הגאון מטשיבין (רבי דוב בעריש וויידענפעלד) זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 487
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 624 מאל

הגאון מטשיבין (רבי דוב בעריש וויידענפעלד) זצ"ל

שליחה דורך נקודת-אמת »

הגאון הקדוש רבי דוב בעריש וויידענפעלד זצ"ל טשיבינער רב, ומייסד הישיבה המפוארה 'כוכב מיעקב' בטשעבין, ואח"כ בעיה"ק ירושלים תובב"א
געבוירן געווארן אום ה' שבט ה' תרמ"א אין שטעטל הארימילעוו אין מדינת מחוז טארנאפאל-גאליציע (צווישן לעמבערג און טשערנאוויץ), ביי זיין גרויסן פאטער רבי יעקב זצ"ל,
וואס האט געדינט אלט'ס רב פונעם שטעטל, און איז געוועזן אן האסיאטינער חסיד.
א קארצע צייט נאך זיין בר מצוה האט ער פארלוירן זיין גרויסן טאטן, און ער האט זיך געהאלטן א תלמיד ביי זיין ברייט באקאנטן ברודער דער דאמבראווער רב הגאון רבי נחום זצ"ל
(ער איז געוועהן סה"כ 6 יאהר עלטער ווי עם, אבער ר'איז געוועהן א גרויסן עילוי וואס דער וועלט האט געציטערט פאר זיין ווארט, ווער רעדט נאך א געשריבענע תשובה - ועוד חזון למועד אי"ה.)
בהגיעו לפרק האיש מקדש האט ער געהייראט רעבעצין יאכט וואס איז געוועזן א טאכטער פונעם גאליצייאנער נגיד ר' ישראל יוסף קלוגר וואס האט געוואוינט אין טשיבין (קשאנוב, מחוז קראקא)
ער איז געזעצן און געלערנט נאך זיין חתונה, און געהאט א שייכות מיט די גדולי-הדור פון יענע תקופה, אזוי-ווי ער האט געוואלט זיין א 'נהנה מיגיע כפיו'
האט ער נישט געוואלט אנ-נעמען קיין רבנות-שטעלע און ער האט געהאלפן פיהרן דעם שווער'ס ביזנעס און אויך אליין געטוהן אין מסחר.
אין יאהר תרע"ח האט זיין ביזנעס באנקראטירט, האט ער געמוזט אונטער נעמען א פאסטן, און ער איז באקרוינט געווארן אלט'ס רב אין טשעבין,
דארט האט ער שפעטער גע'עפנט זיין ישיבה "כוכב מיעקב" (ע"ש אביו הנ"ל)
ווען די דייטש ימ"ש איז אריין קיין פולין האבן זיי מפרסם געוועהן זיין בילד אינעם 'דער-שטירמער' מיט'ן טיטל: "דער גרעסטער תלמוד'יסט אין וועלט" (כאמור כאן אז זיי האבן געזוכט די גרויסע רבנים ואדמו"רים)
האט ער געמוזט אנטלויפן,און דא האט שוין ידידינו ר' [tag]אדנירם[/tag] געשריבן אז הרש"ש מאמשינאוו סמך על דעתו בדבר הנסיעה ביום הכיפורים מאימת הצוררים,
ער איז אנטלאפן קיין לעמבערג (מזרח-גאליצייע) וואס איז געוועזן אונטערן סאווייעטישן רעזשים, און דארט האט ער געוואוינט אינעם הייליגן-האשיאטינער'ס-הויז,
זומער ת"ש איז ער געשיקט געווארן קיין סיביר, תש"ב איז ער אריבער-געפיהרט-געווארן קיין סמארקאנד באכארא וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז תש"ו,
דאן איז ער ארויף געקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין רעבעצין און זיינע 2 טעכטער, זיין ערשטע רעבעצין איז אוועק איין יאהר נאכ'ן ארויף-קומען,
און ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מרת רייזל למשפחת ליבערמאן ומתה על פניו בקוצר הזמן
דאן האט ער געהייראט מרת שרל נכדת החת"ס, אלמנת הרב יוסף בערנפעלד.
(אירע אייניקל איז געוועהן די רעבעצין פון רבי אברהם געניכאווסקי זצ"ל)

ס'איז דא א געוואלד וואס צו שרייבן וועגן עם, און זיינע שיטות און מימרות, אבער זה החלי,
בראותי אז ער האט ניט אמאהל געהאט קיין פערסאנאט אינעם וועלט בארומט'ן 'אנשי שם' אפטיילונג.
ואי"ה בקרוב אוסיף לזה כהנה וכהנה.

(קרעדיט אויף א טייל פון די מראי-מקומות: wikipedia וויקיפעדיע ויקיפדיה)

דא האט איהר א קונטרס אין קובץ ישורון לזכרו מיט זיינע תולדות ,און א מאמר לזכרו פון זיין איידעם הרב"ש זצ"ל אין 'בית-יעקב', פון יד-ושם'ס וועבסייד, פון "תולדות ושורשים בעם ישראל".
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר