נעכטן איז נפטר געווארן אין א"י הרב אברהם צבי בעק ז"ל, נאכן זיך געזעגענען מיט זיין קהילה אין מלבארן אוסטראליע בערך צוויי וואכן צוריק.
דער רב ז"ל האט פאר די לעצטע 30 יאר משמש געווען ברבנות אין אוסטראליע, און פארדעם 25 יאר אין מאנטיווידעא אוראגוואי, ווי ס'האט געבליהט א הערליכע אידישע קהילה וואס זענען אהינגעקומען נאכן קריג. ווען רוב אידן האבן זיך געצויגן קיין אמעריקע האט מען אויפגענוען דעם רב ז"ל אין אויסטראליע.
דער רב איז געווען א ת"ח און א אויסערגעווענליכער בעל מדות, די אויסטראליע קהילה האט זיך געזעגענט פון אים מיט טרערן אין די אויגן (נישט קיין גוזמא), ער איז דאכט זיך מיר געווען פון די וויזניצע מורדים (שבת קען דא העלפן מיט אינפארמאציע), און האט איבערגעלאזט שיינע דורות, בנין וחתנין רבנן, אלע פון זיי בעלי צורה.
הרה"ג רבי אברהם צבי בעק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1117
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל
דער אשכול פארמאגט 21 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן