן אזוי פיל ספרים בכל מקצועות התורה אריינגערעכנט השקפה, אמונה, תשובה, מוסר, אד"ג.

ספרים וואס איך געדענק יעצט אז ער האט ארויסגעגעבן:

אורכות הבית – מדריך לבית יהודי
אמונה ותורה - ביאור על הלכות יסודי התורה והלכות דעות ברמב"ם
ברכת החמה – הלכות הרכת החמה
דברים ברורים – דרשות שנאמרו במעמדי עצרת מחאות
דע מה שתשיב- שאלות ושיחות באמונה
דת והלכה -
הברכות כהלכתן – הלכות ברכת הנהנין
הדרך לתשובה - פירוש להלכות תשובה ברמב"ם, מלווה במאמרי חיזוק בענייני יסודות האמונה
הלכות הגר"א ומונהגיו – הלכות מהגר"א, ומעשה רב "החדש"
הלכות הגר ומנהגיו – הלכות גרים
זבחי קודש - שיעורים על מסכת זבחים
חכמה ודעת – עה"ת ע"ד מוסר, פשט, והלכה
טעם ודעת – על התורה, דברי חיזוק שאמר בשיחותיו ביוהנסבורג
טעם ודעת – הגדה של פסח
מועדים וזמנים – ט"כ, עניני מועדי וזמני השנה
מועדים וזמנים – הגדה של פסח
נתיבות התורה והחסד
סת"ם כהלכתן – הלכות סת"ם
ערב פסח שחל בשבת ופורים משולש
פשט ועיון - הערות, בירורי הלכה, חידושים, שיעורים על הש"ס
קיצור דיני ריבית – הלכות רבית
רשימות בשמעתא - הערות על ספר שב שמעתתא
שביעית כהלכתה – הלכות שמיטה
תורת המשפחה – הלכות נדה, מניעת הריון וכדו'
קונטרס תקיעות כהלכתה – הלכות תקיעות
תשובות והנהגות – ו"כ, שו"ת

בשיטתו איז ער א שטיקל קנאי, ווי מען זעט פון געוויסע תשובות, אין תשובות והנהגות חלק ד' סימן שכח, טרעט ער שארף ארויס אקעגן א ספר קול התור אז די גר"א האט געהאלטן איינצונעמען א"י ובענין אתחלת דגאולה. ער האלט טאקע אז מצות ישוב ארץ ישראל איז אויך נוגע בזמנינו, אבער ער דרוקט זיך אויס כסדר אז אין ארץ ישראל דארף מען אסאך מער מקפיד זיין אויף שמירת התורה והמצוות.
ומרגלא בפומיה בשם זיין טאטע "בעסער וואוינען און חו"ל און חלומ'ען פון א"י, ווי וואוינען אין ארץ ישראל און חלומ'ען פון חו"ל".
ווי אויך איז ער זייער שארף אנקעגן די גרים וואס זענען נישט מקבל צו היטן אלע מצוות ה'.
ווי רובא גדולי ישראל האט ער זיך שטארק ארויסגעשטעלט אנקעגן "גיוס בני הישיבות"
וכך לשונו
על-פי הלכה אסור לגייס את בני התורה שהם צבא ד’, ובכל הדורות ציבור גדול מעם ישראל, שהם שבט לוי וכן כל אלו אשר קבלו על עצמם עול תורה, לא התגייסו והגינו על עם ישראל בתורתם, וכמבואר ברמב”ם.
בצבא כאן מטמאין בתערובת ובתועבות ע”פ תורה, והנמצאים שם פיהם רגיל בכפירה וניבול פה, והאחראים שם מנסים להעביר על דת את הדתיים שנמצאים שם כידוע, והניסיון מוכיח שרבים פרקו שם כל עול וכוונתם ניכר שרצונם לקלקל החרדים מדתם ואמונתם [...] בעוד שבכל מדינות העולם מקובל שלומדי דת פטורים מגיוס [...] ואי אפשר לכוף אותנו על-זה אף בעונשים וריבוי קנסות, ואפילו יפגעו בנו ובטפינו לא יצליחו להעביר אותנו מדת תורתנו הקדושה


ביים פורים טיש ביי אים אין ישיבה די יאר פורים תשע"ד האט ער געזאגט בערך כהאי לשנא
די פארגאנגענע וואך האבן די רוסן אינוואדירט די שטעטל קרימע, און אין די גאנצע וועלט רעש'ט ארום דעם. לפי די מסורה וואס אונז האבן מקבל געווען פון די זיידע די גר"א זצ"ל, איז דאס א סימן צו די "פעמי משיח" צו די פיסטריט פון משיח, עס איז וואר דאס אונז ווייסן נישט וואס דאס מיינט "פעמי המשיח", אבער זיכער איז דאס א סימן אז משיח איז נאנט. און אפשר איז זיין כוונה דערמיט אז דאס איז ווי א פעמון ווי א גלעקל וואס איז אונז מעורר זיך צו גרייטן צו ביאת המשיח.

ונזכה כולנו יחד מהרה אמן.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר