בלאט 1 פון 1

הרב יששכר כ"ץ - אב"ד פראספעקט הייטס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:11 am
דורך לבי ובשרי
שטארק הנאה געהאט פונעם קאלירפולן מאמר אינעם וועקער איבער דעם פילפארביגן דמות פון דעם יששכר כ"ץ שיחי' לאיושט"א.
א קליינע נקודה וואס עגבערט מיר און האט מיר געעגבערט ליינענדיג דעם אינפארמאטיוון ארטיקל;
וואס איז דער גרויסער שפרונג פון א בחור אין סאטמאר-בריסק ביז א רב וועלכע איז מתיר פרויען עולה לתורה צו זיין וכדומה וכיוצא? יתכן אז הרב כ"ץ טעמו ונימוקו עמו מיט זיין לעבנס שטייגער און פסקים, אבער וואס איז באדייט פון אזא מאדנעם קאנטראסט?...
מעגליך איז מיין עגבערונג געווארן ארויסגעברענגט און בארירט צווישן די שורות פונעם ארטיקל, אבער נאכאלס, צ"ב לענ"ד הרמה.

נ.ב תגובה איז געשריבן געווארן אן עיון אין וויקיפידיע און אינעם דיזן אשכול