באשרייבנדיג טאג טעגליכע מענטשן וועלכע זענען אנשי שם

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14871 מאל
קאנטאקט:

באשרייבנדיג טאג טעגליכע מענטשן וועלכע זענען אנשי שם

שליחה דורך berlbalaguleh »

צוערשט א שטיקל הקדמה:

דער געוויינליכער פלאץ וואס ווערט פארנומען אין אט דעם פארום טוט באשרייבן אויסגערופענע מנהיגים. אזוי ווי פירענדע רבנים ואדמורי"ם. אדער וועלט בארימטע גבירים בעלי צדקה. די מענטשן וואס מיר גייען דא בעז"ה באשרייבן בקיצור נמרץ, זענען געוויינליכע, טאג טעגליכע אידן. אזוי גערופענע פשוט'ע בעלי בתים, וועלכע געפונען זיך אין כמעט א יעדן ישוב , שטאט, אדער קבוצה פון כלל ישראל. אבער זיי הייבן זיך ארויס מיט זייער אויסגעצייכנטקייט אין געוויסע גוטע מידות. הויפטזעכליך אין מידת החסד. זיי זענען ריכטיג מקיים דעם פסוק וואו ס'שטייט ..."אשרי משכיל אל דל"...אז דער משכיל ווארט נישט ביז מ'וועט מאכן א גרויסארטיגן קאמפיין מיט א סאך פירסום. נאר ער זוכט ארויס צו העלפן נויטבאדערפטיגע מענטשן. און ער לייגט אריין זיין גאנצן קאפ וויאזוי ער קען העלפן אט די מענטשן וועלכע דארפן הילף...!

איך וועלל אנהייבן בעז"ה מיט באשרייבן איינס אדער 2 אזעלכע חשוב'ע אידן. ווער ס'ווייסט פון נאך אזעלכע און ענליכע בעלי בתים, ווערט געבעטן צו צו לייגן...!

והנה: ס'איז דא א יונגערמאן וועלכער וואוינט אין מאנסי. ער הייסט ר' גרשון מאסקאוויטש, הי"ו. (ער האט מיר געגעבן רשות ארויסצושרייבן זיין פולן נאמען).

דורכאויס דעם זומער און די ימים טובים ארבעט ער אין דעם בארימטן ..."ראללי"...האטעל. ער איז אין טשארדזש, ווי מ'זאגט, פון די ענטערטעינמענט. ס'הייסט ער איז פאראנטווארטליך פאר אלע שאוס און פארשטעלונגען וועלכע קומען פאר פאר די געסט (על טהרת הקודש). אבער אויסער זיינע עמטליכע פונקציעס גייט ער ארום און פרעגט זיך אייביג נאך און אינטרעסירט זיך מיט וואס ער קען צו העלפן פאר סיי וועמען. און אומר ועושה. ער ערלעדיגט אלעס על צד היותר טוב. בסבר פנים יפות.

נאר איך קען דעם יונגערמאן פון די שכונה/ישוב הנקרא דעוועלאפמענט. וואו איך גיי אפט באזוכן. דארט און אין די גאנצע אומגעגנט איז ער באקאנט מיט זיין מידת החסד. ווען ער ווייסט פון א פאל וואס א משפחה האט שוועריגקייטן צו צו גרייטן סעודות אויף שבת אדער יו"ט, שיקט ער צו די משפחות א פארטיגע סעודה. אלעס בדרך כבוד ובסבר פנים יפות. און אויב ווען ס'געפאלט אויס א פאר טעג יו"ט און די עקרת הבית פאררעכנט זיך מיט חלות אדער מיט אנדערע יו"ט'דיגע מאכלים, ווייסט מען אז מ'קען אריינקלאפן צו ר' גרשון. און מ'איז ב"ה א געהאלפענער. אויך אין ביהמ"ד איז ער בבחינת ..."שייף עייל, ושייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

אויך איז ער א געוואלדיגער מכניס אורח. ביי איהם איז נישטא אזא זאך ווי שבת אדער יו"ט אן האבן אן אורח צו די סעודות. דעם פארגאנגעם יו"ט פסח האט ער ..."אדאפטירט" א יונגערמאן פון די שכונה, וועלכער האטציך ליידער געמוטשעט אויף פרנסה און אלס ..."באנוס" האט ער צו באקומען דעם יונגערמאנ'ס בני משפחה. א ברודער און א שוועסטער. פאר גאנץ יו"ט. ס'הייסט ער האטציך געטיילט מיט אנ'אנדערן יונגערמאן. אויך א גרויסער בעל צדקה וחסד. וועם מיר וועללן אי"ה באשרייבן ביי א צווייטע געלעגנהייט. יענע משפחה זענען געווען זיינע אורחים אויף דעם גאנצן יו"ט פסח...!

איך ווילל נישט מער ארויסשרייבן מפני חשש גילוי. נאר איך בין זיכער אז ס'דרייען זיך ארום צווישן אונז נאך צענדליגער, און אפשר הונדערטער אזעלכע אידן וואס זייער גאנצע שאיפה איז צו העלפן א נויטבאדערפטיגן איד.

אשר על כן וויל איך בעטן די חשוב'ע ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל אז מ'זאלל זעהן צו צו לייגן צו די ליסט. א יישר כוח פאר אויסהערן מיינע ווערטער...!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר