צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

שליחה דורך גדליה »

אזוי ווי עס איז געווארן ב"ה א פארפלייצונג פון וויזניצער רביים לעצטנס, און זיי זענען אסאך אין די נייעס, וויל איך ווידמען א ספעציעלן אשכול וואס זאל זיך קאנצענטרירן אויף אלע צדיקי בית וויזניץ. איך וויל בעטן מען זאל ביטע נישט דיסקוסירן פאליטיק דא, אויף דעם זענען שוין דא אנדערע אשכולות, נאר מען זאל ארומרעדן פון די אלע צדיקים וקדושים וטהורים, סיי די וואס זענען שוין אויף יענע וועלט און סיי די וואס לעבן נאך מיט אונז, כולם אהובים כולם ברורים.
איך וועל שרייבן א קליינע פתיחה, און צום באמערקן אז איך שרייב בעיקר פון זכרון, ממילא וויל איך בעטן די וואס זענען מער באקאנט זאלן פאררעכטן און צולייגן כיד ה' הטובה עליהם.
(בדרך אגב וויל איך בעטן אז אלע וואס האבן שיינע הערות און מעשיות איבער די וויזניצער צדיקים זאלן עס אריינשטעלן דא, אדער אין אנדערע וויזניצער אשכולות, כדי מען זאל אלעס קענען טרעפן אויף איין פלאץ, און נישט למשל אין יעדע אשכול פון סיי וועלכע נושא זאל מען זיך אנשטויסן אין די גדלות פון די הייליגע רביים).
דער וויזניצער חסידות איז געווארן באזירט אין בוקאווינע. עס איז בעצם א צווייג פון דער קאסובער גזע, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט'ן ערשטן קאסובער רבי'ן הרה"ק רבי מענדעלע, בעל אהבת שלום, וועלכער איז געווען א זון פון רבי יעקב קאפל חסיד, א תלמיד פון בעל שם טוב. שפעטער האט איבערגענומען זיין זון, באקאנט אלס דער תורת חיים פון קאסוב, וועלכער איז געווען אן אדם גדול מאוד, א גרויסער למדן, און ער איז געווען נאנט מיט רוב צדיקי הדור פון זיין תקופה. דער תורת חיים איז אויך געווען א מחותן מיט'ן הייליגן ריזשינער זי"ע. זיין זון, דער צמח צדיק, הרה"ק ר' מענדל זי"ע, איז געווען אן איידעם ביים ריזשינער. אויב כ'געדענק גוט האט דער ריזשינער זיך נישט באטייליגט ביי די חתונה צוליב די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די רעגירונג און ער האט נישט געקענט ארומפארן.
נאכ'ן תורת חיים האט דער צמח צדיק איבערגענומען. ביי אים האט זיך אנגעהויבן די וויזניצער גזע. נאך אים האט איבערגענומען זיין זון דער אמרי ברוך, און דערנאך איז געווען דער אהבת ישראל, וועלכער איז שוין היינט גוט באקאנט אין קאווע שטיבל.
אינדערהיים זענען געווען די צוויי הויפט הויפן אין מארמאראש, קאסוב-וויזניץ און סיגוט. מען האט זיך אסאך ארומגע'הרג'עט צווישן זיי, די כהנא'ס פון סיגוט, וועלכע האבן מורד געווען במלכות אין די סיגוטער רביים, זענען געווען קאסובער חסידים. היינטיגע צייטן איז שוין קאסוב אריינגעפלאכטן אין וויזניץ, גלייך ווי סיגוט איז געווארן אריינגעפלאכטן אין סאטמאר.
דער וויזניצער הויף האט אסאך אייגנארטיגקייטן, קודם כל איז עס א שטיקל באטשי חסידות (צו אויסבארגן א לשון פון דעם באקאנטן דרשה), און ביז היינט, כאטש וואס די וויזניצער קהילות האבן פון די חשוב'סטע יונגעלייט און חסידישע אידן, האט דאס א באטשי נאך-טעם. אסאך פון די וויזניצער רביס זענען אליין געווען גרויסע תלמידי חכמים (צווישן די לעצטערע איז באקאנט ר' חיים מאנטוניא וועלכער האט געהייסן א שארפער למדן). אבער די הנהגה איז געווען אביסל אויף א פויערישע אופן, מסתמא וויבאלד דאס האבן זיי געדארפט.
אין וויזניץ איז פארהאן א מנהג אז יעדער קינד אדער אייניקל ווערט א רבי. אזא מנהג איז דא. פארדעם איז שטענדיג געווען א פארפלייצונג פון וויזניצער רביים. דאס האט אנגעהאלטן ביז'ן קריג ווען ליידער איז רוב פון וויזניצער הויף אויפגעגאנגען אוין פלאמען. איין צווייגל איז געבליבן, ר' חיים מאיר'ל, וועלכער האט צוריק געבויעט די חסידות און פון וועלכן ס'איז ארויסגעוואקסן די היינטיגע ויזניצער אימפעריע.
יודעי דבר זאגן אז בעצם האט דער אמרי חיים געהאט ברידער וואס זענען געווען גרעסער פון אים. ר' חיים מאיר'ל איז געווען אן ארויפגעקוקטער חסידישער רבי, אבער ס'האט געזאלט הייסן אז ער טויג מער צו קוגל ווי צו קצות. דווקא זיינע קינדער, דער ישועת משה און קדושת/גדולת מרדכי, האט געהייסן אז זיי קענען לערנען אסאך בעסער פאר אים.
דער אמרי חיים האט אבער באמת יא געקענט פיין לערנען, און לויט מיין אינפארמאציע איז ער געווען א גרויסער בקי און מסכת והלכות שבת. תורה האט ער געזאגט גימטריאות און ראשי תיבות, כמנהג בית וויזניץ.
שוין, יעצט קען יעדער קומען און אנפירקלען דעם אשכול.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 75 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר