אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:39 am

מיר אלע ווייסן די גרויסקייט פון אמונת חכמים און אז די גדר פון "אמונה" איז אפילו מען פארשטייט נישט דאך דארף מען גלייבן.

זייער אסאך זענען דאס תולה אויפן פסוק "על פי התורה אשר יוריך וכו' לא תסור מן הדבר אשר יגודו לך ימין ושמאל" ווי רש"י ברעינגט אראפ פון ספרי אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל.

איי וועסטו פרעיגען ווער זאגט אז ער איז א חכם אדער א צדיק איז דאך אויף דעים אויך דא א בפירושע פסוק אשר יהיה בימים ההם די גמרא זאגט דאך יפתח בדורו כשמואל בדורו וכו' וכו'.

די גאנצע דרשה האב איך באקומען פון א שוואנץ גאר לעצטנס ווען איך האב עים געפרעיגט אויף די מצב ביי מרכז חסידי ויז'ניץ למעשה האב איך עים נישט געהאט וואס צו ענטפערן! ער האט דאך א טענה און ראיות פון די תורה.
קען מיך איינער ארויס העלפין מיט א קלארע ביאור הלכה מיט מקורות להוציא משיטתם של אותם השוואנצאנים איך גלייב אז אסאך מענטשן זענען מבולבל אין דער נושא וועים דארף מען יא גלייבן און פאלגן און וועים דארף מען נישט און וואס דארף מען גלייבן און וואס נישט וואס דארף מען פאלגן און וואס נישט.

איך בעיט מען זאל נישט מאכן דא קיין וכוח ציווישן חסידים אין ליטאים איך וויל פשוט וויסן גדרים און מקורות.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1022 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 11:49 am

השופט אשר יהי בימים ההם מיינט נישט קיין רבי פון חסידיםת און אודאי מיינט עס נישט איינער וואס האט די לעצטע נאמען האגער אדער טייטלבוים. השופט מיינט איינער וואס כולי עלמא מודי אז ער פארטרעט זיין אינטערפעטעישן פון די די חוקי און דיני תורה, און ער קען די תורה ווי עס באדארף צו זיין. און אודאי נישט איינער וואס ברויך טאבלעטן און ער נעמט עס נישט.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 692
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 612 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 11:56 am

איך בין א חכם, און ער איז מחויב מיר צו פאלגען, אפילו על ימין שהוא שמאל. איי, איך בין נישט קיין חכם? יפתח בדורו וכו׳.

סארא נארישע שאלה דאס? יא, יפתח בדורו וכו׳, טאמער איינער איז א קלענערע ת"ח ווי פריערידגע דורות, אבער א חכם לויט אונזער דור, דארף מען זיך פירען צו אים ווי א חכם. וואס האט עס מיט איינער וואס איז נישט קיין חכם כפי אונזער דור אויך נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:31 pm

די דאזיגער נושא איז ווארשיינליך איינגעטיילט אין צוויי באזונדערע קאטאגאריעס.

אמונת חכמים - אמונת צדיקים.

אמונת חכמים מיינט גלייבן אז ווען חכמי התורה זאגן אן הלכה, איז די הלכה ווי אזוי זיי זאגן און מען מוז מען דאס אנעמען! אפגעזען צו מ'ווייסט אנדערש, אדער צו מ'האלט אנדערש, די הלכה איז אויסשליסליך ווי די חכמי התורה זאגן!
דער אונטערגרונד פון דעם דאזיגן דין איז הויפזעכליך ביי א פסק דין פון סנהדרין, אבער דער רמב''ם מיט אנדערע ראשונים האלטן אז דאס איז גלייכצייטיג גילטיג אין יעדן גענעראציע.

דאן אין פארהאן אמונת צדיקים.
ביי די ערשטע חסידישע אידן איז דאס געווען גאר א פארהייליגטער באגריף. ס'ווערט אפילו דערמאנט אין עטליכע פון די ערשטע פונדאמענטלע חסידישע ספרים, א שטייגער ווי אין נו''א, מאור עניים און אפשר און נאך.
דער הייליגער דברי חיים זי''ע האט געזען ווי אין מאנכע קרייזן איז אמונת צדיקים פארוואנדלט געווארן צו אביזרייהו דע''ז אונטערגעשלאגן מיט אמונה תפלות רח''ל אין פילן זון פון ווארט, האט ער אנהויבן א הייליגע קריג אויסצורייסן דאס טיפשותדיגע פארגלויבונג אין מענטשען פון פלייש און בלוט וועלכע גלייכן אלסדונג וואס די האסט נישט פיינט.

ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז היינטיגע צייטן זאל נאך זיין באגריף פון אמונת צדיקים, ווארום, די פארצייטישע צדיקים זענען שוין אלע ליידער אויפן עליון.

אמונת צדיקים איז באשיינפערליך א הלכתא דמשיחא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:47 pm

יתרו האט געשריבן:השופט אשר יהי בימים ההם מיינט נישט קיין רבי פון חסידיםת און אודאי מיינט עס נישט איינער וואס האט די לעצטע נאמען האגער אדער טייטלבוים. השופט מיינט איינער וואס כולי עלמא מודי אז ער פארטרעט זיין אינטערפעטעישן פון די די חוקי און דיני תורה, און ער קען די תורה ווי עס באדארף צו זיין. און אודאי נישט איינער וואס ברויך טאבלעטן און ער נעמט עס נישט.

איז און אנדערע ווערטער עס איז נאר שייך אויף הלכות אבער נישט חסידות?

לגבי די טאבלעטן האלט איך פונקט ווי דיר אז ער דארף טאבלעטן אבער די שוואנצן זאגן אז מען דארף נישט אלעס פארשטיין מען דארף גלייבן #אמונה פשוטה #אמונה טהורה #אמונה בלי פשרות כדבריו.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1022 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:49 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין א חכם, און ער איז מחויב מיר צו פאלגען, אפילו על ימין שהוא שמאל. איי, איך בין נישט קיין חכם? יפתח בדורו וכו׳.

סארא נארישע שאלה דאס? יא, יפתח בדורו וכו׳, טאמער איינער איז א קלענערע ת"ח ווי פריערידגע דורות, אבער א חכם לויט אונזער דור, דארף מען זיך פירען צו אים ווי א חכם. וואס האט עס מיט איינער וואס איז נישט קיין חכם כפי אונזער דור אויך נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווי אזוי ווייסטו אויף פאר די שוואנצנים אז ער נישט נישט קיין חכם לשיטתם איז ער א גוואלדיגע חכם ווייל ער דארף אנדעשט צעין פערסענט הייסע חסידים ווי הונדערט ווארימע.
חוץ אויב די רעדסט פון חכמת התורה אויב אזוי ווי מעסט מען דאס?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1022 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm

ווי מעסט מען חכמת התורה? קודם כל, אויף יעדער מענטש איז דא א רוב און א חזקה אז ער איז אן עם הארץ. ביז מ׳ווייסט נישט אנדערש, האט מען נישט קיין רעכט אוועק צו געבען די דעת צו אים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:40 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווי מעסט מען חכמת התורה? קודם כל, אויף יעדער מענטש איז דא א רוב און א חזקה אז ער איז אן עם הארץ. ביז מ׳ווייסט נישט אנדערש, האט מען נישט קיין רעכט אוועק צו געבען די דעת צו אים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אינטערסאנט!
קיינער האט נאך נישט חושד געווען דער נודע ביהודה אדער דעם שואל ומשיב אדער גאר דעם חזו''א מיט קיין עמהארצות רח''ל.
און קיינער האט נאך נישט אנגענומען דעם פישטו רבי, דער זאלבוטאבער שרף, הגרז''ל מסאטמאר, אדער גאר דער סבא קדישא פון שיפיטובקא, זאל זיי אלע לעבן פאר לאנגע געזונטע יארן , אלס חכמי התורה.
דאס איז א זאך יעדע איד אפילו מיט בלויז אפיצקעלע שכל ווייסט און פארשטייט ווער ס'זענען די ווירקליכע חכמי תורה....און ווער ס'זענען בלויז קלאונס. ס'פאדערט זיך אינגאנצן נישט קיין מעסטער....

אגב מיט רבי שלומה גורן אדער מיט רבי עבודיה יוסף איז א שטיקל פראבלעם, ווייל כו''ע מודה, אפילו די קנאים אז זיי זענען געווען ריכטיגע חכמי התורה....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:14 pm

עס איז דא א זאך וואס הייסט א colostomy bag, וואס דו קענסט באהעפטען צו זיך, און יעדעס מאל עס מוז זיך עפעס ארויס געבען, קענסטו זיך באנוצען דערמיט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:46 pm

כ'האב עס באשטעלט...שכוח פאר די עצה טובה...
ווארום אז Colostomy ארבייט ווירקליך אזוי גוט, דאן פארוואס נוצטו Tapatalk ארויסצוגעבן וואס די האסט צוזאגן?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 4:34 pm

וועם מ'דארף גלייבן??? לאמיר זען וואס דער הייליגער רמב"ם האט צוזאגן אויף דעם:

משה רבינו לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה, שהמאמין על פי האותות יש בלבו דופי שאפשר שיעשה האות בלט וכשוף. ובמה האמינו בו? במעמד הר סיני, שעינינו ראו ולא זר ואזנינו שמעו ולא אחר האש והקולות והלפידים, והוא נגש אל הערפל והקול מדבר אליו ואנו שומעים משה משה לך אמור להן כך וכך! וכן הוא אומר פנים בפנים דבר ה' עמכם! ונאמר לא את אבותינו כרת ה' את הברית הזאת וכו'. ומנין שמעמד הר סיני לבדו היא הראיה לנבואתו שהיא אמת שאין בו דופי? שנאמר הנה אנכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמע העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם. מכלל שקודם דבר זה לא האמינו בו נאמנות שהיא עומדת לעולם, אלא נאמנות שיש אחריה הרהור ומחשבה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 6:44 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועם מ'דארף גלייבן??? לאמיר זען וואס דער הייליגער רמב"ם האט צוזאגן אויף דעם:

משה רבינו לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה, שהמאמין על פי האותות יש בלבו דופי שאפשר שיעשה האות בלט וכשוף. ובמה האמינו בו? במעמד הר סיני, שעינינו ראו ולא זר ואזנינו שמעו ולא אחר האש והקולות והלפידים, והוא נגש אל הערפל והקול מדבר אליו ואנו שומעים משה משה לך אמור להן כך וכך! וכן הוא אומר פנים בפנים דבר ה' עמכם! ונאמר לא את אבותינו כרת ה' את הברית הזאת וכו'. ומנין שמעמד הר סיני לבדו היא הראיה לנבואתו שהיא אמת שאין בו דופי? שנאמר הנה אנכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמע העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם. מכלל שקודם דבר זה לא האמינו בו נאמנות שהיא עומדת לעולם, אלא נאמנות שיש אחריה הרהור ומחשבה.

איז היינט איז מער נישט שייך קיין אמונת חכמים?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1022 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 10:42 pm

פרעגסט מיך? פרעג דעם הייליגן רמב"ם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:26 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין א חכם, און ער איז מחויב מיר צו פאלגען, אפילו על ימין שהוא שמאל. איי, איך בין נישט קיין חכם? יפתח בדורו וכו׳.

סארא נארישע שאלה דאס? יא, יפתח בדורו וכו׳, טאמער איינער איז א קלענערע ת"ח ווי פריערידגע דורות, אבער א חכם לויט אונזער דור, דארף מען זיך פירען צו אים ווי א חכם. וואס האט עס מיט איינער וואס איז נישט קיין חכם כפי אונזער דור אויך נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'איז נישט אזוי פשוט ווייל די גמרא אין ר"ה כ"ה ווי ס' שטייט יפתח בדורו כשמואל בדורו, פירט די גמרא אויס "ללמדך שאפילו קל שבקלין ונתמנה פרנס על הציבור הריהו כאביר שבאבירים" איז דא טאקע וואס זאגן אז קל שבקלים מיינט כלפי די אנדערע חכמים איז ער א קל. אבער למעשה איז יש מקום לטעות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:33 am

יפתח בדורו כשמואל בדורו מיינט צוזאגן אז מ'דארף איהם פאלגן, אבער נישט ווען ער זאגט על ימין שהיא שמאל, דאס שטייט נאר ביי די סנהדרין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:44 am

עפ"ל פאר די וואס זאגן אז היינט איז נישט שייך קיין אמונת חכמים און אמונת צדיקים. מ'דארף אבער וויסן וואס מיינט אמונת חכמים און אמונת צדיקים ווייל מ'האט עס ליידער אזוי פארדרייט מיט אמונת טיפשיות אז ס'איז א גרויל.

שטייט אין תפארת שלמה אויף שבועות אז אמונת צדיקים מיינט גלייבן אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים. דאס אלעס. פשט איז, ווען די האלטסט אז פלוני איז א צדיק זאלסטי גלייבן אז ער האט א כח. די גמרא זאגט אז אייביג מוז זיין ל"ו צדיקים, סא איינער וואס זאגט אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים איז זיך סותר מיט א גמרא. אודאי איז שווער מדמה צו זיין היינטיגע צדיקים צו אמאליגע, אבער מ'דארף מעסטן לויט די היינטיגע אומשטענדן, ווי מגושם די וועלט איז.
איך דערמאן מיך אז ס'איז דא א שטיקל אין תולדות יעקב יוסף פרשת יתרו אויפ'ן פסוק וגם בך יאמינו לעולם ווי ער איז מסביר וואס אמונת חכמים מיינט דלא כאותם המסלפים דא"ח (כ'וועל עס בל"נ נאכקוקן מארגן און מעתיק זיין טאמער די צייט וועט ערלויבן)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:05 am

איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל.
אויב דער איד האט מקבל מרות געווען פון דעם צדיק חתן דידן ר' מנחם מענדל דמתקריא מענדעלע איז נישט קיין ספק אז דער איד איז מחוייב אים נאכצוגיין ביז ווילאנג ער הייסט אים נישט עובר זיין אויף די תורה
כפי מיטב ידיעתי האט ר' מענדעלע קיינעם נישט געהייסן מחלל שבת זיין חלילה, איז ער א כשר'ער רבי ווי אלע אדמורים און זיינע חסידים מוזן אים פאלגן, עכפ באתרא דמר זיכער.
נאר דער חסיד האט א ברירה צו וערן אויס חסיד. דאס איז שוין א מהלך
וואס כ'ווייס איז איין זאך, און וואס איך וויל דיסקאסירן מיט דיר איז א צווייטע זאך.
- ר' קאך לעפעל נ"י
גדליה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 718 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:10 am

גדליה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל.
אויב דער איד האט מקבל מרות געווען פון דעם צדיק חתן דידן ר' מנחם מענדל דמתקריא מענדעלע איז נישט קיין ספק אז דער איד איז מחוייב אים נאכצוגיין ביז ווילאנג ער הייסט אים נישט עובר זיין אויף די תורה

פון ווי נעמסטי די הלכה פסוקה שאין להרהר אחריה? ווי שטייט אז מ'טאר נישט איבערלאזן א רבי און גיין צו א צווייטער?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:28 am

זיין א מענטש שטייט העכער פון די תורה, שנאמר "דרך ארץ קדמה לתורה". זיין משוגע איז אזא דבר מגונה, אז די תורה האט נישט געטראפן קיין בעסערע זאך מיט וואס אנצושרעקן נאר מיט זאגן "והיית משוגע".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 6:58 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יפתח בדורו כשמואל בדורו מיינט צוזאגן אז מ'דארף איהם פאלגן, אבער נישט ווען ער זאגט על ימין שהיא שמאל, דאס שטייט נאר ביי די סנהדרין.


דער ערשטער וואס רירט צו דער נקודה האמיתית פין דער טעות וואס מען האלט אין איין איבערזאגן.

השופט אשר יהיה הימים ההם מיינט בית דין הגדול, דער איינציגסטער וואס האלט אז עס מיינט א מנהיג, איז דער חינוך, עיין במנחת חינוך וואס זאגט שוין אז ער ווייסט נישט די מקור. יפתח בדורו איז אויך געווען דער ראש בית דין.

און אפילו לויט דער חינוך איז עס דער דעת פין אלע גדולים ישראל, א דוגמא ווי דער סמיכה פין דער רמב"ם וואס האט א תוקף בית דין הגדול.

די סאטמארער זאגען שוין לאנג אויף דער יפתח בדורו, "נו, דארף מען טאקע וויסן ווער דער יפתח איז", בניגון הידוע.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 7:00 am

גדליה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל.
אויב דער איד האט מקבל מרות געווען פון דעם צדיק חתן דידן ר' מנחם מענדל דמתקריא מענדעלע איז נישט קיין ספק אז דער איד איז מחוייב אים נאכצוגיין ביז ווילאנג ער הייסט אים נישט עובר זיין אויף די תורה
כפי מיטב ידיעתי האט ר' מענדעלע קיינעם נישט געהייסן מחלל שבת זיין חלילה, איז ער א כשר'ער רבי ווי אלע אדמורים און זיינע חסידים מוזן אים פאלגן, עכפ באתרא דמר זיכער.
נאר דער חסיד האט א ברירה צו וערן אויס חסיד. דאס איז שוין א מהלך


גראדע האט ער א דין נביא, און א נביא דארף מען יא פאלגען עובר זיין די תורה.

און גראדע הייסט ער יא עובר זיין די תורה, אז טאמער האט מען נישט שוואנצאנעס איז די גאנצע תורה גארנישט ווערט. געהעריג יאשקע.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:24 am

דער ווארט 'אמונה' באדייט גלייבן.

ווען מ'רעד פון אמונה אינעם הייליגן באשעפער, שטעלט דער הייליגער רמב''ם אראפ גענוי וואס דאס באדייט, ער שטעלט אראפ בלויז זיבן פונדאמענטלע זאכן מיט וואס מ'איז פארפליכטעט צו גלויבן אינעם הייליגן באשעפער. (דער הייליגער סמ''ג האט בלויז אנגענומען 4 פון זיי, און דער רלב''ג נאך ווייניגער ואכהמ''ל בזה)

מציאות השם:
אז ג-ט האט באשאפען, און פירט אלע באשעפענישן, און ער זעלבסט האט געמאכט און מאכט און וועט מאכן אלע ווערק.
אחדות השם
ער איז איינציג, מיט אן איינציקייט וועלכע האט נישט זיינס גלייכן אויף קיין שום פאל. און בלויז ער איז אונזער ג-ט. ער איז געווען, ער איז, און ער וועט זיין.
אינו גוף
ער איז נישט קיין קערפער, און עס גרייכן נישט צו אים באגריפן פון א קערפער, און ער האט נישט קיין שום פארגלייך.
ראשון ואחרון.
ער איז דער ערשטער און ער איז דער לעצטער.
ראוי לעבוד רק לו
נאר צו אים איז פאסיג צו דאווענען, און ס'איז נישט פאסיק צו דאווענען צו עפעס אויסער אים.
השגחה
ער ווייסט אלע אלע ווערק און טראכטונגען פון א מענטש.
שכר ועונש
ער גיבט גוטע באלוינונג פאר די דאזיגע וואס האלטן זיינע מצוות, און ער באשטראפט די די דאזיגע וואס פארלעצן זיינע מצוות.

****************************
אמונת חכמים:

ווען מ'רעדט פון אמונת חכמים, עקלערט אונז דער הייליגער רמב''ם אין וואס מ'דארף גלייבן. אז ווען די חכמים זאגן אז דאס איז די הלכה איז דאס ווירקליך דער דבר השם, און מ'מוז דאס איינהאלטן ווי תורה מסיני.

****************************
אמונת צדיקים:

ווען מ'רעדט פון אמונת צדיקים, טרעפט מען זיך אין גאר א קאמפליצירטע סיטאציע. איז דאס די זעלבע סארט אמונה, ווי אמונה בשם? (ווי מאנכע חסידים האבן ליידער ווירקליך אנגענומען רח''ל) אדער איז דאס א סארט אמונה גלייך צו אמונת חכמים? גלייבן אז וואס דער צדיק זאגט איז ווירקליך דער דבר השם. און זיך נישט אוועק נייטן דערפון רעכסטס אדער לינקס.

צום באדויערן זענען נישט פארהאן קיין גענויע פארשריפטן איבער די גענויע באדייט פון אמונת צדיקים. אלזא וועלן מיר זיין געצווינגן צו נוצן דעם אייגענעם קאפ.
איז אזוי: צו זאגן אז אמונת צדיקים איז די זעלבע סארט אמונה, ווי אמונה בשם? דאס גרעניצט זיך מיט באשיינפערליך מיט געצן-דינעריי, וועלכע ג-ט זעלבסט האט אויסשליסליך פארבאטן אין די צווייטע אמענדמענט פון זיין קאנסטיטוציע (לא יהיה לך אלהים אחרים על פני). און ווי אויך איז אין דירעקטע קאנסטראסט מיט דער באגריף פון 'אחדות השם' וועלכע איז איינע פון די זיבן אויבנדערמאנטע פונדאמענטלע זאכן וועלכע איטליכער איד מוז גלייבן. דערפאר וועלן מיר דאס אצינד אויסשליסן. דארף מען דאך די פילייכט לערנען אז אמונת צדיקים איז ווארשיינליך די זעלבע סארט אמונה ווי אמונת חכמים.

דאס שאפט אייגענטליך א אומאנגענעמענע סיטואציע...

גאנץ רעכט לגבי די פארצייטישע קדושים וטהורים וועלכע זענען פארהייליגט געווארן און אנערקענט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל אלס צדיקי אמת, קען מען לערנען אז מ'דארף גלייבן אז אלעס וואס זיי האבן געזאגט און געשריבן איז ווירקליך דעם דבר השם, און מ'טאר זיך נישט אפנויגן פון זייער הייליגע רייד מיט קיין זיו כל שהוא.
אבער ווען מ'רעדט פון היינטיגע אנגעבליכע צדיקים ווערט דאך ממש קאלעמוטנע אויפן הארצן...ווארום ווי אזוי קען מען ווירקליך וויסן ווער ס'איז א צדיק? ווייל ער טראגט א פאטריאכישע בארדע ווי אריסטו, און פרעסט און זויפט אין זילבענע געשיר ווי אחשורוש, און רומפאזשירט ארום אין א לוקסוריעזע אויטא ווי פרעזידענט טראמפ, דאס מאכט אים פאר א צדיק?

דערפאר בין איך ביי די מיינונג אז אמונת צדיקים איז בלויז מאסגעבנד ביי א צדיק וואס מ'איז באמת, באמת, איבערגעצייגט אז ער איז א צדיק, (אויב ס'איז פארהאן אזא מציאות היינטיגע צייטן, ווי רוח הקודש ווערט צום באדויערן נישט פראקטעצירט מער) אדער איז דאס גאר א הילכתא דמשיחא...

דאס איז בלויז חומר למחשבה, און נישט קיין תורה מסיני. קיינער איז נישט פארפליכטעט אנצונעמען מיין גולאש, כ'וועל בל''נ קיינעם נישט פארשרייען אלס א כופר....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

Re: אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:14 pm

אישתישבי האט געשריבן:יפתח בדורו איז אויך געווען דער ראש בית דין.

און אפילו לויט דער חינוך איז עס דער דעת פין אלע גדולים ישראל, א דוגמא ווי דער סמיכה פין דער רמב"ם וואס האט א תוקף בית דין הגדול.

די סאטמארער זאגען שוין לאנג אויף דער יפתח בדורו, "נו, דארף מען טאקע וויסן ווער דער יפתח איז", בניגון הידוע.


מען זאגט א מליצה דעראויף פון איינע פון די פריערדיגע צדיקים "וכי יפתח איש בור"??
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1022 מאל

הודעהדורך גדליה » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:48 pm

אישתישבי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל.
אויב דער איד האט מקבל מרות געווען פון דעם צדיק חתן דידן ר' מנחם מענדל דמתקריא מענדעלע איז נישט קיין ספק אז דער איד איז מחוייב אים נאכצוגיין ביז ווילאנג ער הייסט אים נישט עובר זיין אויף די תורה
כפי מיטב ידיעתי האט ר' מענדעלע קיינעם נישט געהייסן מחלל שבת זיין חלילה, איז ער א כשר'ער רבי ווי אלע אדמורים און זיינע חסידים מוזן אים פאלגן, עכפ באתרא דמר זיכער.
נאר דער חסיד האט א ברירה צו וערן אויס חסיד. דאס איז שוין א מהלך


גראדע האט ער א דין נביא, און א נביא דארף מען יא פאלגען עובר זיין די תורה.

און גראדע הייסט ער יא עובר זיין די תורה, אז טאמער האט מען נישט שוואנצאנעס איז די גאנצע תורה גארנישט ווערט. געהעריג יאשקע.

כ'זע דער עולם כאפט נישט וועל איך עס איבערשרייבן אין פשוט'ערע ווערטער
אזא איינער וואס איז נאכאלץ מקבל מרות פון ר' מענדעלע נאך אלעם ואוס ער זאגט ברויך טאקע אלעס פאלגן
וואס כ'ווייס איז איין זאך, און וואס איך וויל דיסקאסירן מיט דיר איז א צווייטע זאך.
- ר' קאך לעפעל נ"י
גדליה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 718 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:51 pm

אין אנדערע ווערטער, איינער וואס טאנצט קאדאטשקע מוז טאנצן קאדאטשקע. ומכלל הן אתה שומע לאו, אז די מינוט וואס ער הערט אויף טאנצן קאדאטשקע דארף ער טאקע מער נישט טאנצן קאדאטשקע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

נעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט