אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל!!!

שליחה דורך גר ותושב »

מיר אלע ווייסן די גרויסקייט פון אמונת חכמים און אז די גדר פון "אמונה" איז אפילו מען פארשטייט נישט דאך דארף מען גלייבן.

זייער אסאך זענען דאס תולה אויפן פסוק "על פי התורה אשר יוריך וכו' לא תסור מן הדבר אשר יגודו לך ימין ושמאל" ווי רש"י ברעינגט אראפ פון ספרי אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל.

איי וועסטו פרעיגען ווער זאגט אז ער איז א חכם אדער א צדיק איז דאך אויף דעים אויך דא א בפירושע פסוק אשר יהיה בימים ההם די גמרא זאגט דאך יפתח בדורו כשמואל בדורו וכו' וכו'.

די גאנצע דרשה האב איך באקומען פון א שוואנץ גאר לעצטנס ווען איך האב עים געפרעיגט אויף די מצב ביי מרכז חסידי ויז'ניץ למעשה האב איך עים נישט געהאט וואס צו ענטפערן! ער האט דאך א טענה און ראיות פון די תורה.
קען מיך איינער ארויס העלפין מיט א קלארע ביאור הלכה מיט מקורות להוציא משיטתם של אותם השוואנצאנים איך גלייב אז אסאך מענטשן זענען מבולבל אין דער נושא וועים דארף מען יא גלייבן און פאלגן און וועים דארף מען נישט און וואס דארף מען גלייבן און וואס נישט וואס דארף מען פאלגן און וואס נישט.

איך בעיט מען זאל נישט מאכן דא קיין וכוח ציווישן חסידים אין ליטאים איך וויל פשוט וויסן גדרים און מקורות.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר